בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2020 4:56 pm
דורך במדבר
שלאגן ''כפרות'' מיט א קארב געפלאכטן פון כפות תמרים [=פאלם פריינדז (גוגל-טרענסעלעיט)], אנגעפילט מיט שטויב און שטורען אפ-פאל כבר שמעתי...

''ובפירוש הגאונים מצאתי, שעושין חותלות מכפות תמרים (עציץ) וממלאים אותם עפר וזבל בהמה. ובעשרים או חמישה עשר יום לפני ראש השנה כל אחד ואחד עושים לשם כל קטן וקטנה שבבית וזורעים לתוכו פול המצרי או קטנית וקוראים לו "פרפיסא" וצומח, ובערב ראש השנה נוטל כל אחד את שלו ומחזירו (מסובבו) סביבות ראשו שבע פעמים ואומר: זה תחתי וזה חליפתי וזה תמורתי ומשליכו לנהר'' (רש"י ד"ה "פרפיסא", מסכת שבת דף פא עמוד ב).

מיט ''אילים'' אויך...

וששאלתם שאנו רגילים לשחוט ערב יוהכ"פ תרנגולים, ואין אנו יודעים מנהג זה למה, אי משום תמורה מאי שנא תרנגול מבהמה וחיה? והשיב רב שושנא גאון: הא ודאי קושיא היא ויש לומר בה שני טעמים. אחד שתרנגול מצוי בביתו של אדם מבהמה וחיה, ועוד יש במקומנו עשירים שעושים תמורה אילים, עיקר ממבעלי קרניים דומות של יצחק אבינו, לפיכך לא דבר קבוע הוא. ועוד שמענו מחכמים הקדמונים שאף על פי שיש מי שעושה תמורה בבהמה שדמיה יקרים, תרנגול מובחר לפי ששמו גבר (תשובות רב ששנא גאון)...


אבער מיט מאלפעס??? ... ווייסט איינער עפעס א מקור? מיט דאנק פון פאראויס.

Re: מכל הבא ליד. וואס @במדבר האט געטראפן אינטערסאנט מיטצוטיי

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 10:52 am
דורך חוקר ודורש
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די מעשה מיט ר שלמה זלמן איז אדער ניין אדער נישט.

געליינט לעצטענס אן אפהאנדלונג דערוועגן, דענק איך נישט וואו.
אינגערמאנטשיקל: אינעם ספר ״אורו של עולם״- מסכת חיים המופלאה של הרב שלמה זלמן אוירבך, ווערט געברענגט אין עמוד 380 אז רבי שלמה זלמן פלעגט פארן פון זיין הויז אין שכינת שערי חסד צו ישיבת קול תורה אין בית וגן, פלעגט ער צומאל זיך אפשטעלן ביים הר הרצל צו דאווענען ביי די קברים פון די סאלדאטען זאגענדיג אז דאס זענען קברי צדיקים שמתו על קידוש השם דארף ער נישט פארן למרחקים.


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 11:28 am
דורך פארוואס?
במדבר האט געשריבן:ניגונים: וואס האבן מיין גייסט צישויבערט, צוטרעינטעלט מיין נשמה - עס געריינגט פון איר שמוץ, געברענגט ליכט צו אירע טונקלסטע ווינקלען.

ארז לב ארי - אנה אפנה: https://www.youtube.com/watch?v=fTRm3nyNpro

שלמה ארצי - ירח: https://www.youtube.com/watch?v=sDRSs2rrZ8o

לענארד כהן ז''ל - הללויה: https://www.youtube.com/watch?v=YrLk4vdY28Q

שלמה ארצי און ישי ריבו - והאמת: https://www.youtube.com/watch?v=ZUPP10SvO3g

אמיר דדון און שולי רנד - בין קודש לחול: https://www.youtube.com/watch?v=sCJh9YcrL3k

מאיר בנאי ז''ל - שער הרחמים: https://www.youtube.com/watch?v=9vweQZfJKBo


יעיד עלי יודע תעלומות, דאס איז מיין פלעיליסט!!

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 1:35 pm
דורך במדבר
די הימל-מענטש הרב פראפ' אברהם יהושע העשיל זצוקללה''ה: אין א אינטעוויו מיט קארל שטערן, ווי ער פלאקערט מיט ''קאצקע'' פייער פאר גאט, און קוועלט מיט ''מעזעביזשע'' מענטשען ליבע.

