בלאט 2 פון 3

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 5:09 pm
דורך קורקלענד
פעלט דעם מענטשן וואס ווערן גע'רדופ'ט דורך די אמעריקאנער רעגירונג? שלום מרדכי רובאשקין? שלום ווייס? דזשוליאן אסאנדזש? עדווארד סנאודן? ראסס אולברעכט? דאנאלד טראמפ? 'יעדער' ארום דאנאלד טראמפ? דער וואס מ'האט אויסגערודפט און באשולדיגט פאר די ענטרעקס? טעד סטיווענס? די ליסטע איז לכאורה אסאך לענגער ווי רוסלאנדס ליסטע און ס'גייט מסוף העולם ועד סופו.

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 5:15 pm
דורך יש עתיד
קורקלענד האט געשריבן: אזויווי אין די אמעריקאנער פרעסע שטייט וועגן וואס עס האט פאסירט מיט אט די אלע רוסישע פאליטיקער. איז אין די רוסישע פרעסע דאקומענטירט וויאזוי ס'גייט אין אמעריקע. צו ס'איז די באקאנטע קלינטאן באדי קאונט (שיינע פאר אויסגעשטארבן פונקט א טאג פארן טעסטיפייען). צו די קענעדי שיסעריי. אדער די מעשה מיט סענאטאר טעד סטיווענס.

ס'איז קלאר פאר יעדע בר דעת היינט צו טאג אז די אמעריקאנער פרעסע איז אזוי פארלעסליך און צענזורירט (מילד גערעדט) ווי די רוסישע. איינמאל מ'האלט דא מאכט שוין נישט קיין נ''מ.

וואס שטעלסטו זיך אפ דא? גיי ווייטער:

9/11 איז געטון געווארן דורך די מוסד, אדער דורך בוש, אדער ביידע צוזאמען.
די וועלט איז פלאך.
די לבנה לאנדונג איז פאלש.
קאוויד 19 אינדזשענירט דורך אמעריקע און די דיעפ סטעיט.
פעלאסי און ביל געיטס זיצן אין בונקערס און טרינקען בלוט פון קינדער.
אידן קאנטראלירן די וועלט.
לייגן בלוט אין די מצות.
אפריקאנע זענען מאנקיס און/אדער רעפטילן.
וכו' וכו'

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 5:17 pm
דורך קורקלענד
איך האב פשוט נישט די כוחות צו וואקן אזוי ווייט. איז פון דא און ווייטער קענסטו טאקע איבערנעמען....

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 5:24 pm
דורך כספי
קורקלענד האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 5:09 pm פעלט דעם מענטשן וואס ווערן גע'רדופ'ט דורך די אמעריקאנער רעגירונג? שלום מרדכי רובאשקין? שלום ווייס? דזשוליאן אסאנדזש? עדווארד סנאודן? ראסס אולברעכט? דאנאלד טראמפ? 'יעדער' ארום דאנאלד טראמפ? דער וואס מ'האט אויסגערודפט און באשולדיגט פאר די ענטרעקס? טעד סטיווענס? די ליסטע איז לכאורה אסאך לענגער ווי רוסלאנדס ליסטע און ס'גייט מסוף העולם ועד סופו.
שלום מרדכי רובאשקין און שלום ווייס האבן געשטעלט א סכנה פאר די "פאליטישע" רעגירונג?
וכן השאר, נאר איך געדענק נישט יעצט אויסווייניג זייערע מעשים, און כ'האב נישט צייט נאכצוקוקן, אבער ס'איז דא פון די וואס שטעלן אין סכנה די רעגירונג, אויך ווען דאנאלד טראמפ איז פרעזידענט. טעד סטיווענס האב איך גראדע אביסל געקוקט, וויקי זאגט אז ס'איז דא וואס זאגן אז ס'איז געווען פאליטיש מאטיווירט, פארוואס פונקט עם מער ווי אלע הונדערטער פאליטישן'ס ווייסעך נישט.

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 5:33 pm
דורך קורקלענד
דאס איז א פשוט'ע קל וחומר. אויב קענען זיי דאס טוהן בלי סיבה צו שלום מרדכי רובאשקין און שלום ווייס עאכו''כ ווען איינער גייט קעגן די רעגירונג....

