בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:08 pm
דורך berlbalaguleh
מיקוה נייעס האט געשריבן:אינטרעסאנט !!!
יאך געב שוין היטשעס א לאנגער צייט און גארנישט פאסירט אלעס פארט ווי א פידעלע

ווארט צו ביז דער קאר וועט איין טאג אנהייבן זינגען א ניגון אדער דו וועסט זען משקה טופח להטפיח אונטער'ן קאר ווען ס'רעגנט נישט און דער מקעניק וועט דיר מבשר זיין א בשורה טובה אז צו פארריכטן דעם פראבלעם וועט נישט קאסטן א סאך מער פון 500 דאללער. איך ווינטש עס דיר נישט. אבער ס'איז די מציאות. דאס מיינט נישט אז מען זאלל נישט געבן היטשעס, אבער די וואס שטרענגען זיך נישט אן צו געבן, האבן אויך א פוינט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:02 pm
דורך מיקוה נייעס
ווילאנג עס געשעהנט נישט וועל איך געבן היטשעס

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:49 pm
דורך אייגענארטיג
מיקוה נייעס האט געשריבן:אינטרעסאנט !!!
יאך געב שוין היטשעס א לאנגער צייט און גארנישט פאסירט אלעס פארט ווי א פידעלע


עס פריידט מיר צו הערן אז עטליעסט איינער האט גוטע עקספריענס מיט היטשעס. ב"ה לא אלמן ישראל.......

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
מיקוה נייעס האט געשריבן:ווילאנג עס געשעהנט נישט וועל איך געבן היטשעס

דו דארפסט נישט אויפהערן צו געבן אפילו נאך וואס ס'פאסירט ח"ו. ס'איז נישט תלוי אין דעם. ס'איז א גרויסע מצווה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:25 am
דורך שמעקעדיג
איך געב אויך היטשעס, ווען איך קען.

פונקט לעצטע וואך הונגעריגערהייט האב איך געקויפט א סענדוויטש מיט א דרינק, עס אראפגעלייגט אויפן פאסאזשיר זיץ, און אנגעהויבן פארן.
אינמיטן אריינבייסן, שטייט א היטשער מיט די פינגער אויסגעשטרעקט. איך האב אים באמת געוואלט נעמען, אבער איך האב זיך געפילט זייער אומאיינגענעם.
איך האף ער האט מיר דן געווען לכף זכות.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 4:08 pm
דורך קליינע רעבעלע
איך בין געווען פאר א שטיק צייט צירוק אין קרית יואל ביי א חתונה מיט מיין ווייב
אויפן וועג אהיים קימט צו צימיר א איד צי איך פאר אריין און שטאט?
זאג איך אים יא נאר איך האב מיין ווייב מיט מיר. ביעט ער מיר איך זאל איר פרעגען צי ער קען מיטקימען זאג איך אים אז סאיז איר שווער צי זיצען אין בעק זאגט ער אז ער האט נישט קיין פראבליעם צי זיצען אין פין אינטען
כהאב אים געזאגט אז עס קען זיין אז איך וועל מאכן א סטאפ אין מאנסי
אבער ער האט נישט נאכגעלאזט ער האט מיר אזוי דערקיטשעט אז איך האב נישט געקענט פטור ווערן פין אים למעשה האב איך אים מיטגענעמען

אזעלכע מעשיות קען זיך נאר מאכן און דער עיר החסד קרית יואל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 4:49 pm
דורך יחצל
אבער פארגעס נישט די אינגערמאן וואס איז געפארן מיט דיר קומט פון .... ווילימסבורג פאר דו רייסט איינעם אראפ טראכט 2 מאל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 5:00 pm
דורך קליינע רעבעלע
דעיס איז געווען א קרית יואל'ער אינגערמאן

