בלאט 2 פון 2
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:39 am
דורך berlbalaguleh
פון אונזערע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:38 am
פירט'ס ענק ארויס פון שטאט וועט די מוסדות ענק נישט שטערן כצ''ל
ס'איז א גוט ווערטל. נאר נישט רעאליסטיש.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:00 pm
דורך אברהם שנית מן השמים
מענטשען באלאנגען צו ואוינען און א שטאט מוסדות נישט!!!!
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:16 pm
דורך תשפג
אברהם שנית מן השמים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:00 pm
מענטשען באלאנגען צו ואוינען און א שטאט מוסדות נישט!!!!
איך וואלט געזאגט אז מענטשען זאלן וואוינען דארט ווי ס׳איז זיי די מערסטע באקוועם, ביי איינעם איז דאס אינעם סיטי און ביי א צווייטען איז עס צווישען ביימער אין גראז, דאס מאכט נישט אויס.
לגבי מוסדות, חדרים און סקולס באלאנגט לכאורה יא צו זיין לעבן די געגענטער ווי מ׳וואוינט, ווי שוין געווארן אויסגעשמועסט פריער. ישיבות זענען טאקע אסאך אינדרויסען פון געגנט.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:21 am
דורך קא משמע לן
עס זאל זיין באס פאר יעדע גאס צוויי. די באס וועט אויף פיקען אינמיטען די גאס, און דערנאך צוטראגן יעדע קינד צו זיין מוסד.
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 9:55 am
דורך סוף טוב הכל טוב
קא משמע לן האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:21 am
עס זאל זיין באס פאר יעדע גאס צוויי. די באס וועט אויף פיקען אינמיטען די גאס, און דערנאך צוטראגן יעדע קינד צו זיין מוסד.
און א גרויסע השבת אבידה צענטער פון אלע פארלוירענע קינדער
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 11:53 am
דורך אלטניי
אדרבה לייגן די מוסדות אינדרויסן פון שטאט וועט מאכן די טרעפיק ערגער פאר צוויי סיבות
1 מען וועט דארפן אסאך מער באסעס ווייל יעדער וועט וואינען ווייט
2 אזוי ווי שמעון וואלף זאגט אויף די פלאץ וועלן צוקומען אסאך משפחות און געשעפטן
Re: פירט ארויס אלע מוסדות פון residential area
נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:42 pm
דורך berlbalaguleh
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 9:55 am
קא משמע לן האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:21 am
עס זאל זיין באס פאר יעדע גאס צוויי. די באס וועט אויף פיקען אינמיטען די גאס, און דערנאך צוטראגן יעדע קינד צו זיין מוסד.
און א גרויסע השבת אבידה צענטער פון אלע פארלוירענע קינדער
דאס איז נישט קיין דזשאוק: א נוירסערי יונגל וועלכער האט געדארפט קומען אויף מיין באס, האט איהם די מאמע בטעות ארויפגעלייגט אויף א באס פון א צווייטן מוסד מיט אן ענליכן נאמען. נאר דער באס דרייווער און די טיטשער האבן געכאפט אז דער יונגל באלאנגט נישט אויף זייער באס. אויף דעם קינד'ס איי. די. טעג איז קלאר געשטאנען דער נאמען פון מיין מוסד.. האבן זיי אריבערגעלייגט דאס קינד אויף מיין באס. דאס איז געקומען ווייל דער באס דרייווער און די טיטשער האבן פערזענליך געקענט אלע קינדער. ווען מ'זאלל לויפן מיט דעם אנדער'ן סיסטעם (וואו באסעס פיקן אויף קינדער פון עטליכע מוסדות) וואלט דער קליינער קינד אנגעקומען אין דעם נישט ריכטיגן חדר. און מ'וואלט געדארפט האבן א גאנצע אפערעישן כדי צו טרעפן דעם קינד.