בלאט 2 פון 3

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:34 am
דורך רבי טוביה
berlbalaguleh האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן: כ'האב נישט קיין מושג פארוואס זיי דארפן געלט, אבער כאטשיג איז עס א עכטע ארג'. משא"כ חסד לאברהם, בית לפליטות און הצלת ילדי ארגנטינא…….

פארוואס זאגסטו אז חסד לאברהם איז נישט קיין עכטע ארגאניזאציע. איך קען עדות זאגן אז זיי זענען יא. אלס (געוועזענער) שכן. דאס איז א ריזיגער אפיס וואו בערך א מנין אלטע באטשי'ס קומען אריין א יעדן אינדערפריה בערך 11 1130. זיי זיצן ביי די קאמפיוטערס און דרימלען. יא. זיי האבן אויך א יעדער איינער א טעלעפאן ביי זיין דעסק. צווישן איין דרימל און צווייטן מאכט מען א פאון קאלל אדער צוויי.צו שנארן געלט פאר די חשוב'ע, הייליגע ארגאניזאציע.

זיי זענען מקיים א גמרא. די גמ' זאגט (ערגעץ, כ'בין זיכער)..."הרוצה לשקר ירחיק עדותו"... זיי טענה'ן אז זיי האבן ריזיגע מוסדות אין ארץ ישראל וואו זיי ראטעווען ספרד'ישע קינדער פון פארפאלן ווערן ביי די חילונים. זיי ברענגען אפילו פיקטשערס. כ'האב מורא אז זיי האבן געבארגט די פיקטשערס פון כולל שומרי החומות אדער זיבענבירגן. וואו מ'ברענגט (אויך) פיקטשערס ווי אידן לערנען משניות לעילוי נשמת די מנדבים. די פראבלעים איז אז די פיקטשערס האבן זיך נישט געטוישט פאר די לעצטע זיבעציג יאר. איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל און איך האב געבלעטערט אין די לוח פון כולל שומרי החומות און כולל זיבענבירגן האביך געזעהן די זעלבע אלטע באטשי'ס.

איך געדענק אלס בחור האב איך געגעסן ביי ר' בערל שטערן אין די חסד לאברהם בנין אין בני ברק, איין משפחה האט געוואוינט אינעם דריטן שטאק מיט פייגעלעך, וואס די טאטע דארט איז געווען די ראש ישיבה/משפיע/מנהל, און אין די ישיבה איז געווען א קיימא לן פון 12 בחורים, יא! א בנין פון 6 שטאק...

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:45 am
דורך הערשער
berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:09 pm ר' הערש(ער): וואס האסטון מוסיף געווען צו היימלינד'ס מאמר וואס דו ברענגסט צו...?!
אז איך בעט אויף די חלק פון זיין מאמר, זייענדיג אסאך אין יענע געגענט שטערט עס מיך מוראדיג שטארק.

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:14 pm
דורך שמעקעדיג
אחידוש האט געשריבן: איינער פון דא ארבעט אין שמירה זעהט זיך אויס

מיר קוקט ענדערש אויס אז ער האט א ביזנעס פון גרויסע קאפלעך.

