בלאט 2 פון 3

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 11:32 pm
דורך צוויי
קהל'ס נער האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 11:12 pm
צוויי האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 11:08 pm
מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:14 pm א היימישע איד איז ערוועלט געווארן צום סענעט = א יאנג איזרעל איד
א היימישע איד האט געפענט א פיצא שאפ = גייט א שטריימעל אהן א בארד (טונע בעיגל)
א היימישע תלמוד תורה = מגייט מיט לאנגע פיאות פון א אנדערע חסידות
א היימישע שידוך = איינער פון אונזער קהילה
היימישע לאקשן קוגל = געמאכט ביי מיר אינדערהיים
היימישע חלה = א בעקערי חלה וואס מען האט איבערגעווארעמט נאכן שמאכטן אפאר חדשים אין פריזער.
דאס רופט מען אן פרישע חלה, היימישע איז די באבעס חלה...
און ווען מ'זאגט געבאקן נאך פסח, וואס מיינט עס?...

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 11:52 pm
דורך berlbalaguleh
געבאקן נאך פסח דערמאנט מיך א מעשה: איך בין אמאל אריבערגעגאנגען א היימישע גראסערי אין בארא פארק א פאר טעג פאר פסח (איין יאר). און איך זעה ש'מער און ש'ווייניגער ווי דער גוי וואס ארבעט אין גראסערי ברענגט ארויף א באקס מיט קוקיס וואו ס' שטייט געשריבן ..."געבאקן נאך פסח"...! פונקט איז דער בעה"ב דארט אריבערגעגאנגען. האב איך איהם געפרעגט (כאטש ס'איז נישט מיין ביזנעס.) וואס איז פשט? האט ער געענטפערט אז דער גוי האט געמאכט א טעות. (זיכער. ער קען דאך נישט לייינען אידיש.).

אן אנדער'ס מאל חול המועד פסח האב איך געזעהן א "רעפפער" פון פסח'דיגע פוטער וואס אין דעם איז געווען נאך א ":רעפפער" פון געוויינליכע פוטער פון א גאנץ יאר.

איך האב נישט געוואלט קוקן ווייטער. ווער ווייסט? אפשר וואלט איך געטראפן א "רעפפער" פון א נישט אידישע פוטער קאמפעני.

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2024 6:40 pm
דורך צוויי
וועגן די געבאקן נאך פסח, האפנטליך איז עס טאקע געווען א טעות...
אבער אגב, ס'איז זייער מעגליך מער מהודר פארקויפטע חמץ פון געשעפט וואס איז פארקויפט כדת וכדין ביי א היימישע רב, ווי געבאקן נאך פסח ווען די טייג איז געווען באהאלטן אין פריזער און דאס נישט קלאר מפרט געווען ביים שטר

איבער די רעפפער פון פוטער, איז נישט קיין שום פראבלעם, מאכט זיך אז מ'קלעבט ארויף נאך א סטיקער ווען ס'איז טאקע געווען א פסח'דיגע ראן, נאר מ'האט קודם געקלעבט די געווענליכע, אדער אויב די פסח'דיגע סטיקער האט נישט אלע אינפארמאציע איבער די נוטרישענס וכדו',
און אויך זעהט מען אין געשעפטן כדסדר סטיקער'ס פון א הכשר אויף פראדוקטן פון גוישע קאמפאניס מיט יענע לעבל'ס

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2024 7:00 pm
דורך berlbalaguleh
די מעשה מיט'ן רעפפער איז א ביסל אנדערש ווי א הכשר סטיקער אויף א לעיבל פון א גוי'אישן פראדוקט. דער גוי'אישער פעקינג איז טאקע דא. נאר ס'איז דא א הכשר פון א רב. משא"כ ביי די חמצ'דיגע רעפפער וואס איז געווען אין די פסח'דיגע רעפפער.

איך וויל נישט מער מפרש זיין וואס די משמעות פון דעים איז. נאר פוטער איז דאך נישט קיין חמץ. ס'איז נאר נישט פון די פסח'דיגע פוטער.

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 1:53 am
דורך berlbalaguleh
סארי פאר אריינברענגען א שמועס וואס איז נישט געווען אין די כונה פונ'ם פותח האשכול. נאר ס'איז דאך אינטרעסאנט אויסצושמועסן.