טעד סטיווענס איז געווען איין וואויט וואס האט באלאנסירט די קאנטראל צו איין פאליטישע צד און כדי צו קענען אדורכפירן געוויסע פאליטישע דערגרייכונגען האט מען איהם 'פאלש' פראסעקיוטעד. און אזוי האט די אנדערע פאליטישע צד 'אומלעגאל' געהאט די כח אדורך צו פירן וואס זיי האט אויסגעפעלט. שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז ס'איז געווען 'אינגאנצן' פאלש און אויסגעטראכט. מ'האט צוריקגעדרייט זיין קאנוויקשאן אבער וועם אינטערעסירט עס. זיי האבן דערגרייכט זייער ציל און טאָ בּעד וויאזוי מ'זאגט אין אמעריקע. און דאס איז אזא in your face מעשה. זייער קלאר.

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 5:39 pm
דורך כספי
ווער האט עס געטון קעגן שמ"ר? די DOJ? אדער אפאר לאקאלע רשעים, א דזשאדזש א אנטיסעמיטקע, וכדו'?

בנוגע סטיווענס איך קען נישט די מעשה, קען איך מיך נישט דינגען מיט דיר, אבער וויפיל איך ווייס איז יעדע וואויט (ווען ס'איז פונקט האלב אויף האלב צוטיילט) די איין וואויט וואס באלאנסירט די קאנטראל. אבער נאכאמאל כ'קען - נאכנישט - די מעשה קענעך זיך נישט דינגען.

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 5:39 pm
דורך כספי
און שלום ווייס, איז דען געווען אזוי אומשולדיג?

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 5:46 pm
דורך סקעפטיקער
און רובאשקין איז דען יא געווען גענצליך אומשולדיג?
https://www.rationalistjudaism.com/p/ru ... d-and-ugly

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 5:52 pm
דורך קורקלענד
כספי האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 5:39 pm ווער האט עס געטון קעגן שמ"ר? די DOJ? אדער אפאר לאקאלע רשעים, א דזשארדזש א אנטיסעמיטקע, וכדו'?

בנוגע סטיווענס איך קען נישט די מעשה, קען איך מיך נישט דינגען מיט דיר, אבער וויפיל איך ווייס איז יעדע וואויט (ווען ס'איז פונקט האלב אויף האלב צוטיילט) די איין וואויט וואס באלאנסירט די קאנטראל. אבער נאכאמאל כ'קען - נאכנישט - די מעשה קענעך זיך נישט דינגען.
די 'פעדעראלע' רעגירונג (DOJ) מיט זייער כוחות האבן שלא ביושר געטוהן וואס זיי האבן געטאן. נעם אויך אינאכט אז די דזשאדזש איז אויך פון די זעלבע (DOJ). די פוינט איז אז די DON איז נישט אקאונטעבל פאר קיינער.

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 5:57 pm
דורך קורקלענד
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 5:46 pm און רובאשקין איז דען יא געווען גענצליך אומשולדיג?
https://www.rationalistjudaism.com/p/ru ... d-and-ugly
דאס איז דיין פרעצעדענט? אדער 'אינגאנצן' אומשולדיג, אדער 27 יאר תפיסה?

און וויבאלד ער איז יא געווען 'טיילווייז' שולדיג? קומט איהם מיתה אויך?

ווייסטו אז דו ביסט אויך שולדיג! ווייסטו אז דו ברעכסט הונדערטער פעדעראלע געזעצן טעגליך? ווייסטו אז מ'קען דיר איינשפארן פונקט ווי איהם? שולדיג איז איעדער! די שאלה איז די פול פיקטשער.

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 5:57 pm
דורך קורקלענד
כספי האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 5:39 pm און שלום ווייס, איז דען געווען אזוי אומשולדיג?
ניין? וואס האט ער געטוהן אז דו פילסט אז ער איז יא אזוי שולדיג?

ער האט באקומען 835 יאר צו שמאכטן. בינעך טאקע נייגעריג. איז ער געווען מער שולדיג ווי מעידאף?

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 6:53 pm
דורך אלע צוזאמען
כספי האט געשריבן:
חב''ד הויזן האט געשריבן: לאמיר קוקן רויע פאקטן, סיי די אמעריקאנע און סיי די רוסישע רעגירונג האבן פראסיקיוטערט די אפאזיציע, ביידע האבן זיך פארטיידיגט און פארפירט אז יענער איז באגאנגען פארברעכנס. וואס איז די חילוק? אין די צייט וואס אין רוסלאנד האט מען יענעם געקענט פארבאטן פון לויפן האט די אמעריקאנע סופרים קארט עס נישט ערלויבט צו טון. אין די צייט וואס אין רוסלאנד האט מען יענעם געקענט אריינווארפן אין טורמע דארף מען אין אמעריקע דורכגיין עטליכע פראצעסן. אבער מצד די דיעפ סטעיט האבן ביידע געטון די מאקסימום אין זייער מאכט.

