דא ברענגט
@צוזאמגעדרייט ארויס א נקודה, אז פון אַן עוואלוציאנערישע מבט האבן די דזשיִנס פון האָמאָסעקשועל מענטשן (ואפילו חכמים) א שווערערער מעבר דורכצוגיין אויף כדי צו רעפּראדוסן און איבערלעבן. דאס קען מען אויסברייטערן נאך מער לחכמים בכלליות, ווייל ווי איך האב
צוגעברענגט איז דא א נעגאטיווע קאָרעלעישאן צווישן חכמים און וויפיל קינדער א מענטש האט - ווי א גרעסערער חכם, אלס ווייניגער זיין דראנג צו איבערלאזן מער דורות (הגם דאס איז מער לגבי האבן
ווייניגער קינדער, אבער ל״ד
בכלל נישט). ועכ״כ אז ניטשע, וועלכער האט טאקע נישט געהייראט און נישט איבערגעלאזט דורות (ווי אסאך אנדערע חכמים), האט
גע׳טענה׳ט אז אַן אוהב חכמה ופילוסוף האט טאקע נישט חתונה צו האבן
(ועיין בדברי דר. יונתן וואלף). וכמובן, גייט דאס נאך מער אין איינקלאנג מיט׳ן פילאזאפישן פאזיציע פון
אנטינעטעליזם, וועלכעס נעמט אָן גאר שטארק דעם (עירובין יג:) נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא, און אז עס איז גאר אומעטיש אראפצוברענגען מענטשן אויף די וועלט וועלכע זענען אויסגעשטעלט צו
אירע צרות ועגמת נפש.
די געדאנק איז, אז ווי דער רמב״ם ברענגט ארויס (בסוף מו״נ ח״ג פנ״ד) אין זיין
היערארכיע פון מיני שלימות, איז מעלת החכמה די העכסטע ווייל דאס איז
לו לבדו זולתו ע״ש. מיינענדיג, אז החכמה והמושכלות שקנה האדם, איז נישט קאנטינדזשענט ותלוי אין קיין שום פאל אין א צווייטן, נישט אויף דאס מעריך צו זיין כנגדו און נישט אויף דאס קענען מפסיד זיין ממנו וכדומה. משא״כ כל שאר שלימיות, ווערט נערך און איז אָנגעוואנדן רעלאטיוו צו אנדערע. דאס איז בפרט נוגע לגבי די שלימות פון קונה זיין נכסים און ריסאָרסעס, וואס, פון אַן עוואלוציאנערישן מבט זיכער, איז די סאָקסעס דערפון על הכלל כולו אָנגעוואנדן לבסוף אין אך ורק זיין אָוועראָל פיטנעס און די דזשיִנס וואס ער לאזט איבער נאך זיך אינעם דזשיִן פּוּל. און אויף דעם זאגט טאקע קהלת אז אויב נישט איז (ד ח) יש אחד ואין שני גם בן ואח אין לו ואין קץ לכל עמלו גם עיניו לא תשבע עושר ולמי אני עמל ומחסר את נפשי מטובה גם זה הבל וענין רע הוא
(און דאס איז נישט לאנג נאכ׳ן זיין שרייבן פריער דארט בפסוק ב וג׳, ושבח אני את המתים שכבר מתו מן החיים אשר המה חיים עדנה, וטוב משניהם את אשר עדן לא היה אשר לא ראה את המעשה הרע אשר נעשה תחת השמש). כמובן, אז דער חכם וועלכער האט יא דורות, זוכט אריינצוגעבן זיין אידעאל פון אהבת ושאיפת החכמה אין צו זיינע דורות אז זיי זאלן דאס אויך נאכיאגן און קונה זיין, זייענדיג אז ער האלט דאס אלס די העכסטע אידעאל, אבער די חכמה לשלעצמה וואס ער האט קונה געווען איז לו לבדו זולתו און איז נישט אָנגעוואנדן אין וואס זיינע קינדער נעמען למעשה אָן. משא״כ ריִסאָרס סאָקסעס, וואס ביי מענטשן איז קניית ורכישת נכסים, ווערט למעשה לאחרי הכל נאר געשאצט לפי זיין אָוועראָל פיטנעס און ריִפּראַדאָקטיוו סאָקסעס; ביי דעם איז, ווי קהלת זאגט אויך (ג יט) ומותר האדם מן הבהמה אָיִן כי הכל הבל - זיין רכישת נכסים און ריִסאָרסעס איז נאר חלוק במדריגה מהבהמות לפי ערכו וערכם, אבער נישט במין כמו בקניית חכמה ומושכלות.
