בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 8:53 pm
דורך גאנצל
ווער האט דא געהייסן די אראבער זאלן לאנג לעבן ? זאלן זיי אלע אייננעמען א מיתה משונה ווי שנעלער
וד' ינקום דמי אחינו דרור חנון וואס ס'איז געהרגט געווארן על מזבח הציוני
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 10:12 am
דורך עפל סיידער
איך אויך האט געשריבן:און די אראבערס זאלן לאנג לעבן הא? אנטיסעמיט דו.
פארוואס ווען איינער לאזט א טרער אויפען צאל קרבנות וואס די ציוניסטישע אומגליק האט שוין אפגעקאסט ר''ל, ווערט מען אזוי ווילד און מען מאכט שוין פשעטאלאך, וויין מיט ביטע אויף די פארגאסענע בלוט ד' ירחם.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 12:46 pm
דורך בר דעת
חמורים, ווי קומט דא אריין ציונים? אראבער האבן אים געהרגעט, ווי קומט יעצט אריין ציונים? טיפשות האט נישט קיין גבול?
סעמפטבער עלעווען קרבנות וועט איר זאגן "געהרגעט אויפן מזבח האמריקאני הי"ד?" אדער אויף מנחם שטארק על מזבח הסאטמארי?
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 1:38 pm
דורך סמבטיון
אין לנו אלא דברי פראפעסער שפירא, ווי ווייטאגלעך עס הערט זיך, ליגט דערין ליידער אמת'ע פאקטן, ביי געוויסע סאטמערע רשעים ארורים, הערשט א געוויסע שמחה פנימות ווען א יוד ווערט ה"י געהארגעט אין ארץ ישראל דארך די אראבער ימ"ש, וויייל אזוי ווערט שטערקער די רעבס ווערטער.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 1:47 pm
דורך שמעקעדיג
איך זוך נישט דא צו פארענטפערן קיינעם, אבער ענק פארשטייען טאקע נישט וואס גאנצל שרייבט? אדער ענק מאכן זיך?
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 1:49 pm
דורך סמבטיון
ניין איך פארשטיי נישט! אפשר ביזטו מיר מסביר ווי די ציונים קומען דא אריין?
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 2:27 pm
דורך גאנצל
סמבטיון האט געשריבן:אין לנו אלא דברי פראפעסער שפירא, ווי ווייטאגלעך עס הערט זיך, ליגט דערין ליידער אמת'ע פאקטן, ביי געוויסע סאטמערע רשעים ארורים, הערשט א געוויסע שמחה פנימות ווען א יוד ווערט ה"י געהארגעט אין ארץ ישראל דארך די אראבער ימ"ש, וויייל אזוי ווערט שטערקער די רעבס ווערטער.
איך פריי מיך ? דו פרייסטוך אז מ'קען יעצט זאגן און וויינען מיט קראקאדיל טרערן אז מ'דארף הרגנען די אראבער פארשטייסטו מיר ?
איך ווייטאג נעבעך אויף די קרבן וואס ס'איז נעבעך געפאלן א רחמנות אויף זיינע זיסע לעכטיגע קינדער וואס זוכן נעבעך זייער טאטע אבער דו נעמסט אים פאר א קורדום לחתור ווייטער צו קענען זיך שלאגן מיט די אראבער און
מרבה זיין די אנטי סעמיטיזעם אויף די וועלט איך בין די רשע ?
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 2:28 pm
דורך גאנצל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זוך נישט דא צו פארענטפערן קיינעם, אבער ענק פארשטייען טאקע נישט וואס גאנצל שרייבט? אדער ענק מאכן זיך?
דו האלטסט טאקע איין מינוט אז ער פארשטייט טאקע נישט ?
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 3:07 pm
דורך עפל סיידער
א איד וואס האלט אז סאטמאר פרייט זיך מיט די הריגה פון אידען, פארשטייט טאקע נישט ווי עס קומט דא אהער ציונות זיי האלטען עס איז עפעס א פארצייטישע סארט עבירה וואס האט שוין עקספייערט.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 3:24 pm
דורך ישמעאל הכהן
און אויב וואלט א סאטמארער איד אין בני ברק אומגעקומען ח''ו, אויף וועלכע מזבח וואלט דאס געווען?
הערטס אויף ניצן דעם רבי'ן פאר ענקער פארטייאישע נצחונות. נישט דאס איז דער רבי געווען, און ענק ווייסן נישט וואס טוט זיך אויבן.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 4:34 pm
דורך גאנצל
אויב א סאטמארע איד גייט אוועק פון א ראקעט איז עס פונקט אזוי על מזבח הציוני, אויב איז דאס נישט געווען די רבי דעמאלט נעמט אייך לערנען פלייסיגער דעם ויואל משה
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 4:37 pm
דורך ישמעאל הכהן
גאנצל האט געשריבן:אויב א סאטמארע איד גייט אוועק פון א ראקעט איז עס פונקט אזוי על מזבח הציוני
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 5:02 pm
דורך עפל סיידער
ישמעאל פארוואס ברויכסטו סתם אזוי אטאקירען על לא דבר א חסיד פון א רבי'ן וואס איז נישט לפי דיין גישמאק.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 5:23 pm
דורך סמבטיון
ווייל דע ווארט איז נישט צי עס איז מיין געשמאק צי נישט, עס קומט פשוט צו ברעכען פון ענקער אויפגעריסענע שנאה צו יעדע יוד וואס האט א שייכות צו אינזער הייליג לאנד. אין אלטס גייט אינעם נאמען פין אזא קדוש עליון ווי דער הייליגע סאטמערע רבי, וואס האט ווייט נישט דאס געמיינט וואס מעהאט געמאכט מיט זיין שיטה.
