בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 9:16 pm
דורך שמן למאור
איבערטון די זעלבע זאך צוויי מאל און ווארטן פאר אנדערע רעזולטאטן, איז די באדייט פון אינסענעטי

איך ציפ מיך צו זען אויב איך בין אויף אדער איך שלאף, איך זע דא א בילד פון "די יאר" תשפ"ב, ווי מען צעקוועטשט זיך באופן מסוכן אונעם מערה, ממש א יאר נאך וואס 45 טייערע אידן זענען ליידער אוועק אויף ממש אזא אופן, זענען אונז אונגאנצן משוגה??? מיינט איינער אז די 45 קדושים האבן עפעס אויספלאנירט זייער שיקזאל פון פאראויס?? זיי האבן זיך מיטאמאל געפונען אין א געדרענג נאכן וועלן פשוט פארלאזן די הדלקה און אהיימגיין, די זאכן געדויערן סקונדעס, און ווען מען איז שוין ציקוועטשט איז שוין צו שפעט,

בכלל איז די מערה היי יאר אויסגעשטעלט באופן מסוכן מאוד, נאר די גרויסע טויער איז אפען (די טויער ווי עס שטייט עיר וקדיש וכ') ווי עס איז גאר ברייט, אבער די דריי קליינע ארויסגענג צו די שטיבלעך איז פארשלאסן מיט א אייזענעם געיט (אייזענע געיט רינגט א בעל?) און מען קען נאר ארויסגיין פון די בעק
מען גייט אריין אסאך אויף א מאל, אבער עס ווערט כסדר שמאלער און צירוק ברייטער, אזוי אז עס איז אויסגעשטעלט אז מען זאל ווערן ציקוועטשט, עס איז דא אסאך שמאלע פלעצער ווי מען קען ווערט סטאק, און בפרט אז מען מאכט אזא שלאנג ווי מען וועט מיזן דורכגיין, עס איז ממש סכנות נפשות, די עולם זאל שטיין ווייט פון מירון, און פון די מערה בפרט

די עולם שטיפט זיך היי יאר רח"ל

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 9:20 pm
דורך שמן למאור
בשעת די מערה ווערט פיל קענען אידן ליידער צידריקט ווערן דא

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 8:53 am
דורך [NAMELESS]
וואס האסטו פון דיינע ווארענונגען אויף קאווע שטיבל?

דער אויבערשטער איז א שומר פתאים, און אויב איר האט מורא פאר יעדן צודרייטן ירושלמי וואס וועט אים בייפאלן זיך צו שטופן וועט אייך נישט איבערבלייבן קיין רואיגער מינוט אין טאג. די פינף און פערציג טויטע פון פאריגע יאר זענען געווען גענוג אויפצושאקלען יעדן בר דעת אז מען זאל זיך נישט שטופן, ותו לא. אלס וועלן זיין די משוגעים.

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 11:24 am
דורך שמן למאור
יהורם האט געשריבן:
וואס האסטו פון דיינע ווארענונגען אויף קאווע שטיבל?

דער אויבערשטער איז א שומר פתאים, און אויב איר האט מורא פאר יעדן צודרייטן ירושלמי וואס וועט אים בייפאלן זיך צו שטופן וועט אייך נישט איבערבלייבן קיין רואיגער מינוט אין טאג. די פינף און פערציג טויטע פון פאריגע יאר זענען געווען גענוג אויפצושאקלען יעדן בר דעת אז מען זאל זיך נישט שטופן, ותו לא. אלס וועלן זיין די משוגעים.
צו די פאריקטע טשאלמיקעס רעד איך נישט, זיי גייען מילא נישט אויסהערן וואס א אנאנימער קאווע שטיבל ניק האט צו זאגן
איך רעד צו יעדע נארמאלע מענטש וואס מיינט אז די זאך איז מסודר, און ער וועט פשוט קענען דורכגיין די מערה אימגעשטערט, זאל מען וויסן אז זאכן גייען גאנץ ווארשיינליך ארויסגיין פון קאנטראל, און מען קען זיך טרעפן פון איין מינוט אויפן צווייטן און א מצב פון סכנת נפשות ממש

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 1:31 pm
דורך שמן למאור
מען קען דא מיטהאלטן ליייוו די הדלקה אין מירון
מען גייט צינדען ביז געציילטע מינוטן

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 1:40 pm
דורך שאלתיאל
ראש ישיבה ר' שאול אלתר שליט"א
https://www.c-live.co.il/archives/36237

