בלאט 2 פון 4
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 7:05 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איסר האטלקי האט געשריבן:רופן מארשעלס ארויסצואווארפן פון מיין בנין הייסט שוין אויך מסירה??
מסירה מיינט מוסר זיין ממון חבירו ביד העכו"ם. ער האט דא גארנישט איבערגעגעבן פאר קיין גוי.
עוויקטען איז נישט קיין מסירה.
פון א דירה איז אפשר דא אידישקייט אדער רחמנות. אבער פון א געשעפט? ער זאל טרעפן א נייע לאקאציע און פארטיג.
טאמער טרעפט ער נישט זאל ער טרעפן א נייע ביזנעס. א רחמנות אויף אים אבער נישט קיין עבירה אים צו שיקן פון דארט.
ווער עס האלט אנדערש זאל געבן א לייק.
יא רופען מארשעלס איז מסירה, דו ווילסט איהם ארויס גיין צום רב, איך מיין אז מיר האבען נאך א תורה.
דער פראבלעם איז נאר אז עס איז טאקע נישט דא מיט וועמטען צו רעדן... אן ארענטליכער רב אדער דיין איז כמעט נישט בנמצא. אבער דאס איז נישט קיין היתר ווייל מען קאן נעמען דריי אינגעלייט דריי אידישע ביזנעס חברה און זיי באשטומען פאר א בי"ד
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 7:45 pm
דורך אוהב ספרים
איך ווייס נישט די מעשה דא
אבער א מארשאל רופט מען נישט אליינס פון איין מינוט צום צווייטען
מען דארף גיין אין קאורט וכו' וכו' ביז דער קאורט געט ארויס א פסק און מען קען דאס ענפארסען דורך דעם מארשאל
אפשר איז ער געווען קודם ביי דין תורה און דער טענענט איז געווען לא ציית דינא און ער האט באקומען רשות צו גיין אין קאורט וכו' וחוזר חלילה
קודם געשאסען מסירה
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 7:58 pm
דורך איסר האטלקי
א דין תורה דארף מען ווען מען האט א סכסוך, דא איז נישט קיין שאלה אז ער דארף ארויסגיין.
פארשטייט זיך נאר אויב עס איז אזוי ווי דער לייגט עס אראפ פריער, יענער וויל מאכן אפיסעס.
נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 12:24 am
דורך אישתישבי
עס געהערט נישט פאר יענער ערשטער קונה.
רופען דער מארשאל איז נישט מסירה, עס איז ערכאות, א דין תורה גיבט א מענטש דריי צו זעקס חדשים, דא איז א ביזנעס, איז אנדערש.
עס איז דא וואס טענה'ן אז גיין אין ערכאות ארויס צו שיקען איינער וואס באצאלט נישט קיין רענט איז יא מותר, איך נעם נישט קיין צד אין דעם.
אין דער פאל, איך האב קיינמאל נישט געזעהן א אידישע בעה"ב דארט, האט עס זיכער באלאנגט פאר א איד?
און איז א איד דער וואס איז דער יעצטיגער אייגענטימער פין דער בנין?
נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 9:30 am
דורך אוהב ספרים
איסר האטלקי האט געשריבן:א דין תורה דארף מען ווען מען האט א סכסוך, דא איז נישט קיין שאלה אז ער דארף ארויסגיין.
פארשטייט זיך נאר אויב עס איז אזוי ווי דער לייגט עס אראפ פריער, יענער וויל מאכן אפיסעס.
ער ווייסט נישט קיין צדדים, אבער דאס איז זיכער ביי איהם אז עס איז נישט קיין שאלה

Re: Boro Park foodmart
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 12:01 am
דורך ביליג
לויט ווי איך האב געהערט איז די פראפעטי געווען פאר סעיל, די בעה"ב פון די גראסערי האט געהאלטן אינמיטן פארהאנדלען, און א צוויטער האט אים אויסגעכאפט. דערנאך איז די נייע בעה"ב ארויף מיט די רענט אויף $11,000 מער א חודש.
די גראסערי האט נישט געהאלטן ביים באצאלן מער ...
זיי זענען שוין אין קארט פאר א לאנגע צייט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:24 am
דורך איסר האטלקי
דער בעה"ב פון גראסערי האט קיינמאל געהאלטן ביים עס קויפן. עס איז א ריזן שטח, אינאיינעם מיט אסאך אנדערע בנינים אויפן גאס.
מ. פ. האט עס געקויפט פאר איבער דרייסיג מעלאונעס. נישט געווען קיין הוה אמינא צו האלטן דעם גראסערי דארטן פאר דעם פרייז. ער האט פרובירט צו פארהאנדלן מיט די פרייז אבער יענער האלט זיך ביי זיינס. האט מען אים גע'זרק'ט און פארטיג.
ווער עס ווייסט אנדערש ווי איך האב דא געשריבן זאל געבן א לייק.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:34 am
דורך ליפא
מענדל ז. האט געווארפן דעם גראסערי ווייל דער בעל הגראסערי האט אריינגעמישט ש.ז. אינעם געפעכט שוין נאכדעם וואס ביידע האבן זיך פאראייניגט צו צאלן די פרישע 83 טויזענט דאלער רענט וועכנטליך.
ווער עס ווייסט אנדערש ווי איך האב דא געשריבן זאל געבן א לייק
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:49 am
דורך אישתישבי
מ.פ. איז א באקאנטע טיפה סרוחה, ער גייט נישט צו קיין דין תורות קיינמאל.
ער פראבירט נישט צו פארהאנדלען אויך נישט, כידוע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:05 am
דורך איסר האטלקי
אישתישבי האט געשריבן:מ.פ. איז א באקאנטע טיפה סרוחה, ער גייט נישט צו קיין דין תורות קיינמאל.
