בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 12:33 pm
דורך שאלתיאל
ד"ר מיכאל איז אלעס חוץ אַן אפלאגיסט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 12:42 pm
דורך שמן למאור
שאלתיאל האט געשריבן:ד"ר מיכאל איז אלעס חוץ אַן אפלאגיסט
דו דארפסט פשוט וויסן וואס אפאלאגעטיע מיינט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 6:21 pm
דורך פרייוויליג
מיין טייער קינד שמן,
מיט דיינע קשיות דארפסט זיך נישט שעמען, ס'נישטא פאר וועמען,

אך הפעם הזה איך וועל דיך נאך געבן איין ווארט,
און נאכדעם קענסטו מיך ווייטער געפינען אין יעדן ארט,

דו זאגסט אז דו האסט מיך געזוכט, פשפש ולא מצא,
ווען האסטו די לעצטע מאל געשמועסט מיט מיך, אן דעם איז מען נישט יצא,

מיך קען מען נישט זען, מיך קען מען נישט הערן,
איך בין אן עקספיריענס וואס מען שפירט דורך טרערן,

מיט א קלארע קאנשעסנעס, מיט טיפע התרגשות,
עס דארף זיין ארגינעל, מ'קען נישט זיין obnoxious,

אברהם האט אמת'דיג געוויינט,
ער האט נישט נאר געמיינט,

דו וואלסט נישט געוואלט דינען א ג-ט וואס מען קען זען,
דאס וואלט געווען אומדערטרעגליך, געוואלדיגע pain,

מיך קען מען נישט דורך די 5 חושים דיטעקטן,
ווען דו וועסט מיך טרעפן, וועט דיך עס אינגאנצן עפעקטן,

מיך צו בעטן איצט צו מאכן א נס א גרויסן,
איז אזוי ווי בעטן דיין דאקטער ער זאל דיך פראוון זיין דעגרי
ער וועט דיך זאגן ווארט מיך אינדרויסן,

אויב בענקסי מאכט פאר דיך מער סענס,
דאן ברויכסטו טוישן דיין לענס,

דו רעדסט פון לאגיק, שכל, און פארשטאנד,
זייט וויסן דו טאפסט נאך א וואנט,

מיכל די סייענטיס, האט אמאל הויך פראקלעמירט,
אז ער האט געפינען די קלענסטער פיש אין דער וועלט
ער האט יעדעם אלעמירט,

האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די לעכער אין זיין נעץ,
איז געווען א געוויסע סייז, ער איז דאך סתם א לץ,

זיכער ווייסט ער נישט אז פישלעך קלענער פון זיין לעכל,
האבן געקענט דורכשווימען די נץ פון מיכל,

דיין גאנצע פרעסעפשען, באשטייט דורך אותיות, ווי קי"ף, ני"ן, רי"ש,
אלעס וואס דו פארשטייסט איז דורך א קליינעם פעקל פלייש,
צוזאם געשטעלט דורך מים רוח עפר ואש,

עס איז גוט אז דו האסט אראפגעשריבן דיינע געדאנקן,
עס וועט זיין פאר דיך פון דיינע בעסטע געשאנקן,
ווען דו וועסט צוריק קוקען אויף זיי, ווען דיין קאנשענסנעס וועט אמאל אויפצאנקן,

See you on the other side

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 6:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שמן למאור האט געשריבן:אוי גאטעניו ביטע באווייז זיך שוין צו מיר,
איך וויל קענען ריכטיג גלויבן אין דיר.
אטע דאס איז טאקע די חילוק צווישן אמאל און היינט, אברהם אבינו האט נישט געוואלט גלייבן אין גאט, ער האט פשוט געוואלט וואוסן דעם אמת, אפגעזעהן וואס דער אמת איז, און אז גאט האט געזעהן אז די ראיות וואס אברהם זעהט זענען אז ס'נישט דא קיין גאט האט זיך גאט געדארפט באווייזן צו איהם ווייל ס'פשוט נישט fair אז איינער וואס זוכט דעם אמת זאל צוקומען צו שקר. דו ווידער האסט דאך דעם אמת אין בוידעם, דו האסט פשוט א משוגעת אין קאפ אז דו ווילסט "ריכטיג גלייבן" אפגעזעהן צו ס'איז אמת אדער נישט, גלייבן וועסטו סייווי מיט אדער אן ראיות, איז צו וואס דארף זיך גאט באווייזן צו דיר? דו גלייבסט דאך סייווי... איי דו ווילסט "ריכטיג גלייבן", obviously האלט גאט אז דאס הייסט יא "ריכטיג גלייבן".