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 5:13 pm
דורך שאלתיאל

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 11:03 pm
דורך [NAMELESS]
////

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 3:12 am
דורך [NAMELESS]
א חבר פון ארץ ישראל פארציילט מיר יעצט אז ער איז געפארן קיין מירון מיט די צוגעשטעלטע באסעס און ער זיצט שוין אויפן וועג פאר איבער 8 אהאלב שעה און ער ווארט נאך יעצט בערך א שעה אוועק פון מירון אז מ׳זאל געבן רשות פאר זיין באס ארויפצופארן

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:11 pm
דורך שאלתיאל
בארג איז פארשפארט, פאליציי האט אפגעצויגן פון די מערה און פון אלע מחסומים און געמאלדן אז פון זייער זייט האט זיך דער אירוע געענדיגט

https://www.bhol.co.il/news/1387742

לייוו פון מירון, סיקריקים שלאגן זיך מיט פאליציי
https://fb.watch/d69Lx7RHmc/

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 1:21 pm
דורך [NAMELESS]
די משטרה האט אריינגערופן די צבא און די יס״ם אויפן בארג, און זיי נעמען צוריק קאנטראל שטח ביי שטח

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:50 pm
דורך שאלתיאל
איך האב אביסל מיטגעהאלטן אויף אייוועלט דער געשרייבעכצער ארום ל"ג בעומר אין מירון און מיינע געפילן זיינען זייער שווערע.
מיין איינדרוק איז אז דער דברי יואל זי"ע אין זיין אמת'ע קאמפף קעגן די ציונים האט באשאפן א באנדע פאנאטישע מטורפים פיל מיט שנאה און האס נישט צו דער ציונים נאר צו רוב כלל ישראל. זיינע נאכפאלגער (בעיקר)אין אמעריקע לעבן אין עפעס א פאנטאזירטע וועלט ווי זיי זענען די לעצט פארליבענע 'ערליכע אידן' וואס זענען 'לוחם מלחמות השם' קעגן עפעס אן אומזעעבארן אויפגבלאזענע דעמאן וואס איז דער מקור הרשע בעלמא הדין און אויפן וועג פארוואנדלען זיי רוב כלל ישראל וואס האלט פארקערט פון זיי אין 'משכילים' 'אפיקורסים' 'רשעים'. אלעס אין מותר אין דעם מלחמת דזשיהאד.
נארמאלע אנשטענדיגע קלוגע מענטשן וואס ווען ס'קומט צו 'ציונות' פארלירן זיי דעם צלם אנוש, דער שכל גייט א גאנג מאכענדיג פלאץ פאר זינלאזע ברעינוואשט געפילן וואס נעמען איבער דעם שכל הישר. קענסט טאפן א וואנט.

איך טראכט צו מיר, 'ציונות' איז שוין פונלאנג נישט דא, קוים וואס די ציונים אליין ווייסן וואס דאס איז, אבער די שרעקליכע גיפטיגע גאזן וואס דער שיטה האט איבערגעלאזט וועט נאך בלייבן מיט אונז לאנגע יארן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:56 pm
דורך בת קול
יאפ. די חברה האבן א האקן קאפ אין וואנט מאנטאליטעט.

קענען זיין מעסיג אין סיי וועלכע אנדערע אנדערע טאפיק, אבער ווען מען זאגט זיי די ווארט ציוניסטן קענען זיי פשוט נישט הערן אן אנדערע צד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 3:11 pm
דורך Just be Happy
שאלתיאל האט געשריבן:איך האב אביסל מיטגעהאלטן אויף אייוועלט דער געשרייבעכצער ארום ל"ג בעומר אין מירון און מיינע געפילן זיינען זייער שווערע.
מיין איינדרוק איז אז דער דברי יואל זי"ע אין זיין אמת'ע קאמפף קעגן די ציונים האט באשאפן א באנדע פאנאטישע מטורפים פיל מיט שנאה און האס נישט צו דער ציונים נאר צו רוב כלל ישראל. זיינע נאכפאלגער (בעיקר)אין אמעריקע לעבן אין עפעס א פאנטאזירטע וועלט ווי זיי זענען די לעצט פארליבענע 'ערליכע אידן' וואס זענען 'לוחם מלחמות השם' קעגן עפעס אן אומזעעבארן אויפגבלאזענע דעמאן וואס איז דער מקור הרשע בעלמא הדין און אויפן וועג פארוואנדלען זיי רוב כלל ישראל וואס האלט פארקערט פון זיי אין 'משכילים' 'אפיקורסים' 'רשעים'. אלעס אין מותר אין דעם מלחמת דזשיהאד.
נארמאלע אנשטענדיגע קלוגע מענטשן וואס ווען ס'קומט צו 'ציונות' פארלירן זיי דעם צלם אנוש, דער שכל גייט א גאנג מאכענדיג פלאץ פאר זינלאזע ברעינוואשט געפילן וואס נעמען איבער דעם שכל הישר. קענסט טאפן א וואנט.

