בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:08 am
דורך הוגה
אפטעמיסט האט געשריבן:3) נאכן ענדיגן שרייבן זיין הודעה, לאזט הוגה איבער אפאר ליידיגע שורות, ווארפט א פינטעל, און יאגט פון שטח. וואס איז פשט?
נישטא קיין כוונות וייחודים. ווען איך שרייב אביסל א לענגערע תגובה טו איך עס ליתן ריוח למען ירוץ בו הקורא און עס זאל נישט אויסזעהן ווי די תגובה פארט אריין אין די חתימה.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:35 am
דורך טעפל
בקיצור, בענדזעמין איז דא און האקט אריין כדרכו יעדע שטיקל צייט מיט א גוט'ס..קיפ איט אפ, לייג פינטלעך, סמיילי'ס, לייקס אבער שרייב..
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:44 am
דורך היימישער ליטוואק
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:משה געציל אמור מעט ולייק הרבה. מ'ברויך טוען למעשה לייקן דעם ליטוואק עד שיצא מאפו.
בנימין, גצוואונגנע ליבע איז קיין ליבע.
מיין הרגשה דא די גאנצע צייט איז אז קיינער איז נישט פאראינטערסירט אין וואס איך שרייב/זאג/טראכט.
איר קענט זען אין אנדרע אשכולות וואו אנדרע ווערן דערמאנט, א שטייגער פון מסכמי סיכומים, און מיין נאמן ווערט פארפעלט.
מיינע בויך שמערצן בלאנגן אפשר נישט אין דעם "שמייכל" אפטיילונג, אבער איך האב נישט גטראפן דעם "פראון" סעקשין...
אין עני קייס, אייערע אהבת חינם אפילו צו איינער וועלכער איז נישט פונקט ווי אייך, דאוונט אן אנדער נוסח, לעבט אין א סלאיטלי אנדערשע קולטור דארף א פארבעסרונג.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:49 am
דורך אפטעמיסט
ליטוואק, איך נעם מיך אונטער צו לייקן דיינע הודעות- יעדעס איינס אן אויסנאם, אבער טו א טובה, הער שוין אויף שרייבן מיט בלויע טינט. ס'קריכט מיר אויפן נערווען.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:53 am
דורך מאראנצןזאפט
Ouch!
דער היימישער פראקט אונז אויס אויפן נאקעטן לייב. אוי ווי סציפט. איי דאנט נאו, כהאב אלעמאל אים אנגעקוקט ווי פון די עליטע דא.
וואס טוט מען דא ווייטער?
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 10:04 am
דורך טעפל
היימישער ליטוואק האט געשריבן: אין עני קייס, אייערע אהבת חינם אפילו צו איינער וועלכער איז נישט פונקט ווי אייך, דאוונט אן אנדער נוסח, לעבט אין א סלאיטלי אנדערשע קולטור דארף א פארבעסרונג.
נישט פון היינט!
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 7:38 pm
דורך הילל
היימישער ליטוואק
קודם כל, כאפסט נישט אז עס איז א גרויסע זכיה אז בענדזשאמין פרענקלין האט געעפנט א אשכול וועגן דיר. עס מאכט נישט אויס די טעם פארוואס, עס מעג אפי' זיין קריטיק אויף דיין בלויע פעדער, אבער פאבליסיטי איז נאך אלץ פאבליסיטי, כידוע. א נארישן ניק'ל וואלט ער נישט געגאנגען קריטיקירן. אבער אז דער "טיימס" טוט עפעס מאדנע, אפי' א קלייניגקייט, כאפט זיך יעדער ארויף דערויף. די זעלבע אז א ליטוואק הייבט אן שרייבן מיט א בלויע פעדער, ווייסט יעדער אז עס קען ליגן אונטער דעם א גאנצע פלפול...
