בלאט 2 פון 7

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 7:33 pm
דורך יענקעל ג
סקרו דרייוער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:22 pm וועלעכע געגענט?
איך מיין נעבען seasons

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 7:34 pm
דורך סקרו דרייוער
חסידיש? ליטוויש?

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 7:37 pm
דורך יענקעל ג
סקרו דרייוער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:34 pm חסידיש? ליטוויש?
אידישע קינדערלעך

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 7:39 pm
דורך קל לזכור
וויאזוי קען מען וויסן צו עס איז אמת אדער נישט?

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 7:44 pm
דורך מנחם מנדל
קל לזכור האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:39 pm וויאזוי קען מען וויסן צו עס איז אמת אדער נישט?
אויב קומט ארויס אסאך קאווער אפ סטאריס,
און מאנכע לייקענען עס מיטן פולסטע קראפט, זאל מען וויסן אז יש דברים בגו.. ליידער.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 7:45 pm
דורך אוהב ספרים
עס איז זיכער נישט אמת, בכלל נישטא אזא געגענט, אזא גאס, אזא האוז, אזא משפחה, הצלה בכלל נישט דארט געווען היינט, אלטץ הוילע דמיונות!

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 8:20 pm
דורך קהל'ס נער
אוהב ספרים האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:45 pm עס איז זיכער נישט אמת, בכלל נישטא אזא געגענט, אזא גאס, אזא האוז, אזא משפחה, הצלה בכלל נישט דארט געווען היינט, אלטץ הוילע דמיונות!
ס׳איז ניטאמאל דא אזא מושג ווי הצלה, טאטע אדער קינד.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 8:40 pm
דורך בן נון
עס איז בכלל נישט פאסיג צו ניצן די טראגעדיע ארופצורייסן די קאמיאנעטי עס איז א טראגעדיע נישט קיין נייעס און די משפחות פראווייטקייט איז פיל וויכטיגער ווי האבן העדליינס עס איז שאנדפאל אז געוויעס חברים דא פארשטייען עס נישט

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 8:47 pm
דורך קליינע צדיק
:cry:
איך שהי' גענוי
איז עס א פחד פון א מעשה השם ישמרו!

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 8:58 pm
דורך רימון
בן נון האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 8:40 pm עס איז בכלל נישט פאסיג צו ניצן די טראגעדיע ארופצורייסן די קאמיאנעטי עס איז א טראגעדיע נישט קיין נייעס און די משפחות פראווייטקייט איז פיל וויכטיגער ווי האבן העדליינס עס איז שאנדפאל אז געוויעס חברים דא פארשטייען עס נישט

בכלל נישט ריכטיג, א סוסייעטי וואס באהאלט אירע טראגעדיעס איז נישט קיין געזונטע סוסייעטי. דער ציבור האט אן אחריות צו וויסן איבער יעדן זעלבסטמארד און יעדן מארד, נאר אזוי וועט מען וויסן איינצושטעלן מאסנאמען דאס צו פארמיידן.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 9:04 pm
דורך היכי דמי
ישיבה ווארלד נוצט אויס די טראגעידע זיך צו שלאגן מיט זייער קאמפעטישן
https://lakewoodalerts.com/lakewood-ale ... -lakewood/

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 9:04 pm
דורך מנחם מנדל
בן נון האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 8:40 pm עס איז בכלל נישט פאסיג צו ניצן די טראגעדיע ארופצורייסן די קאמיאנעטי עס איז א טראגעדיע נישט קיין נייעס און די משפחות פראווייטקייט איז פיל וויכטיגער ווי האבן העדליינס עס איז שאנדפאל אז געוויעס חברים דא פארשטייען עס נישט
ווי קומט אריין פרייוועסי דא?

װען א בית דין האט ארויסגעטראגן ממית'ן א רוצח איז געווען פרייוועסי?

ניטאמאל ווען ער האט געלאפן אין ערי מקלט האט ער געהאט פרייוועסי.

אין קיין איין אנדערע קאמיוניטי אויפן וועלט באהאלט מען נישט אזוי, יעדע איינציגסטע מעשה רציחה, מאלעסטעישען, רעיפ, זעלבסטמארד, ווי ביי אונז, וואס איז די אויפטוה פין באהאלטן פראבלעמען אין עס לייגן אונטער די קארפעט?