--------

וואס באזארגט די מערסטע די ביבלישע נביאים?! אי צדק... וואס איז די גרעסטע טרוים פון די פראפיטען: שלום-פרידן. קיין מענטש אין אור-צייט, קיין איין פילעזאף אין: גריכענלאנד, כינע אדער אינדיע, האט זיך נישט געקענט ערמעגליכן איפילו צו חלומ'ען אז ס'וועט קימען א צייט ווי פעלקער פארגייען נישט אין קריג...

גאט איז אימרלעגיעז?! ער מישט אויך אייביג אריין פאליטיק און סאציאלע פראבלעמען!...

וואס איז דאווענען צו גאט?! דאווענען מיינט פארגיין אין א טאנץ, זינגען און קלאטשען, דאס איז איר עסענס. דער מענטש קען אן קיין געזאנג נישט לעבען, דאווענען וועט אינז נישט בהכרח רעטען פון פראבלעמן, אבער וועט אינז לפחות מאכען ווערט דערפאר.... גאט דארף אינזער הילף!!!...


-------

נעמט צאם אייער פאמיליע און הערטס די דבר ה' (אפילע קליינע קינדער זאלן זיי כאטשיג זעהן צורת קדשו, עס געט אריין אזויפיל יראת שמים ואהבת האדם), ברענגטס אריין אין אייך, און אין אייערע קינדער, א פלאמעדיגע פאטאס פאר מענטשען און גאט, און געט זיי צו וויסען אז... ''גאט זיכט דער מענטש''.

-------

אן אינטערסאנטע אפהאנדלונג פון דר' מיכה גודמן:'' איבער די אידיאלאגישע דיפערענץ צווישען ישעיה ליבוביץ און אברהם יהושע העשל''.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 2:07 pm
דורך במדבר
צו אירע קלאנגען איך שפיר ווי איך בין געפאנגען, אן קיין ווילן צו אנטלויפן, איך טרעף נישט קיין ארט צו רוהען, מיין מח איז מיר ווי ליידיג און בלויז א פלאטפארמע פאר זיי צו שפילען און איבערשפילן.....

אמיר דדון און ישי ריבו - לבחור נכון:https://www.youtube.com/watch?v=WSiDvGpwbUY

ישי ריבו, עמיר בניון און אמיר דדון - ניצחת איתי הכל:https://www.youtube.com/watch?v=WKE9XRCtnSU

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 5:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע

די אינטערוויו מיט פראפעסארט העשל איז פאר מיר שוין אלטע נייעס, אבער דאס רעדע פון דאקטאר גודמן איז עפעס אויסטערליש, כ'האב נישט געוואוסט אז ס'עקזיסטירן נאך היינט פראפעסארן וועלכע זענען אזוי איבערגעגעבן פאר די זאך, איז דער נביא יא גערעכט געווען ווען ער האט געזאגט לא אלמן ישראל. דער רעדט דאך מיט אזויפיל הארץ און געפיל, נאר הערן זיינע רייד אפילו אן פארשטיין ברענגט שוין יראת שמים, ער שטייט נישט גארנישט הינטערשטעליג פון מיין משגיח אין ישיבה, ס'האט מיר פשוט געברענגט טרערן.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 9:39 pm
דורך real fake news
במדבר האט געשריבן:ניגונים: וואס האבן מיין גייסט צישויבערט, צוטרעינטעלט מיין נשמה - עס געריינגט פון איר שמוץ, געברענגט ליכט צו אירע טונקלסטע ווינקלען.

ארז לב ארי - אנה אפנה: https://www.youtube.com/watch?v=fTRm3nyNpro

שלמה ארצי - ירח: https://www.youtube.com/watch?v=sDRSs2rrZ8o

לענארד כהן ז''ל - הללויה: https://www.youtube.com/watch?v=YrLk4vdY28Q

שלמה ארצי און ישי ריבו - והאמת: https://www.youtube.com/watch?v=ZUPP10SvO3g

אמיר דדון און שולי רנד - בין קודש לחול: https://www.youtube.com/watch?v=sCJh9YcrL3k

מאיר בנאי ז''ל - שער הרחמים: https://www.youtube.com/watch?v=9vweQZfJKBo

כהאב מיך אנגעקישט אין די ׳אנה אפנה׳ ווען כהאב געזען ׳סרוגים׳ און כהאב מיר נישט געקענט אפשאקלען פון דעם עווער סינס!
סגייט עפעס אריין אין די טיפעניש פון מיין נשמה און צושטרויבלט עס אינגאנצן, די ווערטער איז עפעס משוגע צו ווערן מיט א צומישעניש און פארבלאנדזקייט, עס פארט אהין און צוריק אויף אלע עולמות.
אוי לאן אלך אנה אפנה, כשעיניך מביטות בי...