וועגן די צאל לייקס, מאכט נישט אויס צי יענער לייקט צי נישט. אפשר איז עס דער חסרון פון יענע וואס כאפן נישט די טיפקייט אדער שיינקייט פון א ליטווישע תגובה... און בכלל, זעסטו דען ווייניג מאל ווי א הערליכע תגובה קען באקומען דריי לייקס בשעת א קומענדיגע תגובה וואס באשטייט פון איין שורה ליצנות קען באקומען צען לייקס? דאס מאכט נישט ווייניגער דעם ערשטן תגובה, עס מאכט אפשר בלויז ווייניגער די לייק-געבערס... און אפשר דאס אויך נישט, עס ווייזט בלויז די נאטור פון מענטשן און יעדער גלייכט עפעס אנדערש און יעדער גלייכט אנדערע צייטן ווען צו ארויסווייזן זייער לייקינג.
אגב, זעענדיג אז דו רעדסט זיך אפ האב איך א קוק געטון צי איך בין אויך שולדיג דערין, שטעלט זיך ארויס אז איך האב דיך שין געלייקט אכט מאל... איז קודם האסטו פרוף ווי שטארק איך שעץ דיך... נאר אינטרעסאנט איז געווען ווען ביים נאכקוקן אין די לייקס בלעטל באמערק איך אז דו האסט מיר נאר געלייקט איין מאל! אבער בין איך דען יעצט באליידיגט? אבסאלוטלי נישט. האלט איך יעצט אז דו האסט נישט ליב מיינע תגובות? ניין (אפילו עס קען זיין אז כ'בין זיך טועה...). נאר זעסטו אז כך דרכה של שטיבלעך, אמאל לייקט מען און אמאל נישט, און עס מיינט נישט אז מען שעצט נישט דיינע רייד.
סך הכל, מיר דארפן דיך האבן, דייווערסיטי איז זייער וויכטיג, און אלע שעצן דיך. אפשר ליידן גאר טייל חסידים פון א "אינפיריאריטי קאמפלעקס" קעגן די ליטוואקעס און קענען זיך נישט ערלויבן דיר צו שענקען צופיל לייקס... צוקראץ דיך נישט און האלט דיך פעסט. ביסט א "גברא" מיט אלע מפוירשים.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 8:22 pm
דורך מאטי
הילל איך לייק דיר נישט אויף דיין תגובה, בלויז ארויסצואווייזן סאלידעריטעט מיט היימישער. דאס געזאגט... איך בין דער ליצנות תגובה וואס קומט נאך דיין תוכנ׳דיגער תגובה, העמיר זען וויפיל לייקס איך באקום ..
שוין כ׳האבעס אפגעהארגעט...
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:10 am
דורך איינגעמיירעט
היימישער.
איך אומפאפלערער ק״ש ניק האב שטארק ליב דיינע תגובות,איך האלט אז די שרייבסט זייער אייגענארטיג,און די שרייבסט וואס די האלטסט באמת,די שרייבסט ערענסט,און ארויס פון דיין פערסאנאליטי.
למעשה רוב פאפולערער שרייבערס דא זענען געבענטשט מיט גוטע פעדערס, און מיט א געזונטע חוש ההומור.
און דער עולם פלאצט אויס פון דעם תגובה און שענקט א לייק, מיינט אבער נישט אז ווען די שרייבסט א פלעינע אבער תוכנדיגע תגובה,ביסטו נישט מהנה דעם עולם דא.
אויך איך האב שוין כמה פעמים געוואלט אויפהערן שרייבען דא,
איך קום דיך אהער זיך צו סאישעלייזעין, אבער אסאך מאל שפיר איך מיך נישט אזוי באקוועם דא, איך פלעג שרייבען אמאל אויף איי, דארט האב איך געהאט אסאך אוהבים, אבער ווער דארף זיי, למעשה דא האב איך הנאה פון די תוכן פון אסאך פון די שרייבערס, ממילא קום איך צוריק דא, איך עקספעקט נישט קיין סאך אוהבים פון דא ווייל א שיינע חלק פון די שרייבערס טראכטען נישט די זעלבע וועג ווי מיר, אבער נאך אלעם enjoy איך דעם פלאץ.