בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:51 pm
דורך גאלד
נעבעך נישט זוכה צו קבר ישראל, ער האט זיך געקויפט א חלקה און א קריסטישע בית המתים, זיין ראביי האט זיך איינגעבעטן ביי איהם צו קויפן א שיינע פלאץ און א אידישע בית החיים און קווינס אדער און לאוער מענהעטן, ער האט זיך אבער געעקשנט דוקא דארט ווייל ס'א מער פראמינענטער ארט, נעבעך נעבעך, ס'א ווייטאג
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 1:03 pm
דורך קאווע טרינקער
גאלד האט געשריבן:נעבעך נישט זוכה צו קבר ישראל, ער האט זיך געקויפט א חלקה און א קריסטישע בית המתים, זיין ראביי האט זיך איינגעבעטן ביי איהם צו קויפן א שיינע פלאץ און א אידישע בית החיים און קווינס אדער און לאוער מענהעטן, ער האט זיך אבער געעקשנט דוקא דארט ווייל ס'א מער פראמינענטער ארט, נעבעך נעבעך, ס'א ווייטאג
אזוי איז ער פארזיכערט אז מ'גייט אים נישט מפנה זיין. איך קען מענטשן וואס מ'האב באגראבן אין קרית יואל און יעצט געפינען זיי זיך אין קאורט!
בד"וו, ס'איז דאך דא א מחיצה ארום זיין קבר.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 2:32 pm
דורך שמואל הלוי
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך קען מענטשן וואס מ'האב באגראבן אין קרית יואל און יעצט געפינען זיי זיך אין קאורט!
למשל ווער?
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 9:41 pm
דורך sefish
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 12:17 am
דורך טישו באקס
אויב איינער וויל צינדן א ליכטל אדער לערנען א פרק משניות לעילו נשמתו...איז זיין יודישן נאמען (לויטן ראביי פינעם טעמפל) יודל איציק בן אהרן לייב
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 10:55 am
דורך קאווע טרינקער
שמואל הלוי האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:איך קען מענטשן וואס מ'האב באגראבן אין קרית יואל און יעצט געפינען זיי זיך אין קאורט!
למשל ווער?
ס'הייסט ווער? אלע חוץ משפחת פאללאק.
לאמיר נישט מאכן צימעס אין א "יהא זכרו ברוך" אשכול.