איך טראכט צו מיר, 'ציונות' איז שוין פונלאנג נישט דא, קוים וואס די ציונים אליין ווייסן וואס דאס איז, אבער די שרעקליכע גיפטיגע גאזן וואס דער שיטה האט איבערגעלאזט וועט נאך בלייבן מיט אונז לאנגע יארן.
יאפ, ממש א שרעק וואס די עולם שרייבט דארט

Re: מלחמות חרדיזם אין מירון

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 3:29 pm
דורך פרנס החודש

ציונות איז די קלענסטע פראבלעם אין סאטמאר, ס׳איז סך הכל א דיסטרעקשן צו האלטן דעם עולם ביזי, סאטמאר רב האט געוואלט דערווייטער זיין עולם פון מאדערן ארטאדאקסיע האט ער זיך געשלאגן מיט ציונות און אזוי געמאכט א שפאלט צווישן זיין עולם און די מאדערנע,און אזוי איז ב״ה געבליבן א כלל ישראל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 4:20 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
סאיז זייער נאריש צו זיען מסקנות פון ספעציפישע דומע אייוועלטער וועלכע נוצן נישט זייער שכל אין סתם א גרינעם דינסטאג אויף סאטמאר רבס מהלך, די חלק אייוועלטער וואס זאגן אז אפילו ווען די הנחיות זאלן זיין פראקטיש און אויסגעהאלטן איז עס אפגעפרעגט צוליב וואס סאיז די ציונימס ארבעט זענען א מיעוט אייוועלט און א ניטאמאל ווערט צו אנגערופן ווערן דום רעלאטיוו צו סאטמאר.

דאס רוב דארטן זענען פרוסטרירט און מיט רעכט, דער וואס איז נישט פרוסטרירט איז ווארשיינליך איינזייטיג נאך וואס מתווה מירון איז קריטיקירט געווארן דורך אלע חרדישע אקטיוויסטן און חברי כנסת [אחוץ מתן כהנא דער גרוילהאפט] און ווי אויך דורך פרייע צייטונגען, דער עולם וואס רעדט הוילע שתותים זענען טאקע א מיעוט. דער פראבלעם מיט אייוועלט איז בעיקר אז צווישן זייער הנהלה ציילן זיך אויך אזאנע בלינדע עקסטרעמיסטן, אבער דאס זענען נישט די אייוועלט שרייבער און זיכער נישט סאטמאר.

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:03 pm
דורך בת קול
און שוין. מיין דריטע ניק איז אויסגעשפארט.

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2022 2:26 am
דורך שמעון וואלף
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:סאיז זייער נאריש צו זיען מסקנות פון ספעציפישע דומע אייוועלטער וועלכע נוצן נישט זייער שכל אין סתם א גרינעם דינסטאג אויף סאטמאר רבס מהלך, די חלק אייוועלטער וואס זאגן אז אפילו ווען די הנחיות זאלן זיין פראקטיש און אויסגעהאלטן איז עס אפגעפרעגט צוליב וואס סאיז די ציונימס ארבעט זענען א מיעוט אייוועלט און א ניטאמאל ווערט צו אנגערופן ווערן דום רעלאטיוו צו סאטמאר.

דאס רוב דארטן זענען פרוסטרירט און מיט רעכט, דער וואס איז נישט פרוסטרירט איז ווארשיינליך איינזייטיג נאך וואס מתווה מירון איז קריטיקירט געווארן דורך אלע חרדישע אקטיוויסטן און חברי כנסת [אחוץ מתן כהנא דער גרוילהאפט] און ווי אויך דורך פרייע צייטונגען, דער עולם וואס רעדט הוילע שתותים זענען טאקע א מיעוט. דער פראבלעם מיט אייוועלט איז בעיקר אז צווישן זייער הנהלה ציילן זיך אויך אזאנע בלינדע עקסטרעמיסטן, אבער דאס זענען נישט די אייוועלט שרייבער און זיכער נישט סאטמאר.
דארט ווערן געשריבן אסאך משכל'דיגע תגובות וואס ווערן פארמעקט ווייל די פינאט קעפלעך באריכטן דאס פאר די הנהלה אז ס'איז ציונות

