בלאט 2 פון 5

Re: מציצה בפה סאמאטוכע פארשטערקערט: נאך פעלער באריכטעט

נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2012 5:30 pm
דורך איינער
יידל האט געשריבן:די טומל איבער די מעדעצינישע פראבלעמען וואס מציצה בפה ברענגט לויט די דאקטוירים ווערט פארשטערקערט. די פארווערטס מעלדט פון נאך הערפיס באטראפענע. ווי די דאקטוירים טענה'ן קומט דאס פון מצב"פ. http://m.forward.com/articles/153089/tw ... ision-rite

אזוי ווי איך האב געשריבן אויבן, דער פראבלעם איז אסאך מער פארשפרייט ווי מען מיינט.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 12:15 pm
דורך נח געציל
אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט צוגעברענגט די נייעס, שוין דריי טאג אלט:
http://www.vosizneias.com/103092/2012/0 ... -negative/

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 5:23 pm
דורך פארווע
נח געציל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט צוגעברענגט די נייעס, שוין דריי טאג אלט:
http://www.vosizneias.com/103092/2012/0 ... -negative/

כנראה דארפט איר זיך אביסל מער דרייען דא צו כאפן אז דאס איז בכלל נישט קיין מציאה דא, עניטינג פארקערט איז אפרישיעיטעד.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 7:34 pm
דורך [NAMELESS]
פארווע האט געשריבן:
נח געציל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט צוגעברענגט די נייעס, שוין דריי טאג אלט:
http://www.vosizneias.com/103092/2012/0 ... -negative/

כנראה דארפט איר זיך אביסל מער דרייען דא צו כאפן אז דאס איז בכלל נישט קיין מציאה דא, עניטינג פארקערט איז אפרישיעיטעד.

איי געס אז די מענטשען וואס וואלטען עס געדארפט צוברענגען - אזוי ווי חברינו ר׳ פארווע, האבן מחליט געוועהן אז זיי ווערן אפענדעד ווען איינער זאגט אנדערש ווי זיי און נעמען פשוט נישט אנטייל אין די דיסקאשען.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 7:40 pm
דורך לאדיך אפ
ראשעקאל האט געשריבן:

:like

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 7:49 pm
דורך פארווע
לאדיך אפ האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:
פארווע האט געשריבן:
נח געציל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט צוגעברענגט די נייעס, שוין דריי טאג אלט:
http://www.vosizneias.com/103092/2012/0 ... -negative/

כנראה דארפט איר זיך אביסל מער דרייען דא צו כאפן אז דאס איז בכלל נישט קיין מציאה דא, עניטינג פארקערט איז אפרישיעיטעד.

איי געס אז די מענטשען וואס וואלטען עס געדארפט צוברענגען - אזוי ווי חברינו ר׳ פארווע, האבן מחליט געוועהן אז זיי ווערן אפענדעד ווען איינער זאגט אנדערש ווי זיי און נעמען פשוט נישט אנטייל אין די דיסקאשען.

:like

:like :like

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:29 pm
דורך איינער
נח געציל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט צוגעברענגט די נייעס, שוין דריי טאג אלט:
http://www.vosizneias.com/103092/2012/0 ... -negative/

שכוח פאר די לינק. ווען עס איז נישט הערפיס, קומט די אמת ארויס, אנדערש ווי אמאל ווען מען האט נאכנישט געקענט מאכן די טעסטן.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 1:52 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:הג״ר שמואל קאמינעצקי זאגט אז מ׳זאל נאר מאכן מציצה בכלי:
http://www.vosizneias.com/103728/2012/0 ... ne-orally/

נישט ריכטיג, ער זאגט אז מ'זאל מאכן מציצה בפה בהפסק כלי. יחי ההבדל הקטן.

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:42 am
דורך יידל
רבי שמואל קאמינעצקי ציט האלבוועגס צוריק פון וואס ער האט געזאגט איבער מציצה בפה http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=123257

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:45 am
דורך שמואל הלוי
אין קורצן: א פליטת הפה איבער מציצה בפה...

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:47 am
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:אין קורצן: א פליטת הפה איבער מציצה בפה...

:like איך גיב דיר טאקע א לייק, אבער ס'קומט זיך דיר מער ווי סתם א לייק...

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 7:24 pm
דורך חד גדיא
יידל האט געשריבן:רבי שמואל קאמינעצקי ציט האלבוועגס צוריק פון וואס ער האט געזאגט איבער מציצה בפה http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=123257

ס׳זעט אויס ווי א פשעטל אין זיינע אייגענע ווערטער, ניין?

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:18 pm
דורך איינער
יצחק פישער, האט יא הערפיס...

http://www.thejewishweek.com/news/break ... ments_show

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 2:47 pm
דורך דבילה
קומענדיקע רעדע פונקטן פאר מציצה בפה שטיצערס:
למאי נפק"מ אז מר. פישער האט הערפיס? איז עמיצן נוגע אז א קינד באקומט הערפיס? ווען הערפיס וואלט ווען געווען אזא געפערליכע נושא וואלטן אסאך מער קינדער דערפין ניזק געווארן און ווי מיר ווייסן איז דא אזויפיל קינדער וואס ווערן אנגעשטעקט מיט הערפיס און דאך איז כמעט קיינער פון זיי נישט אריין בגדר סכנה! דאס איז מכריח אז די פראבלעם וואס די גע'ניזק'טע קינדער האבן יא געהאט איז געבינדן מיט אנדערע אנשטעקינגען - אפשר טאקע פון די סארט וואס נאר די שפיטעלע געבן! פון היינט און ווייטער וועט מען מאכן א תקנה אז סיי וועלכע קינד וואס באקומט היץ נאך א ברית זאל נאר באהאנדלט ווערן אין חרד'יש קאנטראלירטע אינפימעריס!

