בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:44 am
דורך אהבת ישראל
נולד מאוחר האט געשריבן:שמעקדיג, אינטער קויפן איינער וואס איז געשטעלט דיר צי וואטשן, איז די שליסעל פון אינטערברענגען די גאנצע גאווערמענט סיסטעם .
מאך נישט אוועק די חומר הענין.
דע עבירה איז אן עבירה קיינער מאכט נישט אוועק דעם חומר הענין....איז עס שוין איברצייגט מיט קלארע בווייזען אז די מענטשען האבען באגאנגען דע עבירה ???. מיט וואספארא רעכט דערנידרעט מען אזוי מענטשען 80% פין דע קעיסעס ענדיגינען זיך מיט עורבא פרח............
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:48 am
דורך אהבת ישראל
מאטי האט געשריבן:און נישט יעדעס מאהל די באהערדע באגייט אן עוולה איז מן הנימוס דאס אנצושמירן מיט נאציזם. איר ווייסט אפשר וואס מ'דארף אלץ אפטון צו פארדינען דעם טיטל "נאצי?"
כדאי צי פארדינען דעם נאמען נאצי פעלט זיך נישט אויס קיין גרויסע זאכען....פרעגט אברהם סלאנים ...סאיז גענוג אז בויהט אפאר דירות אין בית שמש אן צאלען דמי לא יחרץ פאר אתרא קדישא אין ביסט א פארטיגער נאציייייייייי
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:53 am
דורך ירח בן יומו
אהבת ישראל האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:און נישט יעדעס מאהל די באהערדע באגייט אן עוולה איז מן הנימוס דאס אנצושמירן מיט נאציזם. איר ווייסט אפשר וואס מ'דארף אלץ אפטון צו פארדינען דעם טיטל "נאצי?"
כדאי צי פארדינען דעם נאמען נאצי פעלט זיך נישט אויס קיין גרויסע זאכען....פרעגט אברהם סלאנים ...סאיז גענוג אז בויהט אפאר דירות אין בית שמש אן צאלען דמי לא יחרץ פאר אתרא קדישא אין ביסט א פארטיגער נאציייייייייי
מ'שפירט דיין אהבת ישראל
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:59 am
דורך יואב
מאטי האט געשריבן:און נישט יעדעס מאהל די באהערדע באגייט אן עוולה איז מן הנימוס דאס אנצושמירן מיט נאציזם. איר ווייסט אפשר וואס מ'דארף אלץ אפטון צו פארדינען דעם טיטל "נאצי?"
דאס איז א חוץ המעשה. וואנזיניגע משוגעים פאראלאזירן די גאסן פון ישראל פאר א ספק ביין פון א ספק איד, לאזן אין אן אומ'אחריות'דיגן שוואונג מאנסטארישע מיסט-קאנעס, און דער דעמאקראטישער שוטר וואס שלעפט אוועק דעם צעדרייטן ווי איידער אים איבערלויפן צום טויט איז נישט מער ווי א "נאצי".
איך האב אבער גערעדט לשיטתו של "אהבת ישראל" וואס האלט אז די אמעריקאנער רעגירונג פארדינט אן אנאלאגיע צו נאציזם, זאל ער כאטש אפשוינען די שארית הפליטה פון גרמניה תשע"ה.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:59 am
דורך פישלע העררינג
וחוץ מכל זה,
די סיטי מאכט דאס בויען א הויז אוממעגליך. אויסער וואס צו באקומען די נויטיגע פערמיטס קאסט אפ שווערע טויזענטער דאללער, וואס אין קיין שום פלאץ אויפן וועלט איז דאס נישט אזוי, קומט נאך צו די קאסטן פון אויפהאלטן דאס הויז פאר דריי יאר וואס עס דויערט ביז דער סי אוו אוי קומט אן, פלאס דאס רענט בשעת מעשה.
מה יעשה הבן שלא יחטא ווען דאס גאנצע סיסטעם איז אויסגעשטעלט פאר דעם.
ווילסט עפעס מתקן זיין, מיסטער מעיאר? שנייד אוועק אלע רעד טעיפ, וועט דער עקספעדייטינג ביזנעס פון זיך אליינס בטל ווערן.
הרצחת גם ירשת?
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:00 am
דורך יואליש
די שאנדפולע פורפ וואלק איז שוין כמה פעמים ארוטערגעריסן געווארן דא אין שטיבל און ווערט ארונטערגעריסן איבעראל אלס אן אמעריקאנע שאנדפלעק. בלויז די אטענשאן הינגעריגע פאלאטישאנס און אפיצירן גלייכן דאס ווייל עס העלפט זייער קאריער מיטן אימעזש פון זיין "טאף אן קריים." זשוליאני איז דער ערפינדער פון דאס אביוזן. אמאל פלעגט מען דאס טוהן בלויז פאר "פובליק ענעמיס" ווי מאב באסעס און קארופטירטע פאלאטישאנס.
