בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 4:42 pm
דורך מבקר
איחוד פעלד האט געשריבן:וואס איז שלעכט אויב דער טלית קטן איז א שירצעל. וכי קדושה יש בו?

ועוד יותר מזה, דוקא די חסידישע חזירים ניצן די טלית קטן אלס א שמאטע פאר די גלעזער. (וזה מותר להלכה)

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 6:08 pm
דורך איחוד פעלד
און ווען ר' יודעל ראזענבערג ע"ה פלעגט ניצען דער טלית קטן אנצווישען דער טיש....

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 9:49 pm
דורך [NAMELESS]
די גלעזער זענען דאך א חפץ של קדושה וייל סאיז מלכתחילה געמאכט געווארן אויף אריינצוקוקען אין די הייליגע קליינע אותיות ממילא איז די שענסטע אין חשובסטע זאך פאר דער וואס פארשטייט אז סאיז דא א גרויסע עניין צו אפווישען מיט די ציצית די גלעזער

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 10:54 pm
דורך איינער
א וועסטיל איז געווען אמאל א מאדערנע זאך, די העכערע קלאס מענטשן זענען געגאנגען מיט א וועסטיל, וועגן דעם גייען די עלטערע חסידישע אידן אן דעם מאדערנען וועסטיל, אבער רוב עמך חסידים גייען יא, וויבאלד דא איז אן אלטע מאדע וואס ווי אנדערע חסידישע בגדים איז עס שוין געווארן מקובל דור דור.

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 11:12 pm
דורך מבקר
איינער האט געשריבן:א וועסטיל איז געווען אמאל א מאדערנע זאך, די העכערע קלאס מענטשן זענען געגאנגען מיט א וועסטיל, וועגן דעם גייען די עלטערע חסידישע אידן אן דעם מאדערנען וועסטיל, אבער רוב עמך חסידים גייען יא, וויבאלד דא איז אן אלטע מאדע וואס ווי אנדערע חסידישע בגדים איז עס שוין געווארן מקובל דור דור.

ריכטיג, אזוי גייט עס, קודם איז עס א מאדע, און ס'איז פסול. נאך וואס ס'כאפט זיך שטארק אריין ווערט עס מותר. דערנאך ווען ס'גייט ארויס פון סטייל ווערט עס פארהייליגט.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 3:04 am
דורך [NAMELESS]
מבקר האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:א וועסטיל איז געווען אמאל א מאדערנע זאך, די העכערע קלאס מענטשן זענען געגאנגען מיט א וועסטיל, וועגן דעם גייען די עלטערע חסידישע אידן אן דעם מאדערנען וועסטיל, אבער רוב עמך חסידים גייען יא, וויבאלד דא איז אן אלטע מאדע וואס ווי אנדערע חסידישע בגדים איז עס שוין געווארן מקובל דור דור.

ריכטיג, אזוי גייט עס, קודם איז עס א מאדע, און ס'איז פסול. נאך וואס ס'כאפט זיך שטארק אריין ווערט עס מותר. דערנאך ווען ס'גייט ארויס פון סטייל ווערט עס פארהייליגט.

יש מקום לומר אז די מהלך איז ריכטיג אין אזוי איז ווען די מאדע ווערט א חלק פון דעם סטייל אין ווערט אויפגעכפט בצד הקדושה דאס בכלל נישט אזוי אפגעפרעגט אין די מאמר החכם איז ״אזוי וי עסט גוי׳אישט זיך אזוי יודיש׳ט זיך״ אין דאס באקומט א חלות פון קדושה אין דאס ווערט א חלק פון דעם עכטען יודישע לבוש
אינטרסאנט אז כ״ק מרן מהר״ש השני מבאבוב זי״ע האט נישט געוואלט גייען מיט דעם וועסטל מטעם הכמוס עמו

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 11:48 am
דורך געפילטע פיש
וויאזוי פונקטליך ארבעט דאס? קענסט מיר אויסלערנען די פראצעדור? איך וויל אויפכאפן סעסעמי טשיקן אריין אין צד הקדושה, ס'זאל ווערן א חלק פון די "עכטע יודישע" מאכלים. קענסט מיר ארלעדיגן אזא חלות פון קדושה פאר א טאג צוויי?

שקויעך.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 2:56 pm
דורך מ גפני
איינער האט געשריבן:א וועסטיל איז געווען אמאל א מאדערנע זאך, די העכערע קלאס מענטשן זענען געגאנגען מיט א וועסטיל, וועגן דעם גייען די עלטערע חסידישע אידן אן דעם מאדערנען וועסטיל, אבער רוב עמך חסידים גייען יא, וויבאלד דא איז אן אלטע מאדע וואס ווי אנדערע חסידישע בגדים איז עס שוין געווארן מקובל דור דור.

