בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:25 pm
דורך Espresso
לעמיל"[quote="Espresso האט געשריבן:
שמואל הלוי"quote="שמואל הלוי האט געשריבן:
Espresso האט געשריבן:איך האב מיך געפילט שלעכט פאר זיי ווען איך בין אהין געגאנגען, סגעווען דארט נאך אפאר דעיטס און די מערסטע וואס איינער האט גענומען איז געווען א סאדע אדער א וואסער, אבער די פלאץ איז הערליך.

האסט כאטש געטראפן דיין באשערטע דורכ'ן דעיטן דארט?

פון דא איז משמע אז יא

ווי דא? ווען איך גיי צו דע לינק זאגט עס מיר "אינפארמאציע, איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום."/quote]
עס איז און מאוחרי[/quote]
און וויזוי זעט מען אין מאחורי ווי איך האב געטראפן מיין באשערטע?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:31 pm
דורך לעמיל
קוק דא וויאזוי צו אריין קומען און מאחורי נאכדעים וועסטו זיך שוין טרעפען דארט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:47 pm
דורך berlbalaguleh
קליגער איד האט געשריבן:היימישע חסידישע אידן טרעפן זיך אויך דארט אדער נאר ליטווישע??

חסידישע וואס זענען זיך משדך מיט ליטווישע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:54 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:קליגער וויל א כלה, דו ווילסט כשר"ס, וואס קומט נעקסט שדכנים?

ס'וועט נאך אנקומען. און אויב ס'וועט זיין אן עולם וועלן אויך זיין אידן וואס גייען נאך געלט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:00 pm
דורך שמואל הלוי
Espresso האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
Espresso האט געשריבן:איך האב מיך געפילט שלעכט פאר זיי ווען איך בין אהין געגאנגען, סגעווען דארט נאך אפאר דעיטס און די מערסטע וואס איינער האט גענומען איז געווען א סאדע אדער א וואסער, אבער די פלאץ איז הערליך.

האסט כאטש געטראפן דיין באשערטע דורכ'ן דעיטן דארט?

פון דא איז משמע אז יא

ווי דא? ווען איך גיי צו דע לינק זאגט עס מיר "אינפארמאציע, איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום."

ווי איך זעה האסטו שוין ערלויבעניש ב"ה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:05 am
דורך פרומאק
מען זעהט קלאר דעם יד ה' אין דעם. אז א פלאץ ווי בחורים אין מיידלעך גייען אויס ווערט פארמאכט דורך די אייגנטימער ווייל זיי פארשטייען אויך אז דאס איז נישט גערעכט פאר אידישע בחורים ארויסצוגיין מיט מיידלך. דאס איז אלץ א ראי' אויף משיחס טאג. ווייל די גוים העלפן די אידן האלטען די תורה. כמובא בספרים.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:40 pm
דורך קליגער איד
פרומאק אויף וועם ביזטוי היינט אנגעווייטאגט ??

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:48 pm
דורך [NAMELESS]
נעמענדיג די געשיכטע מיט די דאזיגע באר-רעסטוראנט אין באטראכט, פארשטייט מען בעסער מערערע פון די פארצייטישע קרעטשמע מעשיות, אלע יארן האט מיר געקרענקט פארוואס געוואלד האבן זיי געפייניגט די צוויי אומשעדליכע זיסע ברודערס רבי אלימלך און רבי זושא? רויטע בערד מיט דיקע שטריק-גארטלעך און קליינע שטריימלעך איז דען גענוג סיבה צו אויסטיילן ציפקע צרות?
נאר וואס? יעדע נאכט זענען די חסידים געקומען, דוואשע מיט חיים האבן זיך געליבט דארטן, ר' בערל דער שדכן האט אט דארטן צוגערעדט שמערל דער פאטער פון די זעקס טעכטער שידוכים, יענקל דער וואל האנדלער האט דארטן געמאכט געשעפטן מיט איוואן, אבער משקה? א ניקל נישט!
קודם ווער ווייסט ווי כשר די ביטערע טראפן איז, צו גיסט ער נישט אריין שוויין פעטנס, און בכלל, משקה איז דא אין שטיבל, אויב נישט ביטערע איז דא מעיד, אויב נישט מעיד ראזשינקע וויין, טא צו וואס געבן דעם בן נח צו לייזן.
די אחים הקדושים זענען געפאלן א קרבן צו אן אנגעגעסענע שנאה.
זכותם יגן עלנו

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:38 pm
דורך געפילטע פיש
איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיין היסטאריע, אבער אין מיינע מעשה ביכלעך שטייט יא, אידן זענען געפארן אינטערוועגענס, דער צום יריד אין לייפציג, דער צום רבי'ן אין צאנז, דער בעטלער מיט זיינע פאר גראשן, דער בטלן מיט די ציריסענע הויזן, דער בחור וואס פארט אין ישיבה, דער רבי וואס פארט מיט די חבריא קלייבן נדבות און פארשפרייטן חסידות, דער גביר אויף אפרוה פון די פארפלאנטערטע מסחר, אבער יעדער טרעט דורך די שוועל פון די ווארעמע קרעטשמע, ווי דען קען מען נעכטיגען אין די קאלטע פינסטערע נאכט? וויפול מאל איז די שיעור פון ארומפארן די גאנצע שטעטל זוכן א מזוזה? קיין אידן אין דעם דערפל איז נישט דא, אויב יא איז דאס א מסור אדער משומד וואס האט זיין מזוזה ארונטערגענומען שוין פון יארן צוריק, אין ביי עם וויל ער סייווי נישט איינשטיין, ווער ווייסט וועלכע בייזע רוחות דרייען זיך ביי עם אינדערהיים?