איין פראבלעם איז אז מ'הערט בלויז די טענות, וואס איז גילטינג פארן יעדן בר נש, ווען ס'אינוואלווד איינעם משלנו. וואס איז גיט פארן שכן איז גיט פאר אונז, און וואס איז נישט גיט פאר אונז איז נישט גיט פארן שכן. דאס זעלבע איז לגבי איבערגעטריבענע סענטנעסינגס, איבערגעאיילטע פראסעקיושן, טויט שטראף, וכו'. צו אפט זענען מער טאפ אן קריים אן קעען גרעניצן, חוץ אויב די קריים אינוואלד א שבת פעקל קאנדידאט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:04 am
דורך אהבת ישראל
ירח בן יומו האט געשריבן:אהבת ישראל האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:און נישט יעדעס מאהל די באהערדע באגייט אן עוולה איז מן הנימוס דאס אנצושמירן מיט נאציזם. איר ווייסט אפשר וואס מ'דארף אלץ אפטון צו פארדינען דעם טיטל "נאצי?"
כדאי צי פארדינען דעם נאמען נאצי פעלט זיך נישט אויס קיין גרויסע זאכען....פרעגט אברהם סלאנים ...סאיז גענוג אז בויהט אפאר דירות אין בית שמש אן צאלען דמי לא יחרץ פאר אתרא קדישא אין ביסט א פארטיגער נאציייייייייי
מ'שפירט דיין אהבת ישראל
ביזט באשאנקען מיט א גוטען חוש הריח...וואספארע שייכות האט מיין תגובה מיט אהבת ישראל ???? צעטלעך אין די גאסען האבען בטיטעלט אברהם סלאנים פאר א נאצי ....באבערדלטע יודען סיקריקים זענען נאכגעלאפען אים בחוצות ירושלים אין אים נאכגעשריגען נאצי...סא דער האט געפרעגט העכער מיר וואס מען דארף האבען געטהון צי ווערען א נאצי האב איך מרוב " אהבת ישראל " אים גענטפערט א גרינגע שארט קארט אהין ואתכם הסליחה...
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:04 am
דורך מאטי
נישט אמת, ס'איז פארהאן דא אן אשכול מיוחד פאר בכלליות'דיגע אומ-יוסטוץ אין אמעריקע. פארשטייט זיך אז ווען א משלנו ווערט ארעסטירט איז דאס א גרעסערע סענזאציע דא.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:19 am
דורך ישראל קאפקע
פרישע ווארע, עלף אהאלב שעה צוריק, אויף אונזער אינטעליגיענע שטיבל.
viewtopic.php?f=50&t=8261
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:31 am
דורך סאשי פיש
היינט צופרי אין ווילי
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:36 am
דורך שמעקעדיג
די פיקטשער קוקט אויס ווי א קאנצערט פאר קאווע שטיבל דאט-קאם וד"ל
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:59 am
דורך [NAMELESS]
בקיצור ווער זענען די אויפגעפיקטע, וואס וווארט זיי, איז געווען מסירה אינוואלווד, (לאמיר זיך נישט באנעמען מיט די די זייטיגיע לעלוס)
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 1:14 pm
דורך גאנצל
אין צוויי יאר ארום גייט מען כאפן א צווייטן פישל אין דאס גייט זיין די די. עי'ס אפיס פאר'ן איינזעצן אומשולדיגע ............
א פורים פון א גאווערמנט
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:00 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:נישט אמת, ס'איז פארהאן דא אן אשכול מיוחד פאר בכלליות'דיגע אומ-יוסטוץ אין אמעריקע. פארשטייט זיך אז ווען א משלנו ווערט ארעסטירט איז דאס א גרעסערע סענזאציע דא.
און (ליידער) ביי די גוי'אישע מידיא אויך. זיי זענען זיך מחיה. זיי באלעקן זיך די פינגערס ווען זיי קענען אנווייזן אז מ'האט ארעסטירט א "ראביי"...!
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:02 pm
דורך רויטע וואנצעס
ישראל ביטע קום אהין שמועסן אויב עפעס דריקט אייך, איך בין דארט מסביר צו זיין מיינע כוונות.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:25 pm
דורך יואליש
berlbalaguleh האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:נישט אמת, ס'איז פארהאן דא אן אשכול מיוחד פאר בכלליות'דיגע אומ-יוסטוץ אין אמעריקע. פארשטייט זיך אז ווען א משלנו ווערט ארעסטירט איז דאס א גרעסערע סענזאציע דא.
און (ליידער) ביי די גוי'אישע מידיא אויך. זיי זענען זיך מחיה. זיי באלעקן זיך די פינגערס ווען זיי קענען אנווייזן אז מ'האט ארעסטירט א "ראביי"...!