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 12:57 pm
דורך מרדכי מרדכי
צ"ק
איך וויל וויסן אויב וויזשניץ נעמט אן אין זייערע מוסדות די קינדער פון די פרויען וואס דרייווען.

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 3:26 pm
דורך געדאנקן
מרדכי מרדכי האט געשריבן: צ"ק
איך וויל וויסן אויב וויזשניץ נעמט אן אין זייערע מוסדות די קינדער פון די פרויען וואס דרייווען.

ליגט מיר אין קאפ אז זיי נעמען נישט אן, סאיז נוגע אויף למעשה?

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 3:22 pm
דורך שלמה המלך
איך האב קייניאל נישט פארשטאנען, און איך וועל לכאורה קיינמאל נישט פארשטיין, די פראבלעם פון פרויען דרייוען! (אחוץ די טרעפיק וואס זיי מאכן מיר אן)

באמת לאמיתו פארשטיי איך ’יא’ אנדערע זאכען וואס דער סיסטעם לאזט נישט! נישט אז איך עגרי צו אלעם, אבער עטליסט פארשטיי איך יענעמ'ס מיינונג...

ביי פרויען דרייווען פאנג נישט אן אריינצוגיין אין מיין קאפ.

איך האב מיך שוין גע’טענה’ט מיט אסאך היימישע משפיעים רבי’ס און מורה דרך’ס, צום סוף בין איך יעדעם בייגעקומען.

ממש אומפארשטענדליך די איסור! פאר ווער עס אסר’ט

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 3:27 pm
דורך היימלינד
דו ווייסט וואספארא טרעפיק דאס וואלט אנגעמאכט אויף די שטאטישע גאסן, פארקינג דיזעסטער וואלט געווען טויזענט מאל ערגער, בפרט ווען מ'גייט ארויס שאפינג "נאר פאר איין מינוט".

אויף די הייוועי רוב מאל ווען איינער גייט צו שטאט פארנט פון מיר, איז עס א פרוי מיט א מאסק...

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 5:17 pm
דורך מילך טראק
סתם חרדישע פראפעגאנדע,
אפשר זאל מענער אויך נישט דרייווען ווייל אזוי וועט זיין ווייניגער טרעפיק

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 5:21 pm
דורך היימלינד
אפשר טאקע,

ערנסט גערעדט, איך בין אויף די ראוד [הייוועי] אן עוורידז' פון 2 שעה א טאג, 6 טעג א וואך, און יא, דאס וואס איך האב פריער געשריבען איז א טרוקענע פאקט,
אוודאי איז דא מעלות וחסרונות ביי ביידע ג'ענדערס, אבער א גרויסע רוב איז ווי געשריבן

און שרייען סתם אין די וועלט אריין חרדי'שע פראפעגאנדע איז אין מיינע אויגן wannabe cool פראפעגאנדע

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 1:02 pm
דורך [NAMELESS]
שיין זעמיר אויס אז די איסור אויף פרויען דרייוון איז וועגן טרעפיק, און סמארטפאון'ס וועגן משפילט צו סאך

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 2:15 pm
דורך היימלינד
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:02 pm שיין זעמיר אויס אז די איסור אויף פרויען דרייוון איז וועגן טרעפיק, און סמארטפאון'ס וועגן משפילט צו סאך
און ק"ש וועגען וויכוחים :)

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 5:06 pm
דורך kolal1
גייט זיך עס אמאל טוישן אדער עס קען נישט געשען וואס איז די מיינונג פונעם עולם דא

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 7:33 pm
דורך דערהויבענע איד
kolal1 האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:06 pm גייט זיך עס אמאל טוישן אדער עס קען נישט געשען וואס איז די מיינונג פונעם עולם דא
ווענד זיך צו די פרויען גייען ווייטער קאנפארמען.


נאר אין דעם ווענד זיך עס.

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 11:11 pm
דורך בעל דרשן
שוין לאנג געטוישט, א פרוי וואס דרייווט היינט איז גארנישט אזוי אראפגעקוקט, פארקערט א גלייכע זאך, ווען מען קוקט וואס קומט אלס פאר אין די קאר סערוויס יום ביומו

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:31 am
דורך פעטוועי רבי
א לכתחילה טאר דאס זיכער נישט ביי אונז ווערן.
רביה״ק מסאטמאר זי״ע איז געווען זייער שארף דערקעגן.