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 11:25 pm
דורך ארי נוהם
פארוואס? האט געשריבן:
במדבר האט געשריבן:ניגונים: וואס האבן מיין גייסט צישויבערט, צוטרעינטעלט מיין נשמה - עס געריינגט פון איר שמוץ, געברענגט ליכט צו אירע טונקלסטע ווינקלען.

ארז לב ארי - אנה אפנה: https://www.youtube.com/watch?v=fTRm3nyNpro

שלמה ארצי - ירח: https://www.youtube.com/watch?v=sDRSs2rrZ8o

לענארד כהן ז''ל - הללויה: https://www.youtube.com/watch?v=YrLk4vdY28Q

שלמה ארצי און ישי ריבו - והאמת: https://www.youtube.com/watch?v=ZUPP10SvO3g

אמיר דדון און שולי רנד - בין קודש לחול: https://www.youtube.com/watch?v=sCJh9YcrL3k

מאיר בנאי ז''ל - שער הרחמים: https://www.youtube.com/watch?v=9vweQZfJKBo


יעיד עלי יודע תעלומות, דאס איז מיין פלעיליסט!!

ויעיד אלי יודע תעלומות, אז זינט ענק צוויי האבן מיר באקאנט געמאכט מיטן בין קודש לחול פון אמיר דדון און שולי רנד, האט עס שוין איבערגעשפילט ביי מיר צום ווייסעך וויפילסטן מאל, און ס'גייט פשוט נישט ארויס פון קאפ.

די טאן און ליריקס זענען פון עולם הגעגועים, נאך שבירת הכלים, צווישן תקוה און יאוש.

נישט געוואוסט אז אמיר דדון האט אזא טיפקייט צו זיך.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2020 4:11 am
דורך berlbalaguleh
ארי נוהם: אין בפי מילים. דו האסט מיר געגעבן 3 שעה פון קורת רוח.

איך בין געווען ביי עטליכע קאנצערטן. און כ'האב געזעהן דעם כח פון די אידישע קינדער. עם ישראל חי...!

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2020 9:59 am
דורך במדבר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

די אינטערוויו מיט פראפעסארט העשל איז פאר מיר שוין אלטע נייעס, אבער דאס רעדע פון דאקטאר גודמן איז עפעס אויסטערליש, כ'האב נישט געוואוסט אז ס'עקזיסטירן נאך היינט פראפעסארן וועלכע זענען אזוי איבערגעגעבן פאר די זאך, איז דער נביא יא גערעכט געווען ווען ער האט געזאגט לא אלמן ישראל. דער רעדט דאך מיט אזויפיל הארץ און געפיל, נאר הערן זיינע רייד אפילו אן פארשטיין ברענגט שוין יראת שמים, ער שטייט נישט גארנישט הינטערשטעליג פון מיין משגיח אין ישיבה, ס'האט מיר פשוט געברענגט טרערן.


יא גערעכט דר' מיכה: איז א... ''פראכטפולע פענאמען'', ער האט די לעבנס ליסט פון א קינד, מיט עפעס א מחודש'דיגע אינטעלעקטואלע שעפערישקייט, אז מ'ווערט ווי אריינגעכאפט אין זיין וואקיום... אזא פראוואקאטירער! געב צייט און ער נעמט איבער ישעיהו ליבוביץ'ס מקום.
------
זיין לעבנס געשיכטע (בן גרים) איז גאר אינטערסאנט.

חוצה ישראל- קובי מידן בראיון עם ד"ר מיכה גודמן.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 1:01 pm
דורך במדבר
גלאט כשר, פענגווין-פלייש אין די טשולענט?! הרב דר' נתן סליפקין: טראכט אנדערש, הגם זי ווערט נישט אויסגערעכנט צווישן די עופת הטמאים, ברענגט ער הוכחות אז די ליסט איז נישט פולשטענדיק, עס איז מער פון א פאלקסישע-טאַקסאָנאָמיע, באזירט אויף באשעפענישן, מצוי אין ביבלישע לענדער.

www.rationalistjudaism.com/2020/05/are-penguins-kosher.html

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 2:38 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
חוקר ודורש האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די מעשה מיט ר שלמה זלמן איז אדער ניין אדער נישט.