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:12 pm
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

אוי דו לץ איינער.. ביסט געפערליך...

קודם כל, פון די מרדש איז משמע אז אברהם אבינו איז צוגעקומען צו גלייבן אין גאט דורכ'ן זוכן די אמת, און איינמאל ער האט עס אנערקענט האט זיך גאט באוויזן צו אים. נישט וויאזוי דו לייגסט עס אראפ, אז דורך זיין חקירה איז ער גאר צוגעקומען אז ס'איז נישטא קיין גאט.

והשנית, איך זיך נישט צו גלייבן לשם גלייבן. איך וויל גלייבן על צד ער עגזיסטירט טאקע. נאר כדי צו גלייבן ריכטיג, מוז זיך עס קודם לייגן אויפן שכל, אויב נישט דאן בלייבט מען מיט ספיקות, אדער גאר כפירה. איך שמועס דא אויס אין די פאזיע איינע פון די טשעלענדזשעס וואס עס קומט מיטן גלויבן, נעמליך אז גאט איז גאר באהאלטן און מען זעט אים נישט, אבער צו די זעלבע צייט ווערט מען געפיטערט מיט אלע מינע מעשיות אז אמאל "לאנג צוריק" האט ער זיך באוויזן און געפראוועט ניסים אהן קיין פראבלעם... וואס זאל איך דיר זאגן, עס סאונד פישי...

איך זיך נאכאלץ גוטע תירוצים מיט הסברים, ווייל על צד מיין טאטע איז יא גערעכט מיט די גאנצע רעליגיע וואס ער האט מיר געלערנט, דאן בין איך טאוסט אויב גלייב איך נישט דערין... סאו איך זיך דאך צו זען אויב אפשר האט זיין מהלך האפט... דערווייל אהן ערפאלג.

ועוד, אפילו איך בלייב יא גלויביג, איז די טענה נאכאלץ וואליד. ווייל איך קען גענוג וואס האבן יא ליידער אפגעלאזט די אמונה אונגאנצן, צוליב די אדער ענדליכע טענות. און אויב וואלט זיך נאר גאט באוויזן צו זיי, וואלטן זיי אודאי יא געגלויבט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:27 pm
דורך מי אני
וכמאמרו של בּערטראנד ראָסעל:
11.jpg
https://www.nytimes.com/2002/05/11/arts ... tails.html

ועיין באשכול זו ובמה שכתבתי כאן וכאן (וג"כ מה שהבאתי כאן).

