בלאט 2 פון 2

Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 11:51 pm
דורך פארווע חסיד
@שעפטאל @בְּתוֹךְ עַמִּי
וואסי טאקע די מעשה? איז דער רוצח טאטע ר"ל טאקע געווען פון ס"ד?
איז טאקע שוין געווען גירושין בעקבות השתיה?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2024 12:55 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
איך בין נישט באקאנט מיט די מעשה הרציחה רח״ל און גירושין עפיזאדן האביך אויך נישט געהערט.

וואס איך קען דיר אבער יא זאגן איז, אז נאכן טרינקען צוזאמען מיט מיין ווייב האבן אונז צום ערשטן מאל עקספיריענסד און געוואר געווארן וואס א פארהייראטע לעבן מענט טו בי. אונז האבן ביידע צום ערשטן מאל (נאך אסאך יארן זיין חתונה געהאט) דערהערט א פרישע עומק און השגה אין: ״אהבה, אחוה, שלום וריעות״ וואס האט געלייגט אין שאטן אלע יארן ביז דאן...

Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2024 1:09 am
דורך תנחום
צועקים וזועקים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:53 pm
כרם זית האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:44 pm ר איטשע מאיר האט שוין יארן לאנג א מערכה קעגן אלטערנעטיווע מעדעצין און דראגס, עס איז מיר נישט קיין חידוש אז ער איז דער שואל.
קעגן דראגס (די צמחים הטמאים) נישט קעגן מעדעצין.

אגב איך האב שוין געטראכט פון פרובירן אייוואסקע, אבער יעצט מיט די תשובה און בעיקר די שואל, גיי איך זיך אפהאלטן.
צווישן ר' איטשע מאיר'ס תלמידים איז אנגענומען מיט א פשטות אז ער איז קעגן נעמען סייקעדליקס אף עני קיינד. ווי אויך ביי תלמידי הרב נ"ד קיוואק.

Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2024 1:46 am
דורך איינשטיינער
צועקים וזועקים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:59 pm יענער האט געטון אין די ענינים?
יא. MDMA

Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2024 4:09 pm
דורך שמן למאור
תנחום האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 1:09 am
צועקים וזועקים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:53 pm
כרם זית האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:44 pm ר איטשע מאיר האט שוין יארן לאנג א מערכה קעגן אלטערנעטיווע מעדעצין און דראגס, עס איז מיר נישט קיין חידוש אז ער איז דער שואל.
קעגן דראגס (די צמחים הטמאים) נישט קעגן מעדעצין.

אגב איך האב שוין געטראכט פון פרובירן אייוואסקע, אבער יעצט מיט די תשובה און בעיקר די שואל, גיי איך זיך אפהאלטן.
צווישן ר' איטשע מאיר'ס תלמידים איז אנגענומען מיט א פשטות אז ער איז קעגן נעמען סייקעדליקס אף עני קיינד. ווי אויך ביי תלמידי הרב נ"ד קיוואק.
נאך א מזל, שטעל זיך פאר זיינע חסידים הייבן אן צו נעמען די זאכן... ער איז קעגן די זאכן פאר א סיבה, ער קען זיין עולם.

Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2024 4:30 pm
דורך צקון לחש
עסקן בדברים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:57 pm
שעפטאל האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 1:50 am
אין א פריוואטע גרופ פארום האט אן אנאנימע שרייבער אהער געשטעלט א פאראדיע דערויף. סימן השותים וחוזרים לדעתם_copy.pdf
איך נעם נישט קיין שטעלע אין די עצם השאלה, אבער די פאראדיע תשובה איז מורא׳דיג!
יאפ, דער האט טאלאנט
(ער וואלט זיך אפשר געדארפט איינהאלטן פון די לעצטע ווערטל, איך ווייס אז ס'איז שווער...)

Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2024 8:46 am
דורך טאמבל סאס
טאמבל סאס האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 3:41 am מיך דוכט זיך אז דער רבינו בחיי האט גערעדט פון קעמיסטריע בכלל. גארנישט שייכות מיט דער נושא.
דער רבינו בחיי אידאך הפלא ולעפעלע במלא כף המחתה. מ'דארף די רייד פרעימען אין א פיטום הקטורת לעדער באנד און עס אויסטיילן ביי די אייאוואסקע פארברענגען, געבענטשט דורכ'ן שאמאן אליינס.

שטעל דיך פאר איינער פון די היינטיגע מגידים זאל זיך אויפשטעלן און דרשענען אז די ארגסטע שבארגסטע זענען דיע וואס שטעלן זאכן צוזאם, די יעניגע וואס זענען עוסק אין אחדות און אין ברענגען שלום צווישן חסידותער און אראנדזשירטע פארפעלקער. די שש מזשרניקעס. מ'העטעך ווען יענעם פארשטיינערט חלילה.
אפשר דערפאר האט ער עס געמוזט זאגן אנאנעמיסלי און וועגן דעם טאקע הערשט אזא נעפל, אזא וואלק"ן :lol:, ארום דער רביינו באכיע'ס איידענטיטי..

Re: הרב חיד"ו אסר'ט אייוואסקא?

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2024 8:52 am
דורך שמן למאור
איינשטיינער האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 1:46 am
צועקים וזועקים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:59 pm יענער האט געטון אין די ענינים?
יא. MDMA
אייוואסקא איז דאך נישט MDMA? צוויי אנדערע סאבסטאנצן מיט גאנץ אנדערע ווירקונגען?

זעט אויס אויף דעם דארף מען שוין זיין א דיין וואס קען מדמה זיין מילתא למילתא.