געליינט לעצטענס אן אפהאנדלונג דערוועגן, דענק איך נישט וואו.
אינגערמאנטשיקל: אינעם ספר ״אורו של עולם״- מסכת חיים המופלאה של הרב שלמה זלמן אוירבך, ווערט געברענגט אין עמוד 380 אז רבי שלמה זלמן פלעגט פארן פון זיין הויז אין שכינת שערי חסד צו ישיבת קול תורה אין בית וגן, פלעגט ער צומאל זיך אפשטעלן ביים הר הרצל צו דאווענען ביי די קברים פון די סאלדאטען זאגענדיג אז דאס זענען קברי צדיקים שמתו על קידוש השם דארף ער נישט פארן למרחקים.


Sent from my iPhone using Tapatalk
ס'איז א כברת דרך פון זיך צומאל אפשטעלן און זיך וואונדערען פארוואס אנדערע פארן צו גליל.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 5:34 pm
דורך כרם זית
הרב קוק זצ''ל האט געזאגט פארן מהריי''צ מליובאווישט אז אין א''י דארף מען נישט גיין צו קיין קברים, יעדע אמה איין ארץ ישראל איז מסוגל לתפלה (ואין להקשות א''כ למה הלך כלב לחברון, שאני התם דלא התפלל לה' אלא ביקש מהאבות שיתפללו בעדו ודוק).

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 11:04 am
דורך במדבר
די ''ניו יארק טיימס'': מיט א ליסטע פון טויזענטע ''קאראונא ווירוס'' אומגעקימענע, אויף די צייטונגס פאדערשטע זייט. עס קימט אין א צייט וואס די צאל אימגעקימענע אין אמעריקא האט שוין דערגרייכט נאנט צו: 100,000!!!
בילד

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 1:15 pm
דורך berlbalaguleh
במדבר האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

די אינטערוויו מיט פראפעסארט העשל איז פאר מיר שוין אלטע נייעס, אבער דאס רעדע פון דאקטאר גודמן איז עפעס אויסטערליש, כ'האב נישט געוואוסט אז ס'עקזיסטירן נאך היינט פראפעסארן וועלכע זענען אזוי איבערגעגעבן פאר די זאך, איז דער נביא יא גערעכט געווען ווען ער האט געזאגט לא אלמן ישראל. דער רעדט דאך מיט אזויפיל הארץ און געפיל, נאר הערן זיינע רייד אפילו אן פארשטיין ברענגט שוין יראת שמים, ער שטייט נישט גארנישט הינטערשטעליג פון מיין משגיח אין ישיבה, ס'האט מיר פשוט געברענגט טרערן.


יא גערעכט דר' מיכה: איז א... ''פראכטפולע פענאמען'', ער האט די לעבנס ליסט פון א קינד, מיט עפעס א מחודש'דיגע אינטעלעקטואלע שעפערישקייט, אז מ'ווערט ווי אריינגעכאפט אין זיין וואקיום... אזא פראוואקאטירער! געב צייט און ער נעמט איבער ישעיהו ליבוביץ'ס מקום.
------
זיין לעבנס געשיכטע (בן גרים) איז גאר אינטערסאנט.

חוצה ישראל- קובי מידן בראיון עם ד"ר מיכה גודמן.

במדבר: שתי הערןת קטנות. דו מיינסט זיכער (אויף דר. מיכה גודמן)...אז ער האט די לעבנס לוסט...(נישט ליסט)...: דר. גודמן גייט האבן א סאך אנהענגערס און חסידים. די אלע חילונים וואס גייען ווערן ..."בעלי תשובה"...זיי וועללן אננעמען זיין גלויבן פון..."[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]" אידישקייט...!

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 1:50 pm
דורך במדבר
א דאנק @ר' בערל פארן אויפמערקזאם מאכן (איך קען שוין נישט רעדאגירען).