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:45 am
דורך whatever
מיין ווייב דרייווט נישט, אבער האט שוין אמאל פאר פאן געדרייווט אביסל, נישט אין א באוואוינטע פלאץ, זי זאגט נאכדעם, זי וואלט נישט געוואלט דרייווען, ס'איז צו סקערי...

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:39 am
דורך עמקות התם
אלס האט צו טון וואס מען איז פראגמירט,
ווי אימער יודען וואונען צן ארץ הקודש אדער להבדיל ארצות הברית איז פול מיט נוהגת אחוץ ברוקלין וואס זיי האבען א אייגענארטיגע סארט יודישקייט,
קוקט נישט אויס ווי אין ברוקלין איז דא ווינעגער טרעפיק,
אגב א יוד האט אמאל אונגפרעגט מרן ר' חיים קייניבסקי זצ"ל צו ער זאל מאכען רשיון אדער זיין רבנית, האט ער אים ג'זאגט אוואדי דעם רבנית אז נישט ווסטו דארפען גיין מכולת,גן,חדר, וכד', דאך ביטול תורה.
דברי חכמים נשמעים

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:47 am
דורך מילך טראק
היימלינד האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 5:21 pm אפשר טאקע,

ערנסט גערעדט, איך בין אויף די ראוד [הייוועי] אן עוורידז' פון 2 שעה א טאג, 6 טעג א וואך, און יא, דאס וואס איך האב פריער געשריבען איז א טרוקענע פאקט,
אוודאי איז דא מעלות וחסרונות ביי ביידע ג'ענדערס, אבער א גרויסע רוב איז ווי געשריבן

און שרייען סתם אין די וועלט אריין חרדי'שע פראפעגאנדע איז אין מיינע אויגן wannabe cool פראפעגאנדע
פרויען קענען פונקט אזוי גוט דרייווען ווי מענער, מענער זענען מער ווילד און וועגן דעים איז אינשארנס טייערער פאר מענער, אלע פרויען אין לעיקוואוד דרייווען איך זעה בככל נישט די פראבלעים דארט.

איך האב א חבר וואס זיין ווייב דרייווט איך קין דיר נישט מסביר זיין וואספארא מנחות הנפש דאס מאכט אויס.
מוויל נישט דער עולם זאל זיך כאפן ווי מעשיגע אונז זעמיר פאר קיין שום ריזן זאגט מען אז נאכאמזל פרויען דרייווען נישט ווייל סגייט מאכן טרעפיק.

אויב ביסטו טאקע אזוי באזארגט וועגען טרעפיק, טראכט אריין ווען דיין ווייב וואלט ווען געדרייוט וואלסטו נישט געהאט קיין פראבלעים צו וואוינען אינדרויסען פון שטאט ווי סאיז דא ווייניגער טרעפיק, אויב נישט די זייער אסאך אנדערע און די שטאט וואלט אויך געווען ליידיגער

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:54 am
דורך berlbalaguleh
פעטוועי רבי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:31 am א לכתחילה טאר דאס זיכער נישט ביי אונז ווערן.
רביה״ק מסאטמאר זי״ע איז געווען זייער שארף דערקעגן.
זיכער: שטעל דיר פאר די סאטמאר'ע רביצין אלטא פיגא דרייווט א קאר. אדער א מיני ווען.

מסתמא די סאטמאר'ע רביצין פון יאר 2042 וועט יא דרייוון א מיני ווען. אדער א העליקאפטער.

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:54 am
דורך מילך טראק
kolal1 האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:06 pm גייט זיך עס אמאל טוישן אדער עס קען נישט געשען וואס איז די מיינונג פונעם עולם דא
אין שטאט נישט אזוי שנעל, אינדרויסען יא

Re: א נייע עפאכע? א טויש אין דירעקשאן - פרויען דרייווערס

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:57 am
דורך מילך טראק
whatever האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:45 am מיין ווייב דרייווט נישט, אבער האט שוין אמאל פאר פאן געדרייווט אביסל, נישט אין א באוואוינטע פלאץ, זי זאגט נאכדעם, זי וואלט נישט געוואלט דרייווען, ס'איז צו סקערי...
איך האב אויך מורא געהאט די ערשטע מאל