ואולי קען דער העדאניסט טענה׳ן דאס זעלבע לגבי תענוג; דאס איז אויך ל״ד אָנגעוואָנדן אין אנדערע וכמו כעין חכמה, און ווי די פסוק פריער זאגט ״ולמי אני עמל ומחסר את נפשי מטובה״, און ער קען פארשטיין אז ער האט זיך נישט צו מוטשענען און ענדערש ליגן ברכישת תענוגים. הגם אבער אז זיין ווינדוֺי צו דעם אין לעבן דאס קונה צו זיין איז למעשה היבש קלענער. ווי אויך איז ניתן להיאמר אז ער איז סתם אזוי אין דעם קרוב להפסד ורחוק מן השכר, זייענדיג אז קניית צער איז אים אינעוויטעבּל און איז כאטש באלאנסירט נגד התענוגים שיקנה וירווה. משא״כ ביי חכמה וסכלות. דאס רירט סתם אזוי אָן צום שמועס איבער חכמה ויחסה לתענוג.
עכ״פ עס איז נישט גרינג פארצוהאלטן דער חכם אויף דעם אז ער איז ווייניגער אומשטאנד צו זיין סאָקסעספול לגבי רעפּראַדאָקטיוו סאָקסעס און פיטנעס, טאמער ער איז נישט מסכים מעיקרא צו דעם אלס אַן ערך חשוב בכלל. ער באטראכט דאס מער ווי א בחינה ״
אז איך בין שוין ממילא דא טוה איך דאס מערסטע וואס איך קען לגבי מיין קאַנסטיטושאן פון חומר להישאר אני לבדי״, אבער נישט אז אט די עוואלושינערי געים, בכל אגפיה, איז אַן עיקר פאר אים באיזה אופן, לבד ממה שצריך אליו בהכרח להישאר כדי לקנות המושכלות.
וואס מ׳קען יא פרעגן איז צי די דראנג און טרעיט זיינער פון דאס ארויסהייבן חכמה אלס די עיקר אידעאל, איז
אליינס תלוי אין דעם אז דאס איז סעלעקטעד געווארן עוואלושינערילי, זייענדיג אז חכמה איז דאס וואס האט געהויבן די פיטנעס פונעם מין האנושי על הכלל? ואפילו פאר אַן אינדיווידואל איז, all else being equal, דער
חכם מער אומשטאנד צו זיין עוואלושינערילי פיט? וממילא איז ער סוכ״ס
פונקט אזוי משועבד מיט דאס וואס ער ״שפילט״ יא, צו וואס עוואלושאן דיקטירט אלס סאָקסעס ופיטנעס - דאס איז פשוט די כלי וועלכעס דער מין האנושי האט אלס אַן עדזש אין איר פיטנעס, וכעין די כלים וואס אנדערע בע״ח האבן עוואַלווד אלס אַן עדזש צו זייערס; דעם מין האנושי׳ס עדזש און כלי איז נאר פשוט בעסער (אבל עיין
בדברי דר. דוד וואלפּערט
שהבאתי). וואס מ׳קען זאגן איז אז איה״נ, אבער די חילוק איז אז ביי דעם איז דער חכם, זייענדיג א חכם, טאקע עוועיר דערצו אליינס, און זיין זיין עוועיר דערפון איז
אט דאס וואס מאכט אים טאקע חלוק במין אין דעם דראנג וחשיבות דערצו, וועלכעס איז איה״נ טאקע מכח עוואלושאן כמו הרדיפה לרכוש נכסים וריִסאָרסעס; ער דערזעהט זיך פון א דרויסענדיגער מבט אלס א חלק פון די סיסטעם. ואולי ליגט דאס אינעם באקאנטן
מימרא פון סקראט אז ״די אָנעקזעמינד לעבן איז נישט ווערט געלעבט צו ווערן.״ והיינו, אז ער דארף זיך דערזעהן, בחכמתו
על חכמתו, אז
דאס אליינס און די חשיבות וערך וואס חכמה האט, איז לבסוף נובע פונעם זעלבן מקום ומקור פון וואו יעדעס מענטשליכע דראנג וערך צו ערנערונג, דורות, און ריִסאָרסעס איז נובע. די סעלף-רעפערענשאל הכרה, וועלכע איז דורך חכמה, איז וואס איז מחלק ערך וחשיבות החכמה משאר ערכי חומריים.