מיכה דער פילאסאף: איז בכלל נישט דא צו מאכן בעלי תשובה ער גלייבט אז חילונים (דעאיסטן) האבן צו א געוויסע דעגרי, א טיפערע אמונה אין גאט - וואס לאזט זיי נישט גלייבן אז ער אינטערסירט זיך אין די מעשים פונעם מענטש (עיין באריכות בספרו ''חזרה בלי תשובה'').
בעצם איז ער דאס מבסס אויף די רמב''ם אין מורה הנבוכים: וואס מיטשעט זיך מיט גאט! אלס די גרעסטע ריזיקע פאר רעליגיע!!! ווארום אויב איז ער א ''מושלם'', וואס ברענגט אים אויב דער בשר ודם, טוט אזוי צו אזוי?! ...א פשוט'ע קשיא, אבער אויב אן ענטפער איז עס קאמפלעצירט.

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 2:08 pm
דורך במדבר
גייט כלל ישראל פארלירן א פראקציע? גייען זיך די רעפארמער און קאנסערוואטיווען פאראייניגען?

בכיר בקהילה הרפורמית מציע: איחוד עם הקונסרבטיבים!
בעקבות הקורונה והמשבר הכלכלי, שבה ועולה האפשרות של איחוד בין המוסדות של שני הזרמים בארה"ב שאינם אורתודוכסים. האפשרות נשקלה מספר פעמים במשך השנים אך כל פעם נפסלה מסיבות אחרות.


אבער נישט געזארגט ''לא אלמן ישראל'' מיר אלע קענן מעיד זיין, אויף די אויפבליה פון פרישע פראקציעס, צב''ש: עקסרעמיסטן, פונדעמענטאליסטן, ראדיקאליסטן, פאנאטיקעריסטן......

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 2:48 pm
דורך במדבר
וואס פאסירט אין א פאוסט-מאדערענע וועלט, ווען א קינד ענטפערט אויף די טיטשערס פראגע: וויפיל איז צוויי מיט צוויי? ...צוויי און צוואנציג!!! ...די טיטשער וואס עקשן'ט זיך, ווערט פארדאמט און די גאנצע וועלט, פארן נישט פארשטיין אז ס'זענען פארהאן אסאך אמת'ן! .... ''די וועלט איז קאלירפול און פלאראליסטיש''...

לבסוף ווערט זי ארויסגעווארפן פון די ארבעט... ביז די מחודש'דיגע ענדע! (Short Film)

https://www.youtube.com/watch?v=Zh3Yz3PiXZw

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 11:21 am
דורך במדבר
דר' בנימין בראון, מיט א לעקציע און די ראם פון: ''הרצאה מהכורסה'' צוגעשטעלט דארוך ''יד יצחק בן צבי'', איבער ''חסידות גור הגות פוליטיקה ופרישות מינית''.

https://www.youtube.com/watch?v=2dyrInxbe6U&t=1072s

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 1:43 pm
דורך berlbalaguleh
במדבר האט געשריבן:וואס פאסירט אין א פאוסט-מאדערענע וועלט, ווען א קינד ענטפערט אויף די טיטשערס פראגע: וויפיל איז צוויי מיט צוויי? ...צוויי און צוואנציג!!! ...די טיטשער וואס עקשן'ט זיך, ווערט פארדאמט און די גאנצע וועלט, פארן נישט פארשטיין אז ס'זענען פארהאן אסאך אמת'ן! .... ''די וועלט איז קאלירפול און פלאראליסטיש''...

לבסוף ווערט זי ארויסגעווארפן פון די ארבעט... ביז די מחודש'דיגע ענדע! (Short Film)

https://www.youtube.com/watch?v=Zh3Yz3PiXZw

במדבר: ייש"כ. איך האב שוין אמאל געזעהן אט די ווידעא. דא ליגט זייער א פאוערפול מעסידזש.
אין אנהייב (די אנהייב זעכציגער יארן) ווען די אלט געזעסענע מענטשן האבן נאך גענוצט קאממאן סענס און דיסציפלין, האט די טיטשער, מרס וועללס נישט געקענט פארשטיין וויאזוי א נארמאלער מענטש מיט שכל קען ארויסזאגן א מיינונג וואס איז פארקערט פון אלע לאנג באגרינדעטע פרינציפן. זי האט אבער נישט גענומען אין באטראכט אז אין די היינטיגע...."פאוסט מאדערנע"...וועלט איז דער הויפט ציל צו מאכן א יעדן ..."גוט פיהלן"...ספעציעל די ..."סקול באורד"...וועלכע זענען מער אינטרעסירט אז ס'זאלל זיין שטיל און אלעס זאלל אדורכגיין רואיג ווי איידער די גערעכטיגקייט פון זייערס א טיטשער און די תכלית פון די קינדער...!