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:57 am
דורך א בני יואל
איך ארבעט נישט פאר קיין איין ארגענעזעישאנס ברוך השם איך זאג נאר וואס יעדער האלט ביי זיך שטילערהייט אין האט מורא צי זאגען
טראכט באמת אריין דאס הפקרות וואס סגייט פאר די לעצטע פאר יאר מיט ארגענעזעישאנס שנאר אקציעס וואס שלעפען שווערע געלטער פין זייערע אייגענע מעמבערס וואס שלעפען פין זייערע אלע חבירים וואס געבען עס נאכדעים ציריק ווען זיי מאכען א קאמפיין פאר די נעקסטע ארגענעזעישאנס. סאיז ממש ונתנו ביידע זייטען יאר נאך יאר אחוץ די ארגענעזעישאנס וואס די בעלי בתים לעבען אן א חשבון בשעת די וואלאנטירען מיטשען זיך אדורך צי שטיפען דעים טאג
למשל
ראובן איז א וואלאנטיר אין שומרים ביינאכט
אבער ער ארבעט פול טיים ביי שמעון אין קאנסטראקשען
למעשה האט ער אסאך קאנטאקטעו אין זיין טעלעפאון מיט זיינע סאבּס אין ער שיקט ארויס א מעסידיש פאר זיינע קאנטאקטען אז ער גייט נאכגעלט פאר שומרים וואס האט געמאכט א זיבען הינדערט טויזנט דאללער קאמפיין
ראובן״ס קאנטאקטעו פילען אז זיי מיזען געבין פאר דעים צוועק ווייל זיי ארבעטן אינאיינעם אין אויב נישט וואט אפשר זיך באגיין בחוזק יד אין זיכען פראבלעימען אלטס נקמה פארן נישט משתתף זיין ממילא שיקט ער אריין אפאר דאלער (פארשטייט זיך ווי מער אלטס בעסער וועט ער זיין אויף זייער זייט אויב קען ער א ביזנעס אינוועסמענט)
אדער איז ער סתם א חבר מיט שמעון אדער א שוואגער
למעשה
א חודש דערנאך קימט איינער פין ראובן׳ס קאנטאקטעו מגיימיר אים ריפען לוי
אין לוי מאכט א קאמפיין פאר חביבים וואס זיי האבען באשלאסען זיי דארפען מאכען א מיליון דאלער יעצט איז ראובן אין פעקל ער מיז שוין ציריק געבען דא איז דער ונתנו
אבער דא מיז מען אריינבליקען איין מינוט
לוי האט קיינמאל געגעיבן דאס געלט פאר ראובן דאס געלט איז געגאנגען פאר שומרים וואס קיינער ווייסט נישט אין וועט קיינמאל נישט וויסען וואס זיי האבען געטין מיט די געלט
למעשה ווי אזוי מאכט מען שטיל די אלע ראובן״ס אז זיי זאלען נישט פארפירען וואס סאיז געשעהן מיט די גרויסע געלטער
דא האבען אלע ארגענעזעיש אויסגעטראפען א לא יחרץ טריק
עפרישיעישאן פארטיס
איינער טראגט דעים עולם גולם קיין מאראקא (נישט פארן וואשן די מוחות אז זיי זאלען באצאלען האלב)
אין דער צווייטער מאכט א איווענט אויף א שיף
אין דער דריטער אויף א דאך אין ווילימסבורג
דער עיקר איז והשתיה כדֶת אין אונס
אין פאר א נויט האנערט מען נאך אפאר שפיטץ קאפלעך באס סטאפּ בלאקער וואלאנטירן

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:20 am
דורך berlbalaguleh
איך קען נישט געבן א לייק (אדער בכלל מסכים זיין מיט) א בני יואל. ווייל איך, און א יעדער וואס איז נישט בלינד, זעהט די גוטע פעולות וואס די שומרים האבן געטון און טוען נאכאלץ. ס'איז מיר נאר א וואונדער אז ס'זענען נאך דא יונגעלייט און בחורים וואס געבן אוועק פון זייער צייט און שטעלן זיך איין זייער לעבן צו קומען צו הילף פאר א איד סיי וואו ער איז ווען ער דארף הילף. אמת, זיי האבן ליעב צו שוויצן אביסל, נאר ס'איז דאך א פאקט אז זיי קומען אן א סאך פריער ווי די פאליס.

איך האב אליין געזעהן אמאל אום 3:30 פארטאגס ווען כ'האב געהערט עפעס א טומל אינדרויסן פון מיין הויז. ארויסקוקנדיג פון פענצטער האב איך געזעהן עטליכע קארס פו די שומרים האבן נאכגעיאגט און ארומגערינגלט א גנב וואס האט גע'גנב'עט א באמפער פון א טייערע קאר. זיי האבן איהם געהאלטן ביז די פאליס זענען אנגעקומען און איהם ארעסטירט...!

די אוטערשטע שורה איז אז א יעדע זאך קאסט געלט. די געז פאר די קארס פון די וואלונטירס צו גיין פאטראלירן קאסט אויך געלט, און אויפהאלטן די טעלעפאן און קאמיוניקעישן סיסטעם גייט אויך נישט אומזינסט. די בודזשעט מוז געדעקט ווערן פון ערגעץ. דער סכום וואס זיי האבן געבעטן איז לפי ערך א קליינער, נישטיגער סכום. מ'קען עס גאנץ גרינג אהערשטעלן. מ'דארף אביסל פארגינען אויך.

