בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 6:07 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:נעקסט שאנס פאר רעגן אין ניו יארק סיטי איז דעם קומענדיגן מיטוואך, דערנאך וועט ווארשיינליך זיין א ברעיק פאר קרוב צו א וואך, דהיינו ביז דינסטאג אדער מיטוואך דברים.

למעשה קוקט אויס ווי ס'וועט יא רעגענען פאר קומענדיגע דינסטאג אדער מיטוואך, ס'איז דא א מעגליכקייט אז פרישע גאר העפטיגע רעגענעס וועלן אראפקומען אין ניו יארק סיטי במשך פרייטאג.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 6:17 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:גאר העפטיגע גשמי ברכה האבן זיך אראפגעלאזט דעם נאכמיטאג אין די ניו יארק סיטי געגנט, און עס איז נאך נישט פארטיג, עס האלט נאך אינדערמיט.

דערווייל איז שוין געפאלן נאנט צו צוויי אינטשעס היינט אליין, ברעכענדיג די רעקארד פארן היינטיגן טאג וואס איז געשטאנען ביי 1.59 זינט 2007.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 7:04 pm
דורך chosen people
[img]f[/img]

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 7:27 pm
דורך שמואל הלוי
ווי איז די בילד?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:11 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:ווי איז די בילד?

זעט אויס ווי די BQE

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:04 am
דורך שמואל הלוי
דאס ווייס איך, איך פרעג נאר ווי ס'כאפט (אויף קול מבשר האב איך געהערט אז נעבן די עקסיט צו קווינס בולעווארד איז געווען אפגעשפארט)

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:10 am
דורך שמואל הלוי
די שטארקע רעגענעס נעכטן אין ניו יארק סיטי האט צוריק נענטער געברענגט צום צאל רעגן פאר די צייט פון יאר, לעת עתה איז מען אפגעריקט מיט 6.61 אינטשעס, אבער פאר די מאנאט פון יולי איז מען שוין א משהו איבערוואגיק ווען אלעס אינאיינעם איז שוין דעם מאנאט געפאלן 2.67 אינטשעס, און די נארמאלע צאל פאר ביז דעם דאטום איז 2.55 אינטשעס.

נאך אביסל רעגן איז ערווארטעט היינט נאכמיטאג, און היינט ביינאכט, און אויף מארגן פרייטאג איז ערווארטעט שווערע רעגענעס.

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 4:28 pm
דורך נאמען
:cry: שמואל האסט אינז שוין לאנג נישט updated

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 4:45 pm
דורך שמואל הלוי
סענטראל פארק ענדיגט די מאנאט פון יולי מיט 4.21 אינטשעס רעגן (חוץ אויב ס'וועט נאך אביסל צורעגענען ביז היינט 12:00 אויפדערנאכט), וואס איז מיט 0.39 פון א אינטש ווייניגער ווי די נארמאלע דורכשניט פאר דעם חודש, און איז מיט 7.12 אינטשעס ווייניגער ווי נארמאל.

אזוי אויך איז די מאנאט פון יולי געווען מיט 2.3 דעגרי ווארעמער ווי נארמאל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 4:10 pm
דורך שמואל הלוי
די מאנאט פון אוגוסט האט זיך אנגעהויבן מיטן רעכטן פיס, היינט איז דערווייל שוין געפאלן 0.63 פון א אינטש אין סענטראל פארק, און נאך רעגן איז אויפן וועג.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:14 pm
דורך שמואל הלוי
אין די לעצטע שעה צוויי איז צוגעקומען 0.20 פון א אינטש אין סענטראל פארק.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:19 pm
דורך שמעקעדיג
אזוי ווייניג? עס האט דאך גע'מבול'ט איבער א שעה!

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:21 pm
דורך שמואל הלוי
מן הסתם אין ברוקלין איז געווען מער, ביי די סארט זומער'דיגע שטורעמס, קען זיין א גרויסע חילוק פון איין פלאץ צו די צווייטע.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 2:29 am
דורך שמואל הלוי
למעשה איז סך הכל געפאלן 0.22 פון א אינטש, און מ'איז יעצט אפגעריקט פונעם נארמאלע צאל רעגן פאר די צייט פון יאר מיט 7.07 אינטשעס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 11:04 am
דורך שמואל הלוי
היינט איז מען שוין מיט 7.37 אינטשעס אפגעריקט פון די נארמאלע צאל רעגן פאר די צייט פון יאר, נארמאל וואלט מען געדארפט איצט האלטן ביי 29.92 אינטשעס, דערווייל האלט מען בלויז ביי 22.55 אינטשעס זינט יאנואר 1.

אין די קומענדיגע פאר טאג דאס הייסט פון מארגן דאנערשטאג ביז מוצ"ש איז ערווארטעט רונדעס פון שווערע רעגענעס פון צייט צו צייט, וואס קען מעגליך ברענגען פרישע עטליכע אינטשעס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 11:49 am
דורך שמואל הלוי
היינט איז מען שוין מיט 7.52 אינטשעס אפגעריקט, אבער שפעטער נאכמיטאג צו ביינאכט איז ערווארטעט א טאנדער סטורעם, און אזוי אויך מארגן און שב"ק.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 11:50 am
דורך שמואל הלוי
די ערשטע 8 טאג פון אוגוסט איז געווען גאנץ ווארעם אין ניו יארק סיטי, ס'איז געווען מיט 3.1 דעגרי (איבער דריי גראד) ווארעמער ווי געווענדליך.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:06 am
דורך שמואל הלוי
האלטענדיג 14 טאג אין אוגוסט, איז נאך אלס אין דורכשניט מיט 3 גראד ווארעמער ווי געווענדליך.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:07 am
דורך שמואל הלוי
אינעם היינטיגן טאג איז מען שוין מיט 7.99 (כמעט אכט אינטשעס) אפגעריקט פונעם נארמאלן רעגן צאל פאר די צייט פון יאר.

היינט איז ערווארטעט נאך גשמי ברכה, וואס קען מעגליך ברענגען א פרישע אינטש.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:43 pm
דורך שמואל הלוי
דערווייל איז אין סענטראל פארק געפאלן היינט קוים 0.01 פון א אינטש (א הונדערסטל פון א אינטש), אבער אין לאגווארדיע עירפארט איז געפאלן אביסל מער 0.05.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:36 pm
דורך משה רוקח
עט דיס טיים מיין איך איז מען שוין איבערגעשטיגן דעם געווענליכן רעגן פאר דעם צייט אין יאר. אזא רעגן געוועהן היינט WOW!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:39 pm
דורך שמואל הלוי
ניין, בכלל נישט.

די העווי רעגענעס זענען געווען בעיקר קאנצעטרירט איבער טיילן פון ברוקלין און קווינס, אבער די אפציעלע חשבון ווערט געהאלטן אין סענטראל פארק, ווי ס'איז דערווייל היינט געפאלן אביסל ווייניגער ווי א פערטל אינטש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:16 pm
דורך שמואל הלוי
יעצט רעגנט גאר שטארק אין סענטראל פארק, באלד וועלן מיר שרייבן אי"ה וויפיל ס'איז געפאלן.