אגב האט ער נישט אראפ גענימען א אויג פין איר

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 5:08 pm
דורך יחצל
גיי וויס וואס א ק"י יונגערמאן זוכט 12:00 אזייגער ביינאכט און וומ"ס
טאקע נישט קיין שיינע זאך וואס דער אינגערמאן האט געטוהן.. אבער מען קען אים פארשטיין אז תנאים און די צייטן פון די גמרא האבן געקענט האבן תאוות וואס ווילסטו פון אימשולדיגע איגערמאן ?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 5:12 pm
דורך קליינע רעבעלע
יחצל האט געשריבן:גיי וויס וואס א ק"י יונגערמאן זוכט 12:00 אזייגער ביינאכט און וומ"ס
טאקע נישט קיין שיינע זאך וואס דער אינגערמאן האט געטוהן.. אבער מען קען אים פארשטיין אז תנאים און די צייטן פון די גמרא האבן געקענט האבן תאוות וואס ווילסטו פון אימשולדיגע איגערמאן ?


געווען 9:00 א זייגער

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 5:20 pm
דורך יחצל
גיי וויס וואס א ק"י אינגערמאן זוכט און וומ"ס 10:00 10:30 ??

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 5:22 pm
דורך קליינע רעבעלע
יחצל האט געשריבן:גיי וויס וואס א ק"י אינגערמאן זוכט און וומ"ס 10:00 10:30 ??

געגאנגען צי א שמחה

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 5:23 pm
דורך שמואל הלוי
יחצל האט געשריבן:גיי וויס וואס א ק"י אינגערמאן זוכט און וומ"ס 10:00 10:30 ??

קען נישט זיין אז זיין שוואגער\ברודער האט געמאכט א וואכנאכט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
קליינע רעבעלע האט געשריבן:איך בין געווען פאר א שטיק צייט צירוק אין קרית יואל ביי א חתונה מיט מיין ווייב
אויפן וועג אהיים קימט צו צימיר א איד צי איך פאר אריין און שטאט?
זאג איך אים יא נאר איך האב מיין ווייב מיט מיר. ביעט ער מיר איך זאל איר פרעגען צי ער קען מיטקימען זאג איך אים אז סאיז איר שווער צי זיצען אין בעק זאגט ער אז ער האט נישט קיין פראבליעם צי זיצען אין פין אינטען
כהאב אים געזאגט אז עס קען זיין אז איך וועל מאכן א סטאפ אין מאנסי
אבער ער האט נישט נאכגעלאזט ער האט מיר אזוי דערקיטשעט אז איך האב נישט געקענט פטור ווערן פין אים למעשה האב איך אים מיטגענעמען

אזעלכע מעשיות קען זיך נאר מאכן און דער עיר החסד קרית יואל

וואס איז געווארן צום סוף? ר'האט ביהעיווט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 10:03 pm
דורך berlbalaguleh
קליינע רעבעלע האט געשריבן:דעיס איז געווען א קרית יואל'ער אינגערמאן

אגב האט ער נישט אראפ גענימען א אויג פין איר

ווער האט געדרייווט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:22 pm
דורך מים חיים
מען מעג דא אריינרעדן אויב וואוינט מען נישט אין קרית יואל?

אויב וואוינט מען אין וויליאמסבורג און מען פארט טעגליך און אפילו צוויי מאל א טאג קיין בארא פארק און צוריק, וואס דאס מיינט אדורך פארן דעם וויליאמסבורגן טריי ענגל פון היטשערס, און דורכפארן דעם בארא פארקן היטש פלאץ, דרך אגב, אין בארא פארק איז דא עטליכע פלעצער ווי מען ווארט, עס איז נישט דא קיין צענטראלע פלאץ וואס יעדער פארט אדורך, ממילא איז נישט דא קיין וויליאמסבורגער טריי ענגל. מעג מען אריינרעדן אין די נושא פון היטשעס ?