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 1:02 pm
דורך א בני יואל
אין נאכאמאל
דאס געשנארטע געלטער גייט נישט פאר קיין שום פריוואטע מעמבער אנציפילען זיין געז טאנק אין די ווייסט דאס זייער גיט
אין טעלעפאן קאמיוניקעשען סיסטעם קאסט נישט זיבען הינדערט אין פיפציג טויזענט דאלער יעדעס יאר
סטאפּ די נאנסענס

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 1:05 pm
דורך קליינע צדיק
איז אמת אז איינער האט געהעקט זייער קאמפיין אינמיטן פאר א אפאר שעה
דורך דזשעמען די סיסטעם
כך שמעתי

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 7:32 pm
דורך א בני יואל
יא סאיז אמת

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: פרייטאג פעברואר 09, 2024 12:32 am
דורך אלטער_איד
ס'איז זייער גרינג צו קריטיקירן אן ארגענעזאציע, ווי איידער געבן געלט.
אמת אז דו מעגסט פרעגן וואס קאסט אזוי פיל, אבער דארפסט נישט זאגן אז די געלט גייט נישט ווי עס דארף וכדומה, ווייל דו פארשטייסט נישט.

קודם וויל איך זאלסט פארשטיין אז פונקט ווי קיינער וויל היינט און קען נישט ארבעטן פאר 15 דאלער א שעה, אזוי אויך קאסט אלעס אסאך מער ווי 10 יאר צוריק, צו איז דאס קאמיוניקעישאן אדער איי.טי., צו איז עס עקוויפמענט, מעינטענענס וכדו'.

נאך א זאך, כדי זיי זאלן קענען האבן מאטעוואציע פאר די מעמבערס, ובפרט ווען די ארגענעזאציע האלט אין איין ווערן אראפגעקלאפט, און סיי צו קענען האבן קאנעקשענס ווען מען וועט דארפן, דארף מען יעדעם שמירן אויף זיין וועג, צו איז עס די מעמבערס מיט כסדר'דיגע מתנה'לעך ווי פאר א יום טוב, אדער נייע קארס און לעקטערס, צו א פארטי און פארברענג, און די זעלבע זאך איז פאר די פאליציי וכדומה אויף וואס מען טוט מיט זיי.

דריטענס, די כסדר'דיגע עדס פאר סעיפטי קאסט אסאך געלט, סיי פאר די גראפיקער, און סיי פאר די צייטונגען ווי מען לייגט עס.

און אזוי קען מען יעדע זאך צונעמען, און וועסט זעהן אז זיי בעטן נישט אין די וועלט אריין.

און די לעצטע זאך וואס קיינער וויל נישט רעדן, איז די קאמפיין אליין קאסט גרינגערהייט אפ 100 אלפים, פון די מארקעטער, ביז די גראפיקער, און די קאמפיין פלאטפארם וואס רעכנט כאטש 5 פראצענט און מער.. אבער אזוי ארבעט עס היינט, אן די מארקעטינג מאכט מען נישט קיין געלט..

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:54 am
דורך אינגערמאנטשיקל
כ'זעה אזוי 'לעצטע הודעה דורך אלטער_איד' און מיינע אויגן ברעמען הייבן זיך. @אלטער_איד איז דא!!

שלום עליכם א גאסט פון קאנאדע!!

שוין נישט געהערט פון אייך יארן! אלע לעצטיגע מהפיכות אין לב טהור האמיר געדארפט דורכאקערען אהן דיר...

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:18 am
דורך אלטער_איד
מיר זענען נישט געווען פארמישט אין די לעצטערע זאכן וואס זענען דארט פארגעקומן, עס זענען געווען אנדערע מענטשן וואס האבן עס געטוען..

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 7:40 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
ווייס'ן ווייס איך...

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: מוצ"ש פעברואר 17, 2024 8:19 pm
דורך א בני יואל
אין אזוי ב״ה גייט מען פין איין טשערעטי קאמפיין צים צווייטען

טשערעדי משוגעת

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:50 pm
דורך א בני יואל
איך מיין ס'איז געקומען די צייט צו נעמען דעם קאמפעני טשערעדי און זיי פארוואגלען פון ביידע וועלטן