וויאזוי מעסט מען לעקן פינגערס און זיך מחיה זיין? האלטסט מיט יעדן טאגיגע נייעס פון ארעסטן און אויספארשונגן? איז פארהאן ווייניגער מחיה'דיגע פינגער לעקן ערגעץ אנדערש?" די מידיא" איז זיך מחיה מיט יעדע גרויסע נייעס. אן דעם זענען זיי אימדרויסן פון ביזנעס. דא ליינסטו מער ווייל מיר שפירן זיך קרובים, און פאר קרובים איז שלעכטע נייעס קיינמאל בא'טעם'ט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:46 pm
דורך מאטי
דו האלטסט אז "קאראפציע" און "קארופציע פלאס רעביי" = די זעלבע סענזאציע?
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:51 pm
דורך גנדי
אין די פרעס קאנפרענץ האבן זיי געזאגט אז א שול האט געבויעט מסוכנ'דיג דורך שוחד. איז דאס אמת? האט מען געלייגט אין א סכנה אונזערע ברודער?
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:05 pm
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:און די עוולה איז גרעסער ווען מען טראכט אריין וואס די קריים איז, כ'בין נישט קיין גרויסער מבין אויף געזעץ, אבער דא האט מען נישט ערמארדעט מענטשן און ניטעמאל גע'גנב'עט געלט פון די גאווערמענט (אזוי פארשטיי איך), ס"ה האט מען געמאכט א יד אחת און געטון זאכן אומלעגאל אן קיין פאטאלע נאכפאלגן, פארוואס אזוי הארב באשטראפן? די פאנישמענט דאזענט פיט דע קריים! כ'וואלט געזאגט (ווען מען פרעגט מיר) אז ס"ה דארף מען זיי בויערן/באארן די אויער, עבדי הם ולא עבדי לעבדים, אבער טראגן ווי חזירים צום שטאל?
ח"ו אויב מאכט זיך א פייער און די ספרינקלער סיסטעם ארבעט נישט כדבעי, וועסטי נישט פארפירן היתכן דער אינספעקטאר האט עס פארזעהן? ס'טאקע פארהאן נערישע געזעצן ווי אז אלעס דארף זיין הענדיקעפ עקסעסעביל וכדומה אבער עס זענען אויך דא זאכן וואס קען ראטעווען לעבענס.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:38 pm
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:נישט אמת, ס'איז פארהאן דא אן אשכול מיוחד פאר בכלליות'דיגע אומ-יוסטוץ אין אמעריקע. פארשטייט זיך אז ווען א משלנו ווערט ארעסטירט איז דאס א גרעסערע סענזאציע דא.
און (ליידער) ביי די גוי'אישע מידיא אויך. זיי זענען זיך מחיה. זיי באלעקן זיך די פינגערס ווען זיי קענען אנווייזן אז מ'האט ארעסטירט א "ראביי"...!
וויאזוי מעסט מען לעקן פינגערס און זיך מחיה זיין? האלטסט מיט יעדן טאגיגע נייעס פון ארעסטן און אויספארשונגן? איז פארהאן ווייניגער מחיה'דיגע פינגער לעקן ערגעץ אנדערש?" די מידיא" איז זיך מחיה מיט יעדע גרויסע נייעס. אן דעם זענען זיי אימדרויסן פון ביזנעס. דא ליינסטו מער ווייל מיר שפירן זיך קרובים, און פאר קרובים איז שלעכטע נייעס קיינמאל בא'טעם'ט.
יואליש: אויב דו דארפסט נאך פראף אז די גוי'אישע מידיא באלעקן זיך די פינגערס ווען זיי קענען ברענגען נייעס פון א איד וואס מ'האט ארעסטירט, לאמיר נאר דערמאנען די סענזאציע וואס האט זיך אפגעטון ביי דעם נחמיה וועבערמאן קעיס. די אפענע און באהאלטענע שונאי ישראל האבן נישט אויפגעהערט צו טרומפייטערן איבער די שולד פון דעם "ראביי". אדער ווען די עף.בי.איי. האבן ארעסטירט עטליכע חסיד'ישע אידן מיט בערך א דריי יאר צוריק זומער...!
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 4:21 pm
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:די פיקטשער קוקט אויס ווי א קאנצערט פאר קאווע שטיבל דאט-קאם וד"ל
וואס הייסט?
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 4:24 pm
דורך גוטע פינטעלך
פארוואס דארף מען אלעמאל פארדרייען אשכולות מיט זייטיגע טענה'רייען?
קען מען דיסקוסירען די אנקלאגעס און שוין?
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 4:27 pm
דורך אינטער_חכם
עזריאל האט געשריבן:בקיצור ווער זענען די אויפגעפיקטע, וואס וווארט זיי, איז געווען מסירה אינוואלווד, (לאמיר זיך נישט באנעמען מיט די די זייטיגיע לעלוס)
http://manhattanda.org/sites/default/fi ... elease.pdf