בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:22 pm
דורך ישראל קאפקע
איבאלע געהיילטע, אינפעקטירטע, און פאטאליטעטן אין די מערב וועלט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:33 pm
דורך כוכב
אמר רב יהודה אמר רב ראשי תיבות יאי''ר הדא הוא דכתיב ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא.

טענה שוין לאנג אז דו ערגסטע קרענק זענען אין וויליאמסבורג.

אינפאגראפיקס

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:44 pm
דורך ישראל קאפקע
איבער איבאלע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:07 pm
דורך גימפל
בילד

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 7:00 am
דורך [NAMELESS]
*

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 8:45 am
דורך ישראל קאפקע
דאקטאר קרעיג אין אפריקע מיט באשיצטע קליידונג,
ערטער וואו דר. קרעיג איז געווען לעצטע צוויי טעג,
היינט צופרי,פ אליציי עפענען צוריק גאס וואו דר. קרעיג וואוינט,
דר. קרעיג ספענסער'ס געביידע נעכטן נאכט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:02 pm
דורך ישראל קאפקע
אויסריינענדיג די געביידע וואו דער אינפעקטירטער דאקטאר וואוינט,
רייזענדע אויף די ניו יארק באן סיסטעם מיט געזיכט מאסקעס, אויסצומיידן די איבאלע ווירוס, (וואס פעלט נישט אויס ווייל מען קען 'נישט' איבער כאפן דעם ווירוס דורך די לופט)

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:31 pm
דורך שעפטל
עידס, איבאלע און אבאמא... אלעס קומט פון אפריקע...!!!

באמת לייגט זיך דאס נישט אויפן שכל ווי מ'לאזט צוריק אזא מענטש אן אינטערזיכן בעפאר, ווילסט אהינגיין? גיי געזינטערהייט, קום מיר אבער נישט אהיים קראנק!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:46 pm
דורך פארוואס?
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך האב געהערט אז מען קען עס נאר איבערכאפן פונעם אנגעשטעקטנס בלוט און נאר אויב עס רירט אן אן אפענעם וואונד,
איז דא איינער אן עקספערט אין ווירוס דיזיז טרענסמישן?
דער עולם איז פריעקינג אוט,

לאו דווקא בלוט, נאר יעדע פליסיגקייט וואס גייט ארויס פונעם מענטש, ווי: שפייעכץ, שתן, צואה, קיא וכו׳.
עס קען אריינגיין דורך יעדע עפענענג אינעם מענטש: אויגן, מויל, וכו׳
[tag]הערשי[/tag]

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 2:30 pm
דורך סאשי פיש
א באריכט פון הצלה!

נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 1:32 am
דורך ישראל קאפקע
* די מצב פון דר. קרעיג ספענסער וואס איז אנגעשטעקט מיט די טויטליכע איבאלע ווירוס פארערגערט דורכאויס שבת, כאטש ער איז ביי זיך און קאמוניקירט,

* פרוי וואס האט איבערגעלעבט איבאלע באשטייערט פלאסמא (וואס האט שוין אנטוויקלט קעגנערשאפט צו איבאלע) צו העלפן דעם דאקטער איבערקומען דעם ווירוס,

* מעיאר ביל דעבלאזיא עסט ביי רעסטאראן וואו דר. ספענסער האט געגעסן מיטוואך בייטאג פארן צייגן סימפטאמען פון די קרענק, צו בארואיגן די נערוון פון ניו יארקער אז סאיז זיכער, און אז זיי זאלן נישט אריין פאלן אין פאניק,

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:49 am
דורך מאטי
א פרישער קעיס, דאסמאהל א "קינד," איז אונטער אבזערוואציע אין בעלוויו שפיטאל נאכדעם וואס זיין פיבער איז ארויף. דאס קינד איז לעצטענס געווען אין אפריקע.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 10:19 am
דורך outspoken
ר''ל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 10:35 am
דורך outspoken
איינער היינט אינדערפרי אין ביהמ''ד אויפגעברענט די שאלה אויב מ'דארף זיך פירן מיט די הלכות פון "כשיש מגפה בעיר" ?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 11:10 am
דורך יצמחפרקני

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 7:46 pm
דורך ישראל קאפקע
מאטי האט געשריבן:א פרישער קעיס, דאסמאהל א "קינד," איז אונטער אבזערוואציע אין בעלוויו שפיטאל נאכדעם וואס זיין פיבער איז ארויף. דאס קינד איז לעצטענס געווען אין אפריקע.

ערשטע רעזולטאטן זענען צוריק געקומען נעגאטיוו,

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 7:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
הארץ רייסענדע ריפארט די וואך אויף "60 מינוט".

http://www.cbsnews.com/news/ebola-insid ... ic-duncan/

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 9:14 am
דורך פידלער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 7:18 pm
דורך ישראל קאפקע
דאקטאר קרעיג ספענסער ווערט ארויסגעלאזט פון שפיטאל מארגן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:00 am
דורך הרב_שלום
די ניו יארק סיטי דאקטאר איז היינט אהיים פון שפיטאל געזונט און פריש

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 11:25 am
דורך פליקער
עס ווינדערט מיר הלמאי ער האט נישט מפייס געוועין נעכטן פארן פארפייניגן ניו יארק מיט זיינע מעשים, ווען ער האט געהאלטן זיין דרשה נעכטן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 5:29 pm
דורך שמעקעדיג
פריער געלייענט אין די נייעס אז די מעדיצינישע וועלט איז גאר ענטוזיאסטיש, מען האט ענדליך ערפינדן א סוקסעספולן וואקסין וועלכע קען פייטן דעם עבאלע וויירוס, און עס ענטהאלט נישט קיין שום ערנסטע סייד עפעקטס.