לויט ווי איך פארשטיי האט א יונגערמאן אויפגעמאכט די וועבּסייט
ער גייט ארום פון איין מוסד צום צווייטען און א חלק פון זיין ביזנעס איז ער גייט ארום געהעריג מאכן סעילס
יעדער מוסד געט אים א ליסטע פון אלע טאטעס און דער מוסד לאזט רופען אלע טאטעס דורעך דעם ראש ישיבה אדער דורעך א מנהל אז מ'רופט פאר א מיטינג
אדער די מנהל/ת רופט דיך אן און ער לייגט זיי אויפן טעלעפאן און מ'הייבט דיר אן מסביר זיין פארוואס די מוסד דארף יעצט וויכטיג האבן געלט
און פארשטייט זיך מ'בעט א גאול און וויפיל דו זאגסט שטופט ער נאך א טויזענטער
און אויב ביסטו שוין ביים גאול אדער ווייל דו האסט עס אליין אויסגעצאלט אדער האסט שוין יא געשנארט איז ער גלייך דא מיט א נייע גאול

איינמאל מ'האלט שוין נאך די מיטינג הייבט זיך אן א פרישע פרשה
ער מאכט גרופּס וואטסעפפּ און אויך טעקסט
מ'קען פון עם נישט פטור ווערן
ער מאכט אלע גראפיקס. ער מאכט ווידיאס. ער מאכט אלעס,
און מען הייבט אן טערעזירען די טאטעס אן א אפּשטעל,
יעדע שעה קימט א פרישע מעסידש. מיט א פרישקייט איינמאל א טאג קומט "רבותי לאמיר אלע ווייזען וואס דער ראש ישיבה טוט פאר אונז, לאמיר אים נישט לאזן פאלען, לאמיר אלע אנרופן יעדעם אויף אונזער טעלעפאן ליסט און זיי זאלען אונז צוריקצאלען וואס אונז האב מיר זיי געצאלט ווען זיי האבען געמאכט זייער קאמפּיין"...
מ'האלט שוין היינט כמעט ביי ונתנו מיט גאנץ כלל ישראל

נאכדעם שיסט ער אריין זיין חכמה
כל הדבר הקשה יביאו אלי
איי ווער ביזטו, ווער האט דיך געפרעגט, ווי ביסטו אריינגעוואקסן אין די מוסד,

דערנאך קומט די לעצטע פיר אין צוואנציג שעה
ער קומט אויפגעסעט מיט
טעלעפאנען
קאמפּיוטערס
גרויסע מעין סקרין
מיוזיק

ווען מען האט געענדיקט טרייבעצען אלע טאטעס וואס האבן געטרייבעצט און גע'רודפט אלע קאנטאקטס פאר די לעצטע פיר טאג און זיי ווערן אנגעזאלצען מיט נייע חובות, וועט דער דאזיגער דר*עק גיין צום נעקסטן מוסד,

וואס זענען מיר טאטעס שולדיג
זענען מיר נישט גענוג אנגעשטרענגט פון באצאלען שווערע געלטער יעדע חודש אן א ברירה
מען רופט שוין דעם ערשטער פונעם חודש ווי דאס געלט איז, און על פי רוב זענען אלעס אויך אטאמאטיק פעימענטס אויסגעשטעלט, מ'רופט נאר אויב ס'איז נישט אדורך,
לאמיר ניטאמאל רעדן פין דעם חלק אז מען דארף באצאלן צוועלף חדשים א יאר און ישיבה איז נאר צעהן חדשים,

וואס גייט פאר מיט אונז
ווי לאנג גייען מיר זיך לאזן פון דעי רשעי ישראל

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:07 pm
דורך צוויי
איך וויל נישט אריינגיין יעצט (אפשר באלד יא) איבער טשערעטי און אנליין קאפיינס בכלליות אדער בפרטיות

אבער איין זאך איז זיכער, די פאריגע פאוסט קוקט אויס ארויסגעשאסן פון פינגער, אפשר צוליב אנגעווייטאג זיין, איך ווייס נישט פונקטליך וואס, אבער סליגט דא העיט

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:59 pm
דורך לאכעדיג
איך האב געמיינט אז טשערעדי קאמפיינס זענען שוין אונטערגעגיינגען...

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 12:13 am
דורך yesiknow
צוויי האט געשריבן: איך וויל נישט אריינגיין יעצט (אפשר באלד יא) איבער טשערעטי און אנליין קאפיינס בכלליות אדער בפרטיות

אבער איין זאך איז זיכער, די פאריגע פאוסט קוקט אויס ארויסגעשאסן פון פינגער, אפשר צוליב אנגעווייטאג זיין, איך ווייס נישט פונקטליך וואס, אבער סליגט דא העיט

ווי זעסטהו א הינט פון העיט, ער לייגט עס אראפ ווי עס איז.

ליין עס ביטע איבער אהן דיין (שווארצע) גלעזער ווען ביסט אויסגערוט, זאט און סעטעספייט.