מדי דברי בו, פרוביר איך מיר פארצושטעלן צו בלומבערג מיט זיין גאטס קעגן די צעהן טויזענט הויכע הוטן, צו ער וואלט געקענט מצליח זיין צו מאכן פון דעם משולש שבווילי, א בייק לעין צו א פלאץ פאר גראז, ברבבותינו וואלט מען זיך געלאזט ארעסטירן ווי איידער משנה זיין א זיז כל שהוא פונעם מסורה....

איינער ווייסט ווי איך בין פארפארן?

אה, תכלית, מעג איינער וואס נעמט היטשעס פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק און צוריק אריינרעדן אין דעם אשכול? (וואס האב איך געטון ביז יעצט....? תיקו)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:32 am
דורך אייגענארטיג
עס דערמאנט מיר א גוט ווארט..... איינער זאגט מיר אז פון היינט און ווייטער גייט ער ענטפערן יעדע קשיא אזוי ווי א פרעזידענטשאל קאנדידאט.

שאלה: ווי אזוי פארט מען קיין בארא פארק פון ווילי.
תירוץ: א גוטע קשיא האסטו געפרעגט, און איך פריי זיך צו האבן די כבוד און זכיה דיר צו ענטפערן. אבער לאמיר קודם אנהייבן מיטן פארשטיין די היסטאריע פון בארא פארק ווער האט איר געבויעט ווער האט דארט געוואוינט. און בכלל וואס איז פשט פון דעם ישוב.


אריק. האסט געשריבן אבער גארנישט געפרעגט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:07 pm
דורך town1
א איד האט 3 סימנים ביישנים, רחמנים, גומלי חסדים, עס איז נישט קיין חיוב צו טון חסד אבער איינע פון די סימנים פון א איד איז "גומלי חסדים",

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:44 pm
דורך געפילטע פיש
יא, אבער "פאדערען" יענער זאל דיר צונעמען ביז צום טיר, אדער אויסלעשן\אנצינדען\העכער\שטילער די מיוזיק וכו' אפשאקלען א נאסע שירעם אדער רעדן הויעך אויפן פאון גייט נישט אריין אין כלל פון רחמנים און נישט אין ביישנים.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 8:01 pm
דורך town1
געפילטע פיש האט געשריבן:יא, אבער "פאדערען" יענער זאל דיר צונעמען ביז צום טיר, אדער אויסלעשן\אנצינדען\העכער\שטילער די מיוזיק וכו' אפשאקלען א נאסע שירעם אדער רעדן הויעך אויפן פאון גייט נישט אריין אין כלל פון רחמנים און נישט אין ביישנים.


מיין פוינט איז נישט אז אידן זענען רחמנים און ביישנים, און לגבי מענטשן וואס טוען אויסלעשן\אנצינדען\העכער\שטילער די מיוזיק וכו' אפשאקלען א נאסע שירעם אדער רעדן הויעך אויפן פאון, נישט יעדער וואס נעמט א היטש טוט דאס

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 7:44 pm
דורך אייגענארטיג
אבער נאך די אלע זאכן נעם איך נישט קיין טשענסעס מער. איך זאג פאר די אלע יודן וואס שטיען ביים היטש פלאץ.. "דריי דיך רעכטס דריי דיך לינקס אין שעלט צאם דיינע שכינים........

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 8:57 am
דורך שמואל הלוי
א אינגערמאן אין קרית יואל ביים ווארטן אויף א היטש (געכאפט דורך גוגל סטריט וויו)
בילד

זעהט אויס אז דער אינגערמאן האט אריינגעגעבן א קאמפלעין, און זיי האבן אפגעמעקט זיין צורה
זעהט דא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:18 am
דורך קליינע רעבעלע
berlbalaguleh האט געשריבן:
קליינע רעבעלע האט געשריבן:

וואס איז געווארן צום סוף? ר'האט ביהעיווט?


איך האב דאך געשריבען צי ער האט בעהיעווט
ער האט נישט אראפ גענעימען א אויג פין איר

ווער האט געדרייווט?

אני בעצמי