איז די לעצטע ברירה פאר יעדן רייזענדע געווען אנצוקומען אין קרעטשמע, ווי איוואן זיצט אויפן הינקעדיגן באנק אנגעשפארט אויפן פויסט האלב דרימעלדיג, און אנדערע האנט א ליידיגע גלאז משקה, ווי אפאר ציגיינער זיצן לעבן אויווען און צוזינגען זיך א לידאלע, ווי סערגיי'ס ערל'טע זיפט א הייסע זופ און באלעקט זיך די וואונדען וואס סערגיי האט איר יעצט אנגע'מקל'ט פארן אויסזאגן פארן גלח ווי ער איז געווען פארגאנגענע זונטאג, ווי דער מידער בחור איז כמעט ווי טויט, אפגעמאטערט פון גייען צו פיס א גאנצע טאג מיט זיין טאטענס פאר שיך וואס זענען דאפעלט זיין מאס, שלאפט ער זיך ביים אויוון און ער הערט ניטאמאל די ציגיינער'ס געזאנג, ס'דוכט זיך עם אז ער איז אין גן עדן און דאס זענען די מלאכים וואס זינגען און מ'איז עם מקבל פנים מיט חופות און טאנצערייען, די ציגיינערישע פרויען וואס האבן געטאנצן מיט די מאדנע תנועות הארט פאר ער איז איינגעשלאפן טאנצען ביי עם יעצט הונטער די אויגן און ס'דוכט זיך עם אז זיי זענען יונגע מלאכים'לאך.

ביים אנדערע טיש זיצן א חבורה אידן, מאכן א לחיים, איינטונקענדיג א זעמל אינעם ביטערען טראפ און דערנאך ארויסזויגן די לחלוחית דערפון צו פארלענגערן דעם טעם, זיי דערציילן מעשיות פון רבי'נס הויף, און די טענער האלטן זיך אין איין העכערען איבערווייזענדיג פארן חבר אז מיין רבי'ס מופת שטייגט איבער דיין רבי צענפאכיג!
און אזוי זיצן קינד און קייט, יונג און אלט, איד און גוי, מאן און פרוי, און אלעס דרייט זיך ארום דעם אלטן פאררויכערטן קרעטשמע, די אויוון הייצט די קאלטע טבת נעכט, די אלטע דערציילן אז די אויוון איז די הייסטע אין גאנץ בוקאווינע, און נישט איינמאל האט בלויז א נס פארמיטן פון די גאנצע געביידע, בענאזאם מיטן גאנצן שטעטל אוועקצוגיין לטמיון פון א פייער, אבער בחסדי השם האט ג-ט פארהיטן דעם קרעטשמע דערפון.

ווי אזוי בין איך אנגעקומען דא? ווי קומט עס בכלל אריין? אה, קופערניקוס, די קרעטשמע פלעגט זיין די צענטער פון דערפעלישן לעבן, איינס נאך די בית המדרש און די הקדש שטיבל, עכ"פ אזוי איז משמע פון מיינע מעשה ביכלעך, און אידן מיט גוים אייניג האבן זיך געדרייעט דארט, געגעסן און געטרונקען און געשלאפן דארט, די קרעטמע איז געווען, אין היינטיגע מושגים, די באר, די רעסטוראנט, די האטעל, און די קאמיוניטי העד קווארדערס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 7:08 pm
דורך פריינדליך
פרומאק האט געשריבן:מען זעהט קלאר דעם יד ה' אין דעם. אז א פלאץ ווי בחורים אין מיידלעך גייען אויס ווערט פארמאכט דורך די אייגנטימער ווייל זיי פארשטייען אויך אז דאס איז נישט גערעכט פאר אידישע בחורים ארויסצוגיין מיט מיידלך. דאס איז אלץ א ראי' אויף משיחס טאג. ווייל די גוים העלפן די אידן האלטען די תורה. כמובא בספרים.


איך פארשטיי די תאווה פון זיך א נאמען געבן פרומאק און שרייבען הצערישע פרומע תגובות אין זיין אנדערש ווי 90% דא, סוכ"ס האב איך אזוי אנגעהויבן דא, { לידעתך, מען ווערט שנעל מיעד דערפון }

אבער האסטע שוין איבערגעצויגען ס'שטריקל, בחורים און מיידליך טארן נישט ארויסגיין?
גיבסטע א פסל אפ די וועלט ווי אזוי רוב וועלט מאכט שידוכים? וואס פשט פון דיין מאדענע מיינוגען?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 8:42 pm
דורך איחוד פעלד
פריינדליך וואס איז געוועהן דיין ניק?

פרומאק איז סתם א צוחושטער בריאה. שטימט גאנץ פיין. איך קען אפאר אזעלכע.