לאמיר קוקן רויע פאקטן, וויפיל מאל האט די אמעריקאנער רעגירונג פראסעקיוט און אונטערגעדרוקט די אפאזיציע דורך די געזעץ, און וויפיל מאל האט די רוסישע רעגירונג? און אמעריקע האלט מען ביי די ערשטע מאל נומער 1, און אין רוסלאנד...? לאמיר אנפאנגען: ולדימיר גוסינסקי, בוריס בורזובסקי, סרגיי מגניטסקי, מיכאיל חודרובוסקי, לאוניד נזבלין, סרגיי יושנקוב, באריס נעמצוב, אלעקסיי נאוואלני. און דאס איז אלעס פאליטישע קעגנערס וואס ווערן אדער זענען גערודפ'ט געווארן דורך די רעגירונג, און חלק פון זיי זענען גאר טויט! און דאס איז לכאורה אפילו נישט אלע, אפשר די מערסט באוואוסטע. און דאס איז אויסער די צענדליגער דזשורנאליסטן וואס זענען געהרג'ט געווארן. וואס איז די חילוק? ווען מ'רעדט פון איינעם, צוויי, קען מען נאך זאגן, ער איז שולדיג, דער איז שולדיג. אבער אז מ'רעדט פון נאך און נאך און נאך, וואס קען מען זאגן. מה שאין כן אין אמעריקע.... פיר אליין אויס

טראמפ איז דער ערשטער צו ווערן גערודפ’ט?! אזוי גאר!

’דינעש ד’סוזע, א פאפולערע מאווי פראדעצירער איז געווארן ארעסטירט און באשמוצט אלס די סיבה צו ’9/11 אין בענגאזי’ נאך וואס ער האט ארויסגעגעבן א פילם קעגן ’באראק אבאמא’.
וויפיל קאנסערוואטיווע טי פארטי גרופעס זענען אינטערגעגאנגען אין די לעבנ’ס פון זייערע גרינדער’ס רואינירט, ווייל די IRS האט זיי אויסגעצאפט דאס בלוט?
וועטעראן ’ברייען קאלפידזש’ גייט יעצט דורך ציפקע צרות, ווייל ער האט פרובירט צו בויען א וואנט ביי די גרעניץ.

טראמפ איז אפשר די מערסט באוואוסטע פאל, אבער ער איז ווייט פון די ערשטער.

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 7:06 pm
דורך כספי
כספי האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:43 pm לינקס ביטע?

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 8:01 pm
דורך קורקלענד
לעצט וואס איך האב פרובירט האט גוגל עטוואס פיין געארבעט. אויב דו זיכסט עפעס ספעציפיש קען איך עס טרעפן. מאכט זיך אמאל שווער צו טרעפן מחמת איז סיבה געוויסע פרטים. למשל די נאווארא רעפארט איז עפעס זייער שווער גוגל זאל מיינען אז דו זיכסט עס. מחמת איז סיבה, אלס א פריוואטע פירמע קענען זיי דיר עס נישט טרעפן...

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 12:29 am
דורך אלע צוזאמען
כספי האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 7:06 pm
כספי האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:43 pm לינקס ביטע?
כ’האב ליב ווי מיט צוויי ווערטער, (מיינטסט אז די) פרעגסט אפ גאנצעטע קאפיטלעך אין אמעריקאנע פאליטיק...
זיי נישט פויל און זיך ארום אביסל.

די ’דיעפ סטעיט’ איז א פאקט, פונקטליך ווער, ווי, וואס, וויאזוי, ווערט יעצט אויסגעשמיעסט אין @שמן למאור’ס אשכול, ווען סענאטאר ’שומער’ האט געווארענט ’טראמפ’ Let me tell you, you take on the" intelligence community, they have six ways from Sunday at getting back at you,” וועם און וואס פונקטליך האט ער געמיינט?