די קאנסעקווענצן פון אט דעם געדאנקענגאנג זעהען זיך שוין יעצט אן אין א יעדן צווייג פון רעגירונגס אדמיניסטראציע און אינדוסטרי.

ווען אזעלכע ראיאטן, רויבערייען און פלינדערן וואלטן פארגעקומען אונטער אזא ליבעראלן פרעזידענט ווי לינדאן דזשאנסאן וואלט ער אריינגעשיקט דאס מיליטער און זיי וואלטן איינפאך געשאסן א יעדן איינעם וואס האטציך באטייליגט אין בארויבן די געשעפטן. נאר ווען דער היינטיגער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט עס פארגעשלאגן אלס א דבר פשוט, הייסט ער אן עקסטרעמיסט...!

דער מהלך און די פרינציפן (אז ס'איז נישט דא קיין פרינציפן) וועט צום סוף אונטערברענגען אמעריקע. ווייל למשל ווען אן אפיציר געט א באפעל פאר א סאלדאט און ער פיהרט עס נישט אדורך, וועט מען איהם נישט קענען באשטראפן. ווייל ער האט פארשטאנען אנדערש. און דאס איז זיין אמת...!

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 6:26 pm
דורך במדבר
איך האלט שוין אן א סטראפ פון אכט און פערציג טעג, לערנענדיג אראביש אויף דואולינגו, האב איך געפינען דעי אראבישע אלף-בית ניגון זייער אינטערסאנט. (אוריאנטאליסטען עס ווארימט די הארץ)

https://www.youtube.com/watch?v=joaa_H3ejoM

Re: מכל הבא ליד. וואס @במדבר האט געטראפן אינטערסאנט מיטצוטיי

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 6:36 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כרם זית האט געשריבן:הרב קוק זצ''ל האט געזאגט פארן מהריי''צ מליובאווישט אז אין א''י דארף מען נישט גיין צו קיין קברים, יעדע אמה איין ארץ ישראל איז מסוגל לתפלה (ואין להקשות א''כ למה הלך כלב לחברון, שאני התם דלא התפלל לה' אלא ביקש מהאבות שיתפללו בעדו ודוק).
ועוד י"ל אז דעמאלטס איז עס נאך נישט געווען א יידיש לאנד, משא"כ היינצוטאגס סיי ס'יידישע מדינה, און סיי רוב פרומע אידן וואוינען דארט

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 7:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בכלל האט ארץ ישראל נישט קיין קדושה אן דעם וואס מ'נעמט עס איין, ס'איז אפילו א גאנצע מחלוקת אין גמרא צו דאס אייננעמען דארף זיין על דעת פון גאנץ כלל ישראל צו כיבוש יחיד איז אויך גענוג. אין כלב'ס צייטן עכ"פ איז עס נאכנישט געווען איינגענומען האט עס נישט געהאט די קדושה. הגם די מערת המכפלה האט שוין אברהם אבינו געהאט אפגעקויפט, און מ'קען קלערן צו ס'איז געווען קידשה לשעתה ולעתיד לבא צו נישט, אויב יא קען טאקע זיין אז כלב איז אהינגעגאנגען אלץ די קדושת ארץ ישראל שבו...

וואס אנבאלאנגט היינטיגע צייטן איז דאך באוואוסט וואס בעלזע רב זי"ע האט גע'פסק'נט אז אין אילת זאל מען האלטן נאר איין טאג יום טוב (הגם ס'נישט אין די גרעניצן פון פרשת מטות און אונז פירן זיך דאך ווי דעם ריטב"א אז נאר אין ארץ ישראל האלט מען איין טאג) "ווייל כיבוש איז קונה" כלשה"ק. מ'קען דן זיין צו ער האט עס געזאגט ווייל ער האט אנגענומען אז כיבוש יחיד שמיה כיבוש אדער אפשר האט ער געהאלטן אז א כיבוש פונעם צה"ל האט א דין פון כיבוש רבים, אבער קדושת ארץ ישראל האט עס.