בלאט 2 פון 9

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 6:03 pm
דורך דער שכן
שמעון וואלף האט געשריבן:רבותי! ביטע זיך האלטן צום תקנת האשכול און נאר שרייבן טריקענע מעלדונגען. נישט שפעקולאציעס אדער פראגעס און ענטפערס.

ישר כוחכם


זיי זאגען אז די שניי וועט זיך נישט אזוי שנעל צולאזן. ס׳וועט בלייבן הארט און טריקען פאר א לאנגע צייט.

איז עס לויט די תקנת האשכול ...פון טריקענע מעלדונגען?

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 7:23 pm
דורך [NAMELESS]
ווי נאר ס'וועט זיין פרישע מילך אויפן שעלף וועלן מיר עס דא מעלדען

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:40 pm
דורך ישראל קאפקע
קומענדע מאל וואס די גראד אין ניו יארק סיטי גייט אריבערגיין די פרירונג פונקט איז פרייטיג (עס גייט מעגליך רעגענען אויך) ביז דאן גיימיר זיין סטאק מיט צוויי פיס שניי!

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 5:10 am
דורך דער שכן
ישראל קאפקע האט געשריבן:קומענדע מאל וואס די גראד אין ניו יארק סיטי גייט אריבערגיין די פרירונג פונקט איז פרייטיג (עס גייט מעגליך רעגענען אויך) ביז דאן גיימיר זיין סטאק מיט צוויי פיס שניי!



ווייט פון 2 פיס. אסאך ווייניגער.

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:42 am
דורך שמעון וואלף
געדענקן צו זאגן פרשת המן. אויך אנזאגן אין שטוב

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:08 am
דורך פליקער
סארי קינדער ס'יז שוין דא חדר

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 2:50 pm
דורך Kool man
בליזערד אילוזשען אווערסטאק מעלדונג:
צו פארקויפען 6 באטלעך מילעך, 10 יאגורט, דריי דאזען אייער, 12 קענס טונא, און איין קעיס ספרינג וואסער

נ.ב. מיין שכן האט אסאך סיריעל און טרוקענע עסען צו פארקויפען [טרוקענע מעלדונג]

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 5:46 pm
דורך שמעון וואלף
ווער ס'האט נאכנישט אויפגעשארט די שניי ווערט געבעטן עס צו טון ווי אמשנעלסטן

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:04 pm
דורך [NAMELESS]
דער מענטשעלע טראכט אין דער אויבערשטער לאכט א גוטס..

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:18 pm
דורך ירח בן יומו
שמעון וואלף האט געשריבן:געדענקן צו זאגן פרשת המן. אויך אנזאגן אין שטוב

אוי לו למי שאשתו מפרנסתו

נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 5:41 pm
דורך שמעון וואלף
אלטערנעט סייד איז סוספענדירט ביז נאך שבת (פרשת יתרו)

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 6:50 pm
דורך שמעון וואלף
יעצט קומט אריין די מעלדונג אז אלטערנעט סייד איז אין קראפט מארגן, דינסטאג משפטים

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:10 pm
דורך petergrifin
װי אזוי פלאנען זײ צו רײניגען די גאסן אויס גלאנצן די אײז? א מין אבסעשען דאס אלטערנעט סײד
פארקינג. זײ װײסן אז רוב גאסן קען מען נישט קלינען איז װאס פײניגט מען?

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 1:43 am
דורך דער שכן
petergrifin האט געשריבן:װי אזוי פלאנען זײ צו רײניגען די גאסן אויס גלאנצן די אײז? א מין אבסעשען דאס אלטערנעט סײד
פארקינג. זײ װײסן אז רוב גאסן קען מען נישט קלינען איז װאס פײניגט מען?


ווייל די קאסע איז ליידיג, מדארף אריין ברענגן געלט. די קוויטל שרייבערס דארפן ווערן באצאהלט וועכענטליך. די שלעפער טראקס און אזור אויך די אנדערע חלאתן דארפן שינדן. מארגן איז בעק טו ווארק!

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:08 am
דורך שמן זית
איך ווייס נישט צו דאס גייט אריין אין כלל פון א "קורצע מעלדונג" אבער איך לייג עס דא, און איך וועל בלי נדר פרובירן עס זאל זיין קורץ...

אפס..... ס'מוז דאך זיין עפעס א מעלדונג אויך... אקעי, ווער עס איז גוט מיט מיין בעה"ב זאל אים ביטע קאנווינסין מיר צו געבן וויקעשאן אפאר טעג.... די נערווען פלאצן מיר שוין פון ארבעטן... גענוג איז גענוג..

שלח.. איין מינוט, ס'איז קורץ? ס'איז א מעלדונג? אקעי, שלח.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:33 pm
דורך [NAMELESS]
די סיטי פלאנט צי פארבן די 15 פיס פין נא פארקינג עיריע נעבן די פייער היידרענטס מיט די קאלער רויט אז עס זאל זיין גרינגער צי באמערקן !

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:42 pm
דורך לית דין בר נש
דער לייק איז פאר די סיטי פליז שיק עס ווייטער

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:41 pm
דורך שמעון וואלף
אלטערנעט סייד סוספענדירט מארגן, דאנערשטאג משפטים

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:45 pm
דורך שעפטל
די נייע בלעק און ווייט בעקעריי אין וויליאמסבורג מאכט פיינע סחורה

ווערט געשריבן בשעת'ן אריינבייסן אין א דעניש

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:48 pm
דורך לית דין בר נש
ביטע לאז וויסן אויב די האלטסט די זעלבע נאך אראפשלינגען אויך?

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:51 pm
דורך שעפטל
פיקס פארטיג. יאם!!!

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 2:03 pm
דורך שמן זית
קורצע מעלדונג:

די סחורה פון די נייע "בלעק ענד ווייט" בעקעריי אין ווילי, האט די זעלבע טעם בשעת'ן אריינבייסן וואו נאכ'ן אראפשלינגען....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:48 pm
דורך שמעון וואלף
אנווייזונגען פאר שבת שקלים

אנזאגן אין שטוב מ'זאל צוגרייטן אן עקסטרע קוגל
שמשים זאלן אויפמישן די מפטיר ס"ת צו פרשת שקלים
בעלי תפילות ווערן געבעטן נישט אויסצוציען מוסף ווייל דער עולם איז הינגעריג
די וואס דאווענען אין א שול ווי די בעלי תפילה ליינען נישט ק"ש, זאלן אנגרייטן קידוש צו מאכן ביי קריה"ת