א גוטע נאכט.

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 12:15 am
דורך מילך טראק
אהן אוועק מאכן די ארגעניזאציע, מעג איך וועלן פארשטיין וויאזוי די לעצטע 20 יאר האט עס גארנישט געקאסט און פלוצלינג דארפן זיי 750 טויזענט דאלער א יאר.

סדערמאנט מיר פון א איד פון ארץ ישראל איז געגאנגען נאך געלט ער האט א גמ"ח ויכולו , האט מען אים געזאגט זייער חשוב אבער פארוואס דארפסו געלט ? האט ער גענפערט אז ווען ער קומט קיין ניו יארק נאך געלט דארף ער צאלען פאר א סאב..

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 12:23 am
דורך מילך טראק
ווען איינער בעט צו געבן אויף זיין פעידש, גיבט מען עס געוועטליך פאר די חבר נישט פאר די צוועק

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 12:57 am
דורך שמעקעדיג
הרב בני יואל, איך בין מסכים מיט דיר 100%, ממש איך זעה נישט די חילוק פון טשערידי און טמ"נ, אפשר איז עס נאך גאר ערגער ווייל ביי טשערידי "מוז מען" רוב מאל עפעס געבן ווייל איך קען דאך נישט אפזאגן מיין חבר/שכן/שוואגער/קרוב/קאלעגע.

נישט איך וויל געבן ווען מיין חבר מוטשעט, און נישט איך וויל מוטשען מיין חבר ער זאל מיר געבן.

אבער מען דרייעט אונז אראפ די קאפ און אלע טאטעס גייען כצאן לטבח, אז דער ראש ישיבה אליינס, אדער דער רב הביהמ"ד, בעט זיך ביי אונז, מוז מען דאך עס אודאי טון פאר אים!

מענטשן זאגן "אבער למעשה איז עס צדקה", אמת! אבער צדקה קען מען נישט צווינגען. טמ"נ איז אויך געווען צדקה. עס איז דא א וועג ווי אזוי מען בעט צדקה, און די מטרה איז נישט מקדש האמצעים.

הרב @צוויי שרייבט אז מען רעדט פון ווייטאג, אודאי אזוי! מיר זענען אנגעווייטאגט! קיינער שרייעט נישט ווען עס טוט נישט וויי.
עס איז געווארן ממש א מגיפה. כלל ישראל ברעכט אונטער, קרעדיט קארד חובות שטייגן ביי אלע אמעריקאנער, נכלל ביי אונז אידעלעך, אבער למען ה' מען דרוקט אונז צו געבן יעדע וואך נאך $72 פשוט ווייל איך האב וואטסעפפ אדער טעקסט אדער אימעיל און מען הערט נישט אויף רודפ'ן מיט מעסעדזשעס. א עקלדיגע וועג פון א קאמפיין! און יא, מען שרייעט פון ווייטאג און העיט, וואס מען טוט אלץ מיט אונז!!!!

נאר איין זאך בין איך מסופק אין דיינע ווערטער, איך מיין אז דער יעניגער גיט נישט ארום פון מוסד צו מוסד, נאר די מוסדות רופן אים אן ווען זיי ווילן מאכן א קאמפיין. אדער קען זיין ס'איז אמאל אזוי און אמאל אזוי. אונטערשטע שורה איז, יענער איז זיכער גאר א גרויסער עושר... ער טיילט מסתמא גרויסע צדקות... אבער ער מעג וויסן אז שכר פאר די צדקות געהערט פאר אונז; ער איז א פאלנער גנב און מאניפולעיטער.