אז עס איז דא א פראבלעם, אז עס איז געווען א מעשה רציחה, דארף מען רעדן דערפון אין מאכן אווערנעס, וואס נאך דארף פאסירן אז מען זאל אנפאנגען רעדן פין מענטעל העלט פראבלעמען אפענערהייט?

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 9:06 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
בן נון האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 8:40 pm עס איז בכלל נישט פאסיג צו ניצן די טראגעדיע ארופצורייסן די קאמיאנעטי עס איז א טראגעדיע נישט קיין נייעס און די משפחות פראווייטקייט איז פיל וויכטיגער ווי האבן העדליינס עס איז שאנדפאל אז געוויעס חברים דא פארשטייען עס נישט

אט די מענטאלעטי פון ווארפן אלעס אונטער די קראפעט ווייל היטן אויפן כבוד איז דאס וויכטיגסטע פון אלעם איז דער יסוד ושורש פורה ראש ולענה פון די פארפוילטע פראבלעמען אינעם סיסטעם.

די מעשה וואס האט פאסירט איז שוין געשען. נפטרים קעמען שוין נישט צוריקברענגען.

וואס מ׳קען יא, איז זיך לערנען א לעססאן אויף להבא, אויפוועקן דעם עולם, מיט א תקועה גדולה! ויצעקו!!

עפעס א יסודות׳דיגע טויש מוז געשען!!!!!!

כדי אזאנע מעשיות זאלן נישט פאסירן רעכטס און לינקס ח״ו.

און אוודאי געוויס וועט די תיקונים וואס וועט ווערן געמאכט זיין לזכותם ולעילוי נשמתיהם הטהורים.

אמן. כן יהי רצון!

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 9:07 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין נישט מסכים מיט דיר: זיכער דארף מען פארציילן און נישט פארדעקן ווען אזא שרעקליכע מעשה געשעהט רח"ל. נאר נישט ווען ס'איז "מתו מוטל לפניו". דאמאלס דארף מען רעספעקטירן די געפיהלן פון די משפחה. און נישט זיך (ח"ו) פאסמאקעווען מיט א טראגעדיע.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 9:51 pm
דורך שלג זהב
היכי דמי האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:04 pm ישיבה ווארלד נוצט אויס די טראגעידע זיך צו שלאגן מיט זייער קאמפעטישן
https://lakewoodalerts.com/lakewood-ale ... -lakewood/
די חילוק צווישן זיי ביידע צו יא אדער נישט ארויסלייגן די נייעס קען נישט זיין קלענער....

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 11:10 pm
דורך מנחם מנדל
https://newjersey.news12.com/police-inv ... n-lakewood

דא שרייבן זיי אז די קינדער זענען דערטראנקען געווארן רח"ל.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 11:37 pm
דורך חאסקעל
קענסט ברענגען א screen shot פון דעם? מיין פילטער לאט עס נישט צו... ייש''כ
מנחם מנדל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:10 pm https://newjersey.news12.com/police-inv ... n-lakewood

דא שרייבן זיי אז די קינדער זענען דערטראנקען געווארן רח"ל.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 11:41 pm
דורך מנחם מנדל
חאסקעל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:37 pm קענסט ברענגען א screen shot פון דעם? מיין פילטער לאט עס נישט צו... ייש''כ
מנחם מנדל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:10 pm https://newjersey.news12.com/police-inv ... n-lakewood

דא שרייבן זיי אז די קינדער זענען דערטראנקען געווארן רח"ל.
Screenshot_20240625_233839_Chrome.jpg

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 12:13 am
דורך שאולדיספריםפאקער

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 12:15 am
דורך עמרם
איינער קען אריינקומען מיט די מעשה, בלויז טריקענע פאקטן, (אהן קיין נעמען) ?

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 12:16 am
דורך האניג
אוי, א שוידער.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 12:18 am
דורך שאולדיספריםפאקער
איינער האט די ציפער פון וויפיעל סועסיידס אדער מעשיות אוואו דאס עס איז געווען אין אולטרע היימישע קאמיוניטי די לעצטע עטליכע וואכן?

די נומבער וואס דו גאס ווייסט איז האר אויפשטעלנד, איך רעד שוין נישט פון די וואס מען פארשווייגט מיט אניריזם אדער הארץ אטאק.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 12:19 am
דורך שאולדיספריםפאקער
עמרם האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:15 am איינער קען אריינקומען מיט די מעשה, בלויז טריקענע פאקטן, (אהן קיין נעמען) ?
פארוואס ליינסטו נישט איין תגובה פאר דיינס?