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 2:36 pm
דורך קול גדול
א מוהל האט אפגעשניטן א דריטל פון א תינוק'ס איבר מין:
http://www.nrg.co.il/online/1/ART2/359/ ... 402&loc=49

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 2:40 pm
דורך שמואל הלוי
קול גדול האט געשריבן:א מוהל האט אפגעשניטן א דריטל פון א תינוק'ס איבר מין:
http://www.nrg.co.il/online/1/ART2/359/ ... 402&loc=49

יישר כח פארן ברענגען די נייעס, אבער דאס קומט לדעתי אין קורצע נייעס אשכול.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 9:48 pm
דורך דבילה
יאנקל האט געשריבן:די רעגירונג האט היינט ארויסגעגעבן אירע רעקאמענדאציעס וועלכע זענען שטרענג קעגן מציצה בפה צוליב באווייזן פאר א ריזיקע פאר הערפיס.
http://www.nyc.gov/html/doh/html/pr2012/pr017-12.shtml

האמיר שוין געמיינט אז די איינציגע פראבלעם איז די אינטער-נעט. ווי וואגן זיך די אלטע פראבלעמען צו הייבן די קעפ!

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 7:29 pm
דורך שלמה_דיין
ה' ירחם וואסארא אומגליק ווארט אונז אפ. ווען איך קען ווען משכנע זיין מיינע קאלעגע רבנים וואלטן מיר ארויסגעגעבן א היתר אויף מציצה בכלי אפצוהאלטן די קומענדע גזירות פון די אומות העולם וואס קען אונז ליידער אפווארטן!

קיינער האט אין דעם נישט קיין ספק אז א איד וואס איז ג'מל'עט און געמאכט מציצה בכלי איז אן אויסגעהאלטענע נימול און דארף נישט קיין הטפת דם וכדו'. ווער זענען דאס אונזערע גרויסע חכמים וואס זענען אזוי זיכער מיט זיך אז שטעלן א הארט נעקיגע מערכה וועט נישט האבן שטארקע נאכווייען? מי יודע וויפול מיר וועלן נאך איין טאג מוזן זיך שלאגן אז די גאנצע ענין פון ברית מילה זאל נישט ווערן גע'אסר'ט מטעם המלכות נאר ווייל מיר גייען מיט'ן קאפ אין וואנט אריין ווען ס'קומט צו מציצה. און אויב זענען די עסקנים יא אזוי זיכער מיט זיך אז טראץ דעם איסור וואס קען קומען אויף מילה וועט דאס קיינמאל נישט מצליח זיין צוליב אונזערע מסירת נפש, ווער האט דען געמאסטן וויפול פון די אידן וואס זענען קוים אידן אבער דער מצוה פון ברית מילה האלטן זיי שטארק אן, וויפול פון זיי וועלן יעצט שוין טראכטן, אפשר נישט?

אבער די אמת'דיקע סיבה ווייסן מיר אלע. די רבנים האבן נישט קיין אייגענע דעה אין קיין שום נושא. דער רב וויל נאר זיכער מאכן אז דער אדער יענער עסקן וועט עם נישט טעראריזירן ווייל ער האט אנדערש געזאגט ווי וואס דער אדער יענער האט זיך געראכטן! אפילו אויב רוב רבנים וועלן זיין זיכער אז מציצה בכלי איז די מער ריכטיגע מהלך, סיי אלץ די אמת'ע רפואה זארגן, סיי אלץ די חשש פון איבה און אנרייצן די מלוכה אינסטאנצן, סיי אלץ פארפיינטן די חרד'ישע לעבנסשטייגער ביי אנדערע שיכטן פון כלל ישראל, וועט זעלטן געטראפן ווערן א רב וואס זאל האבן די פלייצע צו זיין א דעה אויף לינקס אין א נושא ווי די זעלבסט געקרוינטע עסקנים און דואגים למען היודישקייט של הציבור האבן זיין ארייגעגראבן די ד"א פיסלעך.

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 9:26 am
דורך לעמיל
איינער האט מיר געשיקט אין טעקסט אז מ'האט געטראפען אין ארץ ישראל א מוהל וואס איז שוין א מוהל פאר 14 יאר אין די אלע וואס ער איז געוועין מוהל ביי זיי האבען נאך נישט קיין קינדער....... אשפג

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:55 am
דורך עלם ועלמיא
פרישה מציצה בפה סקאנדאל אין בלגיה, אויך אין ניו יארק?

https://www.timesofisrael.com/antwerp-r ... mouth/amp/

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:57 am
דורך עלם ועלמיא

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:36 pm
דורך [NAMELESS]
איז ער בכלל א מאן דאמר?

Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:11 pm
דורך עלם ועלמיא
ניין איז נישט קיין ״מאן דאמר״
די גזירת החינוך איז אבער אדורך אין אנטוורפן אין די גזירת השחיטה איז אויך אדורך אין בלגיה