ווער געדענק דען נישט ראטה קלאדינג פלעגט נישט מאכן קיין וועסטליך - מסתם פאר די סיבה

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 3:33 pm
דורך לית דין בר נש
איינער האט געשריבן:א וועסטיל איז געווען אמאל א מאדערנע זאך, די העכערע קלאס מענטשן זענען געגאנגען מיט א וועסטיל, וועגן דעם גייען די עלטערע חסידישע אידן אן דעם מאדערנען וועסטיל

וואס מיינט אמאל?
איך האף אז די רעדסט נישט פון די לעצטע הונדערט פיפציג יאר ווייל אז יא האקסטו א טשייניק.
די הייליגע צאנז'ע רב איז געגאנגען א וועסטיל,
און איך ווייס נישט פון וועלכע אלטע חסידישע אידן די רעדסט אבער די חסידישע אידן וואס איך האב גיקענט וואס זענען שוין נישט דא מיט אונז אריבער דרייסיג יאר זענען יא געגאנגען וועסטלעך.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 3:34 pm
דורך לית דין בר נש
מ גפני האט געשריבן:ווער געדענק דען נישט ראטה קלאדינג פלעגט נישט מאכן קיין וועסטליך - מסתם פאר די סיבה

איך גידענק נישט! אפשר דערמאנסט די מיר פון וועלכע יארן די רעדסט

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 3:36 pm
דורך מ גפני
די מ' יארן

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 3:39 pm
דורך לית דין בר נש
אם סאר"י אבער עס דאכט זיך מיר אז די ביסט זיך טועה איך האב נישט אייביג געקויפט נאר ביי ראטה אבער איך בין אסאך גיוועהן ביי זיי און איך מיין זיי האבן יא פארקויפט.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 10:31 pm
דורך איחוד פעלד
זיי פלעגען צו רעכענען עקסטערע פארען וועסט.

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 12:46 am
דורך שמעקעדיג
איי ראטה קלאדינג.... געשמאקע מעמאריס...

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 11:29 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:וויאזוי פונקטליך ארבעט דאס? קענסט מיר אויסלערנען די פראצעדור? איך וויל אויפכאפן סעסעמי טשיקן אריין אין צד הקדושה, ס'זאל ווערן א חלק פון די "עכטע יודישע" מאכלים. קענסט מיר ארלעדיגן אזא חלות פון קדושה פאר א טאג צוויי?

שקויעך.

געפילטע פיש: הער אויס. דו עס קודם. אויב דו האסט ליעב (כ'הא געמיינט אז דו ביסט נישט קיין אינגערישער.) א געוויסן מאכל, עס געזינטערהייט. אויב עמיצער פרעיגט, קענסטו איהם זאגן אז דער זיידע דער הייליגער בוידעם-קראצער, אדער שאראש-פאטיק'ער רבי זכותו יגון עלינו ועל כל ישראל, האטציך אויך געפיהרט צו עסן דעים מאכל... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :) ;) :( :o

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 11:38 am
דורך געפילטע פיש
אבער איך וויל זיך נישט הענגן באילן גדול, נאר איך וויל אריינברענגן א נייע מאכל צום צד הקדושה, ס'זאל זיין א "עכטע" אידישע מאכל. די שאלה איז נאר וואס די פראצעדור איז, שופרות? טונקען די סעסימי כפרה אין חברה קדישא מקוה? שווארצע ליכט? אפשר גאר אריינלייגן אזוב גראז אינעם ריצעפט?

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 11:44 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:אבער איך וויל זיך נישט הענגן באילן גדול, נאר איך וויל אריינברענגן א נייע מאכל צום צד הקדושה, ס'זאל זיין א "עכטע" אידישע מאכל. די שאלה איז נאר וואס די פראצעדור איז, שופרות? טונקען די סעסימי כפרה אין חברה קדישא מקוה? שווארצע ליכט? אפשר גאר אריינלייגן אזוב גראז אינעם ריצעפט?

אבער ביי אונז היימישע חסידיש'ע אידן איז די גרעסטע סגולה אז דער הייליגער זיידע זכותו יגון עלינו, האטציך אויך אזוי געפיהרט. מעיג עס זיין א קעיגן שולחן ערוך. און דער זיידע האט געקענט זיין א גראבער יונג. אבער אויב ער האטציך אזוי געפיהרט, ספעציעל אויב ר'איז געקומען אין חלום און געהייסן אזוי פיהרן, איז עס הייליג... :? :lol: :x :P :oops: :roll: :oops: ;) :o

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 7:36 pm
דורך מ גפני
שמעקעדיג האט געשריבן:איי ראטה קלאדינג.... געשמאקע מעמאריס...

אה אבי נאך איינער געדענק וואס איך געדענק

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:18 am
דורך דער שכן
שמעקעדיג האט געשריבן:איי ראטה קלאדינג.... געשמאקע מעמאריס...


ר' ליפא דער פעדדינג סוחר.. ער פלעגט אללעס פאריכטן מיט אריינרוקן איין shoulder-pad נאך די אנדערע. איי איז ער געווען צוקער זיס. נאך אויף קיעפ סטריט און נאכדעם אויף פען סטריט אויזער די אידישע געיגענט. :)