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 9:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שמן למאור האט געשריבן:ועוד, אפילו איך בלייב יא גלויביג, איז די טענה נאכאלץ וואליד. ווייל איך קען גענוג וואס האבן יא ליידער אפגעלאזט די אמונה אונגאנצן, צוליב די אדער ענדליכע טענות. און אויב וואלט זיך נאר גאט באוויזן צו זיי, וואלטן זיי אודאי יא געגלויבט.
אטע דאס זאג איך טאקע, די היינטיגע כופרים זענען נישט קיין עכטע כופרים, ווען ס'קומט איין דיננער פון הימל טוען זיי אלע זיך אן קאפלעך און שרייען שמע ישראל און שפרינגען פאר פרייד אז יעצט האבן זיי שוין א תירוץ צו ערפילן זייער הארצן וואונטש צו גלייבן אין גאט, מ'האט א מופת פונעם ריבניצער און מ'קלאפט זיך שוין אין בייכל שישו מעי און אתה בחרתנו מכל העמים, אזעלכע מענטשן לאזט גאט זיך פרייען מיט זייער ענגן פיר-עקעדיגן קאמפארט זאון, זיי דארף ער נישט האבן. אמאל איז אנדערש געוועהן, אמאליגע מענטש האט זיך אפילו גאט געקענט באווייזן צו זיי און זיי האבן נאכאלץ ווייטער געזוכט דעם אמת, אקעי, הוי״ה האט אונז ארויסגענומען פון מצרים אבער אפשר איז דא עפעס אן אמת אין א גאלדענע קאלב אויך? הוי״ה איז גרויס און מעכטיג מ'קען דאך אבער נישט אוועקמאכן בעל און מולך פאר מ'פארשט נאך וואס זיי האבן צו פארקויפן. די אורים ותומים האט טאקע פאראויסגעזאגט עתידות, ס'האט אבער נישט אפגעהאלטן שאול המלך פון גיין הערן נאך א דעה ביים מכשפה פון עין-דור. ולא קם נביא בישראל כמשה אבער אפשר באומות העולם קם? חז"ל זענען טאקע הייליג און טייער האט אבער דער רמב"ם געגאנגען נאשן חכמה ביי אריסטו אויך. בקיצור, מ'האט זיך אלץ ארומגעדרייט מיט אפענע אויגן און אנגעשפיצטע אויערן זיך צו דערגרונטעווען צו נאך א טיפערע סוד אינעם בריאה, נאך א טיפערע אמת, מיט אזעלכע מענטשן איז גאט אינטערעסירט צו האנדלען.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 9:49 pm
דורך שמן למאור
רבינו, ביסט אוט אוו יור מיינד!? וועלכע כופר קענסטו וואס גייט שפרינגען הקפות ווען ער הערט א ריבניצער געשיכטעלע?

היינט איז דען נישטא קיין טיפע אמת זוכערס? דו לויפסט דאך ארום פון איין יאגא ספיריט טיילער צום צווייטן... ביז ענדליך רעדן שוין די שראום שטימעס צו דיר...
נו.. האט זיך גאט שוין אויך באוויזן צו דיר?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 6:00 am
דורך רביה''ק זי''ע
רבי'לע, איך קען די אלע כופרים, יאוגא גורוס, און ספיריטואלע היילערס, די אלע זענען פונקט אזוי סטאק אין א נאראטיוו ווי די רעשט. איך זאג נישט, זייערע נאראטיווס זענען פיל געשמאקער ווי די חרדישע און איך וואלט עניטיים אויסגעוועלט זייער ריבוע ווי די אלע חברה דא אבער ווער זאגט אז מ'דארף בכלל לעבן אין א ריבוע? און וואס אנבאלאנגט גאט'ס זיך באווייזן צו מיר, געדענק אז לויט'ן מדרש רבה האט זיך גאט דאס ערשטע מאל באוויזן צו אברהם אבינו ביי די 48, משה רבינו האט באגעגנט הוי״ה הערשט ביי די 80 יאר, ווען Lord Krishna האט זיך באוויזן צו Arjuna איז ער שוין געוועהן א זקן מופלג פון 89 יאר!! ווער ווייסט צו איך גיי בכלל אנקומען צו דעם עלטער :D

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 7:52 am
דורך היסטאריע
חדשים האט געשריבן:אין אזא הסתר פנים, און דיינע געפילן טוען נאך פליסן און ווילן זעהן גאט, דאס איז די גרעסטע נס וואס גאט מאכט. דאס פאקט איין אלע נסים פון אמאל. איין באשעפער ווייסט וויאזוי דאס איז מעגליך.

אפשר גאר, איז דאס דיין גאט...