ער פראבירט נישט צו פארהאנדלען אויך נישט, כידוע.
ס'איז הונדערט פראצענט אמת. ער האט אויף זיך טאנען פון שמוציגע ביזנעסער. אבער דא איז ער גראדע גערעכט. ער האט יא פרובירט. די אנדערע זייט שרייט ניטאמאל אויף פארקערט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 8:04 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
די רענט פרייזען און בפ זענענן א הימל געשריי. אפי׳ איינער וואס האט א גוטע ביזנעס געבויט יארען לאנג. קען זיך אנריקען די פריץ און העכערען די רענט. און אויב קענסטו נישט צאלען וועט ער אנכאפען די מאשקע מיט גאנצע די משפחה און ארויס ווארפען אויף די גאס ארויס. טאקע נישט און גריב אזוי ווי די אלטע פריצים. אבער צו נעמען א גוטע פרנסה פון א צווייטע יוד קען אויך אנגערופען ווערען אריין געווארפען און גריב אריין.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 8:46 pm
דורך קורקלענד
וואס מ'גייט אדורך אין אזא פאל גייסטיש און צומאל פלאצט עס אויס פיזיש אויך איז נישט אזוי ווייט פון די סטרעס וואס מ'איז אדורך אין די גריב.
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2017 9:11 am
דורך קאווע טרינקער
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די רענט פרייזען און בפ זענענן א הימל געשריי. אפי׳ איינער וואס האט א גוטע ביזנעס געבויט יארען לאנג. קען זיך אנריקען די פריץ און העכערען די רענט. און אויב קענסטו נישט צאלען וועט ער אנכאפען די מאשקע מיט גאנצע די משפחה און ארויס ווארפען אויף די גאס ארויס. טאקע נישט און גריב אזוי ווי די אלטע פריצים. אבער צו נעמען א גוטע פרנסה פון א צווייטע יוד קען אויך אנגערופען ווערען אריין געווארפען און גריב אריין.
און יענער מיינט נאך אז ס'ווארט אים אפ גן עדן ווייל ער פרעדיגט ברכת השחר מיט מנין אויף זיינע פארשאלטענע כינעזע באסעס... ניין ר' יענקל, דארט איז מען דן די גאנצע פעקל
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2017 2:09 pm
דורך איסר האטלקי
קאווע טרינקער האט געשריבן:און יענער מיינט נאך אז ס'ווארט אים אפ גן עדן ווייל ער פרעדיגט ברכת השחר מיט מנין אויף זיינע פארשאלטענע כינעזע באסעס... ניין ר' יענקל, דארט איז מען דן די גאנצע פעקל
וואו קומט ר' יענקל אריין אין דעם אשכול?? רענט פרייזן? אמן? גראסערי?
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2017 6:29 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
אויב איז דער ר׳ יענקל די פריץ קומט ער אריין דא.
נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2017 9:55 pm
דורך קורקלענד
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אויב איז דער ר׳ יענקל די פריץ קומט ער אריין דא.
וויאזוי איז מ.פ. ר''ת יענקל?
נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2017 10:51 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
געהערט זאגן אז זיין צווייטע געשעפט גארמעי גלאט איז אויך אויף צרות אדער גייט ער צומאכן אדער גייט ער עס פארקויפן פאר א פארלוסט
נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:03 pm
דורך איסר האטלקי
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:געהערט זאגן אז זיין צווייטע געשעפט גארמעי גלאט איז אויך אויף צרות אדער גייט ער צומאכן אדער גייט ער עס פארקויפן פאר א פארלוסט
שטותים און לאקשן.
דער געשעפט גופא איז טאקע ליידיג, אבער ער פארמאגט נאך עטליכע געשעפטן אין אנדערע געגענטער ווי לעקוואוד און מאנסי, וואס זענען מאסיוו בליענד מצליח. ער פלאנט צו טוישן דעם מהלך פון דעם בארא פארקן געשעפט, אנשטאט ווי פאמעגראנעט וועט ער אביסל נאכמאכן בינגאו, אבער ער פלאנט נישט צו פארמאכן אזוי שנעל. די שמועות זענען איבערגעקייטע שטרוי פון בינגאו ספארטירער.
לייק אויב דו האלטס
נישט אנדערש....
נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:24 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
דו רעדסט וואס דו ווייסט אדער דו רעדסט וואס דו טראכסט? איך האב עס געהערט פון גאר א נאנטע משפחה מיטגליד פון איינע פון די בעלי בתים, אז די גיבסט אים א אפער איז גרייט עס צו פארקויפן אפי' פאר א פארלוסט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:45 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
ס׳דא א גרויסע פאר רענט סיין אויף די סטאר.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:53 pm
דורך איסר האטלקי
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:דו רעדסט וואס דו ווייסט אדער דו רעדסט וואס דו טראכסט? איך האב עס געהערט פון גאר א נאנטע משפחה מיטגליד פון איינע פון די בעלי בתים, אז די גיבסט אים א אפער איז גרייט עס צו פארקויפן אפי' פאר א פארלוסט.
האסט רעכט, עס איז נאכנישט צום פארקויפן, אבער עס איז ערנסט אין די פארמאכונג'ס קלערונג.
אסרו חג קומט א גרויסער מיטינג מיט די שותפים צו דיסקוסירן צוקונפטיגע פלענער.
נשלח: פרייטאג מאי 26, 2017 12:21 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
די געשעפט שטיין נאך אלץ ליידיג. איינער ווייסט וואס גייט זיין דארט?
נשלח: מוצ"ש מאי 27, 2017 10:44 pm
דורך איך אויך
אפשר איז עס א גוטע לאקאציע פארען לאנג ערווארטעטן ק''ש באנק, וועט מען כאטשיק קענען איינקעשן די לייקס.