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:47 am
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זוך נישט דא צו פארענטפערן קיינעם, אבער ענק פארשטייען טאקע נישט וואס גאנצל שרייבט? אדער ענק מאכן זיך?
דו פארשטייסט טאקע נישט די קריטיק אויף אזעלכע שמוציגע נטורי חארטא ווערטער? אדער דו מאכסט דיך?
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 8:43 am
דורך קושקע
נאך א טייערע אידישער קרבן, רח"ל
די נאכט אין עזה, איז נעבעך פארשניטן געווארן דאס יונגע לעבן פון איתן ברק פון הרצליה (א בעסערע געגנט לעבן טעלאוויוו) אין בליענדע עלטער פון 20 יאר, השם ירחם!
הילד איננו!

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 9:36 am
דורך ישראל קאפקע
סמבטיון האט געשריבן:ווייל דע ווארט איז נישט צי עס איז מיין געשמאק צי נישט, עס קומט פשוט צו ברעכען פון ענקער אויפגעריסענע שנאה צו יעדע יוד וואס האט א שייכות צו אינזער הייליג לאנד. אין אלטס גייט אינעם נאמען פין אזא קדוש עליון ווי דער הייליגע סאטמערע רבי, וואס האט ווייט נישט דאס געמיינט וואס מעהאט געמאכט מיט זיין שיטה.
יעדעס ווארט וואס א סאטמארער זאגט ווערט א גאנצע קאנטראווערסיע, סאיז פשוט אז גאנצל האט געמיינט אז דער איד איז געהרגט געווארן על מזבח הציוני נישט דווקא אלס אן עונש מן השמים נאר ער איז אבוויעסלי געשטארבן אין א מלחמה וואס איז אנשטאנען אלס ראזולטאט פון ציוניזם, איך זע נישט וואס קען זיין קאנטראווערסיאל, חוץ אויב בר דעת וויל טענהן אז די מלחמה וואלט "סאם האו" אויסגעבראכן אן ציוניזם,
וואס ר' אהרן האט געזאגט אויך, איך גיי נישט וואוטשן פאר די אמתדיקייט פון זיין ווייטאג וכו, אבער וואס איז פשוט ווי טאג איז אז די עלטערן פון דריי אידישע בחורים וואס וואוינען נישט אין חברון (אגב די גרעסטע פאלעסטינער שטאט מיט א גאר קליינע מתנחלישע באפעלקערונג) וואס איז באוואוסט אלס איינס פון די אנגעצויגענסטע לאקאלן אין די מערב ברעג, האבן געמאכט אן אויסוואל זיי צו שיקן לערנען דארט אין א מקום סכנה אן קיין צווייפל,
זאגט נאר טייערע אידעלעך ווען ר' משה בער בעק זאל ווען שיקן דריי מינדעריעריגע צו עזה אדער לבנון 'צו מאכן "נייס" מיט די פאלעסטינער און זיי ווערן ח"ו געקידנעפט און געהרגט דורך איסלאמיק דזשיהאד וואלט געווען קאנטראווערסיאל צו זאגן דאס פשוטע אז סיי זענען געגאנגען צו א מקום סכנה און דמם בראש רמ"ב? העק יעדע אידישע צייטונג וואלט אים באשולדיגט אין די העדליין!
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:51 am
דורך מאטי
און אויב סאטמר רב וואלט געשריבן אין ויואל משה אז ס'איז א מצוה צו וואוינען אין חברון און רב קוק וואלט געשריבן אז ס'איז אסור וואלסטו אויך געזאגט אז דמם בראשם?
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 2:44 am
דורך petergrifin
מאטי האט געשריבן:און אויב סאטמר רב וואלט געשריבן אין ויואל משה אז ס'איז א מצוה צו וואוינען אין חברון און רב קוק וואלט געשריבן אז ס'איז אסור וואלסטו אויך געזאגט אז דמם בראשם?
ארײן אין
viewtopic.php?f=47&t=6811
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 3:46 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 3:56 am
דורך קליגער אינגערמאן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qXXMqscZVII[/youtube]
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:09 pm
דורך קושקע
נאך 13 אידישע נשמות פארשניטן געווארן!!
געוואלד! וויפיל איז די שיעור!
ס'צייט אז דאס אידיש פאלק זאל אנהויבן א #ערעבספרינג קעגן די ציונים, אונז ברויך מיר אייך נישט!
אידן שיקן נישט קיין אייגענע קינדער צו אויסגעהארגעט צוליב א לאנד!
עד מתי יהי' זה לנו למוקש!
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:12 pm
דורך I'm back
מקור?