ובקשתם משם את ה' אלקיך איז שוין מקוים געווארן. יעצט קומט די ומצאת.
דער פלא גייט ווייטער און ווייטער. הניח אמונתו על קרן הצבי.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 8:56 am
דורך פרייוויליג
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:רבי'לע, איך קען די אלע כופרים, יאוגא גורוס, און ספיריטואלע היילערס, די אלע זענען פונקט אזוי סטאק אין א נאראטיוו ווי די רעשט. איך זאג נישט, זייערע נאראטיווס זענען פיל געשמאקער ווי די חרדישע און איך וואלט עניטיים אויסגעוועלט זייער ריבוע ווי די אלע חברה דא אבער ווער זאגט אז מ'דארף בכלל לעבן אין א ריבוע? און וואס אנבאלאנגט גאט'ס זיך באווייזן צו מיר, געדענק אז לויט'ן מדרש רבה האט זיך גאט דאס ערשטע מאל באוויזן צו אברהם אבינו ביי די 48, משה רבינו האט באגעגנט יהו"ה הערשט ביי די 80 יאר, ווען Lord Krishna האט זיך באוויזן צו Arjuna איז ער שוין געוועהן א זקן מופלג פון 89 יאר!! ווער ווייסט צו איך גיי בכלל אנקומען צו דעם עלטער :D
וואס פעלט אויס ארויסצושרייבן השם׳ס נאמען, אפילו עס האט 2 שטרעכלעך. וואס איז שלעכט מיט אנדערע נעמען?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 10:03 am
דורך שמן למאור
ער וויל זיכער מאכן אז מען גייט נישט מעקן זיין תגובה...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 10:15 am
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:רבי'לע, איך קען די אלע כופרים, יאוגא גורוס, און ספיריטואלע היילערס, די אלע זענען פונקט אזוי סטאק אין א נאראטיוו ווי די רעשט. איך זאג נישט, זייערע נאראטיווס זענען פיל געשמאקער ווי די חרדישע און איך וואלט עניטיים אויסגעוועלט זייער ריבוע ווי די אלע חברה דא אבער ווער זאגט אז מ'דארף בכלל לעבן אין א ריבוע? און וואס אנבאלאנגט גאט'ס זיך באווייזן צו מיר, געדענק אז לויט'ן מדרש רבה האט זיך גאט דאס ערשטע מאל באוויזן צו אברהם אבינו ביי די 48, משה רבינו האט באגעגנט יהו"ה הערשט ביי די 80 יאר, ווען Lord Krishna האט זיך באוויזן צו Arjuna איז ער שוין געוועהן א זקן מופלג פון 89 יאר!! ווער ווייסט צו איך גיי בכלל אנקומען צו דעם עלטער :D
אוי וויי! דו וועסט מעגליך ערשט געוואר ווערן פונעם אמת נאך דיין שטארבן... אבער די ווייסט דאך אז אלע רעליגיעס פארלאנגען איינצוזען גאט ווען מען לעבט נאך, נאכן טויט איז שוין אייביג צו שפעט...
ס'איז עפעס א מאדנע געזעץ וואס אלע רעליגיעס האבן אין קאמען. קיין שום רעליגיע לאזט דיר נישט קודם שטארבן און קלאר זען גאט, און בלויז דערנאך גלייבן אין אים. עס גייט נישט אזוי! פרעג מיך נישט פארוואס...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 3:44 pm
דורך היסטאריע
דער פשט איז, אז די רעליגיע טוט דיר א טובה, און גיבט דיר א שארטקאט, זאלסט נישט דארפען פראווען מעדיטאציע צו תעניתים וכו', דו קענסט שוין פין געבורט האבן דער זעלביגע וואס אברהם האט ערשט באקומען ביי די 48.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 1:05 am
דורך שמן למאור
IMG_20221230_010451_804.jpg

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 1:09 am
דורך מי ימצא
שמן למאור האט געשריבן:
IMG_20221230_010451_804.jpg
איך קען עס נישט לייקן.
אבער זיסלעך איז עס.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 1:37 am
דורך שמן למאור
מי ימצא האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
IMG_20221230_010451_804.jpg
איך קען עס נישט לייקן.
אבער זיסלעך איז עס.
וואס איז? דיין לייק קנעפל איז צעבראכן?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 1:47 am
דורך מי ימצא
שמן למאור האט געשריבן:
מי ימצא האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
IMG_20221230_010451_804.jpg
איך קען עס נישט לייקן.
אבער זיסלעך איז עס.
וואס איז? דיין לייק קנעפל איז צעבראכן?
סאיז צו שארף.
נישט אלעס וואס מען טראכט, מעג מען שרייבן.
אדרבה איך פארגין דיר וויפיל לייקס דו ברויכסט.