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 7:06 am
דורך כספי
כ'האב קיינעם אפגעפרעגט, ס'איז מיר פשוט שווער צו זוכן אזא נאמען ווי '’דינעש ד’סוזע' איינער ווייסט אפשר ווי מ'לייגט עס אויס אין ענגליש.
ווען איך זאג לינקס ביטע, פרעג איך נישט אפ, אדרבה איך פרעג, ווייל איך וויל וויסן

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 8:29 am
דורך אלע צוזאמען
כספי האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 7:06 am כ'האב קיינעם אפגעפרעגט, ס'איז מיר פשוט שווער צו זוכן אזא נאמען ווי '’דינעש ד’סוזע' איינער ווייסט אפשר ווי מ'לייגט עס אויס אין ענגליש.
ווען איך זאג לינקס ביטע, פרעג איך נישט אפ, אדרבה איך פרעג, ווייל איך וויל וויסן
https://www.google.com/search?gs_ssp=eJ ... e&ie=UTF-8

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 8:57 am
דורך כספי
ייש"כ
דאס וואלט גענוג געווען (אויף אנצופאנגען): https://en.wikipedia.org/wiki/Dinesh_D%27Souza

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 9:27 am
דורך קורקלענד
כספי האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 8:57 am ייש"כ
דאס וואלט גענוג געווען (אויף אנצופאנגען): https://en.wikipedia.org/wiki/Dinesh_D%27Souza
אויב ווילסטו לעבן אין דיין לאך און באבל איז עס גוט אנצופאנגען. אבער אויב ווילסטו וויסן די 'אמת' איז דארט נישט די פלאץ.

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 10:06 am
דורך כספי
איז וואו יא?

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 11:08 am
דורך קורקלענד
זיך באקענען מיט די פיגור זעלבסט. הערן וואס ער אליינס זאגט. וויאזוי ער רעדט. וואס זיינע שיטות זענען. ליינען זיינע ארטיקלען. און זיינע ביכער אויב האט ער געשריבן. הערשט נאכדעם קענסטו ליינען וויקיפעדיע צו זעהן אויב די ערשטע זאך איהם מגדיר צו זיין אלס רייט ווינג קאנספיראציע טעאריקער מאכט אפי' סענס. דער דעניש האב איך גראדע פונקט אויסגעהערט מערערע מאל. ס'מאכט נישט קיין סענס.

א ענליכע אויפוואכונג האב איך געהאט נאכן ליינען ברייטבארט'ס ביכל אויסצוגעפינען אז ער איז גראדע געווען גאנץ א מעסיגע קאמאן סענס ליבעראלער וואס האט זיך געכאפט אז א פארטיי רעפרעזענטירט נישט קיין ווירדן און אידעאלאגיע.

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 11:14 am
דורך אלפא
קורקלענד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 9:27 am
כספי האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 8:57 am ייש"כ
דאס וואלט גענוג געווען (אויף אנצופאנגען): https://en.wikipedia.org/wiki/Dinesh_D%27Souza
אויב ווילסטו לעבן אין דיין לאך און באבל איז עס גוט אנצופאנגען. אבער אויב ווילסטו וויסן די 'אמת' איז דארט נישט די פלאץ.
די סטעיטמענט איז נישט ריכטיג!
צו וויסן דעם אמת קען מען אנפאנגען איבעראל עס איז נישט משנה. עס איז יא דא קאנפירמאציע בייעס וואס דארף גענומען ווערן אין באטראכט דערנאך, אבער עס איז נישט אנדערש ווען מ'הייבט אן מיטן אים אליין אויסהערן און ווערן אנציקט (אדער נישט) פון זיינע כאראקטערן וואס קען פונקט אזוי אריינלייגן אין א בייעס.

אין אנדערע ווערטער, אנצוקומען צום אמת (ווי ווייט מעגליך) דארף מען גיין ברייט און אויסהערן א שטח פון סחורה, סיי פערזענליך סיי פון די קעגנער און סיי פון די שטיצער, עס מאכט נישט אויס וואו מ'הייבט אן, און אקאונטען פאר בייעסעס און מיסאינפארמאציע דארף מען ביי יעדע טריט ממילא..

און בדרך אגב, איז וויקיפידיע היבש א גוטע ליקוט מיט גוטע רעפרענסעס, אפי' אויב זיי זענען צומאל בייעסד אדער איינזייטיג גענויגט.. מ'קען אלץ צוליינען נאכדעם וואס פעלט אויס.

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 11:38 am
דורך קורקלענד
וויקיפעדיע איז שוין לאנג נישט קיין גוטע ליקוט און ס'ווערט ארגער און ארגער פון טאג צו טאג. וואס זאל איך טוהן אז איך געדענק נאך וויקי פון די גוטע צייטן. חבל על דאבדין.