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 1:37 am
דורך זאקן
איך בין בכלל נישט אויפגערעגט אויף די טשערעטי קאמפיינס, איך האב כמעט נישט געגעבן קיין צדקה די לעצטע פאר יאר אויף טשערעטי, ווען איינער שיקט מיך א לינק פאר צדקה זאג איך שיינערהייט אז איך האב א פאלעסי אז איך געב נישט צדקה אנליין (מ׳מעג אמאל נוצן די פרומע קארטל ווען עס פעלט אויס), די ערשטע שטיק צייט האבן מענטשן נישט אויפגעהערט פרעגן פארוואס, איך האב יעדעם גע׳ענטפערט אז ווען די גייסט נאך צדקה אין שוהל אין איך געב דיר צען אדער צוואנציג דאללער וואלסטו עס אנגעקוקט פאר גאנץ א שיינע זאך, יעצט אז א פאר פון דיינע אנדערע חבירים אדער מענטשן פון קאנטרי וואס ווילן זיך האלטן עשירים אדער סתם זיך געפעלן פאר דיר האבן דיך געגעבן פינף הונדערט דאללער קוקט מען נישט אן מיין צען דאללער, אין די אפריטשעטס נישט מיין געלט וואס איך האב געדארפט ארבעטן פאר עס א האלבע שעה, חוץ פון דעם אויב איך וואלט געהאט צען חבירים וואס וואלטן מיך געטראפן יעדען טאג אין שוהל אין זיי וואלטן מיך געבעטן צדקה וואלט איך אויפגעהערט צו געבן צען דאללער אפילו מ׳איז א גוטע חבר, איך בין נישט קיין עושר אין איך קען נישט טיילען יעדן טאג אפאר הונדערט דאללער, רוב מענטשן פארשטיין מיט איינמאל זאגן און פאר די פאר מענטשן וואס פארשטייען נישט זאג איך זיי אז זיי קענען קומען נעמען א צענער פון מיין הויז אבער איך גיי נישט ברעכן מיין פאלעסי, ביז דערווייל איז נאר איינער געקומען אפנעמען די געלט.

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 12:58 pm
דורך א בני יואל
ריף עס העיט
ריף עס רשעות
גניבה
ריף עס ווי אזוי די ווילסט
פּאנטש ליין איז איין זאך סדארף זיך ענדיגען גאר שנעל
א מוסד קען נישט זיצען אויף א טאטענס בלוט אין שלעפען געלט אן אדער אפילו מיט א חשבון בשעת דער טאטע מוז באצאלען שכר לימוד אין קרן הבנין קאמפּיין אין מען העכערט זיין שכר לימוד יעדעס יאר אין יעצט ווערטדער מוסד הינגעריג פאר נאך אפאר דאלער ווייל פארוואס נישט אדער ווייל טשערעדי אפיס זיכט נאך א אינקאם
איין זאך זעהט מען יא. די גרויסע קאמפיינס הצלה /בוני עולם/אר סי סי עס /טראגען זיך אפ פין זיינע וועבסייטס אין מאכען שבת פאר זיך אויף א צווייטע וועיג
אבער נחזור לעינינו
מיין מיינונג איז יעדער דאלער וואס קימט אריין פין טשערעדי וועבסייט איז גארנישט אנדערש ווי א שטיק יודיש בּלוט אין פלייש אין יעדער דאלער איז ממש אין א בחינה פין גניבה אין דאס ערגסטע
ודע
טאטעס האבען נישט קיין ברירה צי זאגען ניין לאז מיך אפּ ווייל סהאלט שוין אז מען סטראשעט אז מען גייט פארשיקען די קינדער אויב מען שטעלט זיך נישט צים קאמפּיין
אדרבה פרעיג די דאזיגע טאטעס אויב זיי זענען העפפי מיט דעים
מילא זאג איך נאכאמאל זייער האנט איז באשמירט מיט יודיש בלוט אין מען דארף דאס אפּשטעלין

Re: שומרים טשערעטי משוגעת

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2024 3:55 pm
דורך צוויי
אקעי, איך גיי עס נאכאמאל איבערזאגן
די פריערדיגע תגובה שמעקט פון נעגעטיוועטי און מעגליך העיט אריינגעמישט, איך בין אים דן לכף זכות ווייל ס'קומט מסתמא פון אנגעווייטאגטקייט....

נאכאמאל, איך זאג נישט אז סשטערט מיר אויך נישט אז מ'פארלאנגט פון מיר יעדע שני וחמשי ריזיגע סכומים פאר קאמפיינס, און יעדע חודש בחדשו צו נעמען א טיעם פאר א קאמפיין...
זאגן אויף דעם רשעות קוקט מיר אויס העיט און נעגעטיוועטי... און ניין איך זאג אויך נישט פאר טמ"נ רשע מרושע, אפי' איך בעט אים ער זאל אבאכט געבן וואס ער טוט...

ס'איז דא עטליכע סארט וועגן וויאזוי מ'קען רעדן איבער א זאך וואס דארף זיך אויפהערן (לאמיר זאגן ס'דארף זיך), עטליכע פון די חשובע ניקים דא האבן עס אראפגעשריבן נארמאל געהעריג, אבער איין חשובע ניק איז ביזי מיטן פארווארפן פון וועלטן... כאפס'ט וואס איך מיין...