Re: באשעפער באווייז זיך צו מיר

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 3:04 am
דורך צוזאמגעדרייט
מי ימצא האט געשריבן: נישט אלעס וואס מען טראכט, מעג מען שרייבן.
פארוואס נישט? אויב מען מעג עס טראכטן, פארוואס זאל מען דאס נישט מעגן שרייבן?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 10:20 am
דורך קאצקע ציקער
שמן למאור האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:רבי'לע, איך קען די אלע כופרים, יאוגא גורוס, און ספיריטואלע היילערס, די אלע זענען פונקט אזוי סטאק אין א נאראטיוו ווי די רעשט. איך זאג נישט, זייערע נאראטיווס זענען פיל געשמאקער ווי די חרדישע און איך וואלט עניטיים אויסגעוועלט זייער ריבוע ווי די אלע חברה דא אבער ווער זאגט אז מ'דארף בכלל לעבן אין א ריבוע? און וואס אנבאלאנגט גאט'ס זיך באווייזן צו מיר, געדענק אז לויט'ן מדרש רבה האט זיך גאט דאס ערשטע מאל באוויזן צו אברהם אבינו ביי די 48, משה רבינו האט באגעגנט יהו"ה הערשט ביי די 80 יאר, ווען Lord Krishna האט זיך באוויזן צו Arjuna איז ער שוין געוועהן א זקן מופלג פון 89 יאר!! ווער ווייסט צו איך גיי בכלל אנקומען צו דעם עלטער :D
אוי וויי! דו וועסט מעגליך ערשט געוואר ווערן פונעם אמת נאך דיין שטארבן... אבער די ווייסט דאך אז אלע רעליגיעס פארלאנגען איינצוזען גאט ווען מען לעבט נאך, נאכן טויט איז שוין אייביג צו שפעט...
ס'איז עפעס א מאדנע געזעץ וואס אלע רעליגיעס האבן אין קאמען. קיין שום רעליגיע לאזט דיר נישט קודם שטארבן און קלאר זען גאט, און בלויז דערנאך גלייבן אין אים. עס גייט נישט אזוי! פרעג מיך נישט פארוואס...
זייער סימפל ווייל דעמאלטס איז נישט קיין שום חידוש אז דו גלייבסט אין גאט דו זעהסט דאך עים קלאר די קונץ איז ווען זאכן זענען פארנעפעלט און דעמאלטס גלייבסטו

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 10:23 am
דורך רביה''ק זי''ע
שמן למאור האט געשריבן:
IMG_20221230_010451_804.jpg
נאריש אבער זיס, פארוואס דאן האב איך געלייקט? להוציא מלבן של... יא, מ'מעג דאס טראכטן און מ'מעג עס זאגן. :D

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 10:46 am
דורך רביה''ק זי''ע
קאצקע ציקער האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן: אוי וויי! דו וועסט מעגליך ערשט געוואר ווערן פונעם אמת נאך דיין שטארבן... אבער די ווייסט דאך אז אלע רעליגיעס פארלאנגען איינצוזען גאט ווען מען לעבט נאך, נאכן טויט איז שוין אייביג צו שפעט...
ס'איז עפעס א מאדנע געזעץ וואס אלע רעליגיעס האבן אין קאמען. קיין שום רעליגיע לאזט דיר נישט קודם שטארבן און קלאר זען גאט, און בלויז דערנאך גלייבן אין אים. עס גייט נישט אזוי! פרעג מיך נישט פארוואס...
זייער סימפל ווייל דעמאלטס איז נישט קיין שום חידוש אז דו גלייבסט אין גאט דו זעהסט דאך עים קלאר די קונץ איז ווען זאכן זענען פארנעפעלט און דעמאלטס גלייבסטו
נעה, אפילו נאכ'ן זעהן איז נאכאלץ א קונץ.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2022 12:07 pm
דורך קאצקע ציקער
רבינו תסביר