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2022 6:59 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: אמת. אזא ציוני ווי איך. (איך לערן נאך דערצו אויך, ליידער דעם..."דף היומי.) וואלט מען אראפגעפליקט אין א מינוט. אלע מיינע תגובות וואלטן ארויסגעקומען מיט א בלענק פעידזש. מיט דעם צושריפט..."פארמעקט"...פארמעקט. פארמעקט. צוליעב ציונות.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 10:00 am
דורך מרדכי מרדכי
פרנס החודש האט געשריבן:
שאלתיאל האט געשריבן:איך האב אביסל מיטגעהאלטן אויף אייוועלט דער געשרייבעכצער ארום ל"ג בעומר אין מירון און מיינע געפילן זיינען זייער שווערע.
מיין איינדרוק איז אז דער דברי יואל זי"ע אין זיין אמת'ע קאמפף קעגן די ציונים האט באשאפן א באנדע פאנאטישע מטורפים פיל מיט שנאה און האס נישט צו דער ציונים נאר צו רוב כלל ישראל. זיינע נאכפאלגער (בעיקר)אין אמעריקע לעבן אין עפעס א פאנטאזירטע וועלט ווי זיי זענען די לעצט פארליבענע 'ערליכע אידן' וואס זענען 'לוחם מלחמות השם' קעגן עפעס אן אומזעעבארן אויפגבלאזענע דעמאן וואס איז דער מקור הרשע בעלמא הדין און אויפן וועג פארוואנדלען זיי רוב כלל ישראל וואס האלט פארקערט פון זיי אין 'משכילים' 'אפיקורסים' 'רשעים'. אלעס אין מותר אין דעם מלחמת דזשיהאד.
נארמאלע אנשטענדיגע קלוגע מענטשן וואס ווען ס'קומט צו 'ציונות' פארלירן זיי דעם צלם אנוש, דער שכל גייט א גאנג מאכענדיג פלאץ פאר זינלאזע ברעינוואשט געפילן וואס נעמען איבער דעם שכל הישר. קענסט טאפן א וואנט.

איך טראכט צו מיר, 'ציונות' איז שוין פונלאנג נישט דא, קוים וואס די ציונים אליין ווייסן וואס דאס איז, אבער די שרעקליכע גיפטיגע גאזן וואס דער שיטה האט איבערגעלאזט וועט נאך בלייבן מיט אונז לאנגע יארן.
ציונות איז די קלענסטע פראבלעם אין סאטמאר, ס׳איז סך הכל א דיסטרעקשן צו האלטן דעם עולם ביזי, סאטמאר רב האט געוואלט דערווייטער זיין עולם פון מאדערן ארטאדאקסיע האט ער זיך געשלאגן מיט ציונות און אזוי געמאכט א שפאלט צווישן זיין עולם און די מאדערנע,און אזוי איז ב״ה געבליבן א כלל ישראל.
אמת אן סאטמאר איז טאקע נישט דא קיין כלל ישראל

Re: מלחמות חרדיזם אין מירון

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 10:20 am
דורך פרנס החודש
מרדכי מרדכי האט געשריבן:

עס איז אלס נאר בזכות סאטמאר

Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 12:07 pm
דורך moody
פאר די מדינה איז נתייסד געווארן איז געווען גוטע סיבות צו קלערען אז מ"י גייט זיין א פלאץ ווי ממשלה גייט רודפ'ן דת און פרומע אידן,
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז באופן כללי איז די חשש געווען לבטלה (און גאר פארקערט ואכ"מ),

אבער ביי סאטמאר'ע רב ואנשי בריתו איז איז די חשש, אפגעזעהן פונעם מציאות, פארבליבען לעבעדיג און שפרידילדיג,
ע"כ ווי עס מאכט זיך נאר עפעס א "גזירה" בשייכת מיט חרדים כאפט מען זיך ארויף דערויף ווייל "זעהט דאך קלאר" אז דעס וואס שרייט שוין 100 יאר איז קלאר אמת, דלא כהלינקע וכו'

Re: מלחמות חרדיזם אין מירון

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 3:40 am
דורך טאמבל סאס
האב איך געהערט צווישן די ליגנדע אז די סאטמערע (אהרונים?) שארפן זיך די ציין איבערצונעמען מירון הנהגה פון תולדות אהרן. איינער קען באשטעטיגן?