אינטערעסאנט.
האבן זיי למעשה גענוצט די טונעלן בשעת קאוויד און ס'איז געווען פארהוילן ביז יעצט? אדער האבן זיי הערשט יעצט געענדיגט בויען און דערפאר איז די נייעס ארויס?
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:50 pm
פשט?
מען האט געוואלט פארשטאפן די טונעל מיט צומענט, די משיחסטן (כנראה לי) האבן זיך צולאזט, צובראכן די פייפ פון די סעמענט טראק און דערנאך געגאנגן נעקסט לעוועל.
זיי זאגן אז די רבי האט געהייסן גרעסער מאכן 770.
אפאר ארעסטירטער (צן הסתם שוין ארויס געלאזט)
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:13 pm
דורך מענדל
א בחינה פון שמיני עצרת
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:07 pm
דורך עמרם
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:09 pm
דורך עמרם
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:58 pm
דורך צוזאמגעדרייט
כ'האב אלס געשפירט אן אוירא דארץ ישראל ביי די לובּאַבּ'ס. למשל די געביידע ביים ציון איז געבויט מיט אזאנע רויע אייזערנע פאנעלן. די ערד באשטייט פון אזאלכע "טיילס" וואס מען זעהט געווענליך אין ישראל. עס ווערט צוגעשטעלט קאמערציאלע קיכן, (פארקערט ווי קערעסטיר).
אין דא גראבט מען געהיימע טונעלן, כ'ווייס נישט צו עס גייט אריין בגדר ארכעלאגישע גרובינגען אין אלטשטאט, טעראר אינפענסטרוקטור, א הומאניטארישע קארידאר, צו אפשר ווילן זיי עווענטועל ארויסציען דאס רבי'ן פון ערד אין אזוי פריצייטיג אויסלייזן כלל ישראל.
אלנפאלס, מ'מאכט הפגנות, מען שפריצט פעפער ספרעי. מ'הערט מענטשן שרייען אין עיברית אינעם הינטערגרונט.
"טישן אויף בענק" ליטערלי!
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 5:47 am
דורך רעוואלוציע
פאר אינטרעסאנטקייט איינער פארשטייט פונקטליך וואס עס קומט פאר...
ווער האט געגראבן די טונעלן?
וואס איז די ציל??
פאר וועמען שטערט די טונעלן??
ווער האט געשלאגן קעגן וועמען אין די נעכטיגע געשלעגן??
ווי מער איך פרוביר צו פארשטיין ווער איך מער צומישט..
איינער קען ביטע אויסקלארן?
איז דעי בעהעוויער א תוצאה פון 2024.... אדער איז דעס א חזרה פון פירדיגע....
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 9:55 am
דורך קליינע צדיק
כמדומה לי, אז די געשלעג נעכטן איז פשוט א פועל יוצא ווען עס קומט אביסל ארויס צום אויבערפלאך
די טיף איינגעגעסענע שנאה און ווייטאג צווישן די משיח'יסטן און די איבריגע מאז ומקדם
Re: טונעל געטראפן אונטער 770
נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 12:41 pm
דורך נאוואמינסקער
די יונגע חברה ווילן "פארשפרייטן" 770. גיי פארשטיי.