בלאט 11 פון 37
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:08 am
דורך sunbar
villager האט געשריבן:לאזט'ס מנוחה מנשה'נען, ער דארף זיך אריינגיין געזעגענען און זיך צאמפאקען, מארגן פארט מען קיין לאנדאן! דרך צלחה!
וואס איז אין לאנדאן?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:11 am
דורך villager
מסתמא אלס לא טוב היות אדם לבדו, פון לאנדאן פארט מען ווייטער קיין א"י, ס'וועט זיין מנשה'ס ערשטע מאל אינעם הייליג לאנד.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:14 am
דורך דבילה
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אבקק וואודריש איז קיין פוסק און אפילו יא איז נישט געווען קיין דרשה ברבים אויסער מנשה פיליפ
אבד"ק וואדרידש איז נאך אזא פוסק ווי די סקווירא דיינים און ער האט נאך אזוי מוחה געווען ברבים אויף די סקווירא רבי מיט אלע דיינים ווי די רבי דיינע האט מוחה געווען אויף די מעשה רציחה אליין! איך האב דאס אליין געהערט ביי שלש סעודות תורה אין וואדרידש! באזניי שמעתי!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:47 am
דורך דולה ומשקה
הערטס אויף קינדער די טעמא איבער דער סקווירא רבי איז זיינע דיינים קענען גיין אין צימעס, דארט קען מען פארהאדלען די האנטוכער, די סטעידזש, זיינע שטענדערס, ועל כולם זיין שעטנז פריי בענקל, אנטשולדיק שטוהל...
דא אין דעם אשכול איז מיוחד בלויז פאר די עגמת נפש וואס דער רבי האט געהאט, ווען א בחור האט זיך געקליטשט פון "סקווירא דרך" וואס איז דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום, אין געגאנגען בזדון, ובמחשבה צום יענעם אדרעסס אין געשיכטע ווייטער איז שוין באקאנט. אין די תוצאות איז אז זיין פאטער און מוטטער וועלען נישט זיצען מיט איהם אינאיינם ביי איין שבת טיש פאר לאנגע יארען, אזוי לאנג ווי ער זיצט כאחד הריקים אין א מערדערישע תפיסה.
איין דבר חיזוק אז סקווירא עסקנים ארבעטן שטילעהייט גרינגער צו מאכען זיין אורטייל, ווייניגער יארען, הויז ארעסט וכו' וה' יצליח דרכם.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:20 am
דורך איחוד פעלד
בדרך אגב ועיקר.
וואס טוט זיך אין סקווירא זייט דער מעשה.
מען דאווענט שוין נישט אין דעם בית המדרש מחוץ לעיר?
אויב יא, רודף'ט מען נאך אלץ די מענטשען וואס דאווענען דארט?
האט מען שוין "ארויס פין סקווירא'ט" זייט דער מעשה?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:04 pm
דורך No_name
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אבקק וואודריש איז קיין פוסק און אפילו יא איז נישט געווען קיין דרשה ברבים אויסער מנשה פיליפ
דו מיינסט אוודאי פארקערט:
אבדק"ק וואודרידזש האט נישט געזאגט א דרשה ברבים, און אויב יא איז ער נישט קיין פוסק...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 4:57 pm
דורך מנשה לוסטיג
דערווייל לויפט אלעס ווי געפלאנט!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 4:59 pm
דורך מורינו הרב
און וואס איז געווען געפלאנט?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 5:06 pm
דורך שמעקעדיג
אפצופליען קיין לאנדאן..
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 5:22 pm
דורך מנשה לוסטיג
אינטערעסאנט וויאזוי די עמיגרעישן ווייסט אז איך בין סקווערס פארטרעטער.. ווייל זיי האבן מיר געוויזן די באהאלטענע קאוידס, וואס נאר די אינסייד סקווערע ווייסן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 5:34 pm
דורך DotCom
פארוואס אימיגרעישן? פון דזשולאנד צו לאנדאן דארף מען א וויזע?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 5:53 pm
דורך נס קאווע
די אימיגרעשאן זענען אינסייד סקווירא'ר??
כ' האב מורא צוויי אנדערע מענטשן האבן זיך געווינקן וועגן אנדערע זאכן...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 6:12 pm
דורך מנשה לוסטיג
תן לחכם ויחכם
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 7:39 pm
דורך יאיר
מנשה לוסטיג האט געשריבן:טעות, מנשה פיליפ האט מוחה געווען, זלמן לייב פיליפ האט נישט מוחה געווען, אדרבה אז דו ברענגסט א אודיו ווי מ'הערט זיין קול מוחה זיין, ממילא.
אבקק וואודריש איז קיין פוסק און אפילו יא איז נישט געווען קיין דרשה ברבים אויסער מנשה פיליפ
אך, ווי שיין צו זען דער אמת'ער סקווערער שיטה. פאר'ן נישט דאווענען אין רבי'נס בית המדרש קומט זיך שריפה, אבער א איד א ריזן תלמיד חכם און מורה הוראה מובהק וואס פס'קנט שאלות פאר טויזנטער אידן פארדינט זיך אפילו נישט קיין ר'.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 7:41 pm
דורך יאיר
אויס מענטש האט געשריבן:אין די מעלות יארן צוריק איז געשטאנען ביי קליינע אוצרות, אז א סקווירעל {די חי'} הייסט אזוי ווייל עס האט א קליינע קאפ און א גרויסע שוואנץ...
איך רעדט נישט פון די עולה שבה, אז מען טאר עס נישט שרייבן, אין א היימישע אויסגאבע, אבער די פוינט איז ווערט געווען.
איך ליין שוין די מעלות לאנגע יארן און איך געדענק נישט אזא זאך. איך גלייב נישט אז זיי וואלטן אזוינס אריינגעלייגט. אבער דאס איז א באקאנטע ווערטל סיי ווי אזוי.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 9:14 pm
דורך אויס מענטש
ווילאנג ?
איך רעדט פון בערך 14-1-5 יאר צוריק
אבער אז די ליינסט יא די מעלות קענסטו מיר מסביר זיין
די ארטיקל פון אייר אדער סיון תשע"ב וועגן די פרוי מיט הויזן און לאנגע האר אין מירון
איך האב נישט געגלייבט וואס איך ליין דארטן
איך האב זייער הנאה געהאט דערפון אבער והאיש עומד ומשתאה ווי קומט דאס צו די מעלות ??
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 9:24 pm
דורך מנשה לוסטיג
בכל אופן, זאגסטו אז די נמשל איז אז מיר האבן א היבשע שוואנץ, איז דאך שוין בעסער צוזיין א זנב לאריות, ווי איידער א חלק אינעם שיטת ה'נשתכחה'
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:10 pm
דורך יאיר
אויס מענטש האט געשריבן:ווילאנג ?
איך רעדט פון בערך 14-1-5 יאר צוריק
אבער אז די ליינסט יא די מעלות קענסטו מיר מסביר זיין
די ארטיקל פון אייר אדער סיון תשע"ב וועגן די פרוי מיט הויזן און לאנגע האר אין מירון
איך האב נישט געגלייבט וואס איך ליין דארטן
איך האב זייער הנאה געהאט דערפון אבער והאיש עומד ומשתאה ווי קומט דאס צו די מעלות ??
איך ליין שוין די מעלות ממש זינט איר גרינדונג מיט זעכצן יאר צוריק כ"י, כאטש איך קען נישט זאגן אז איך ליין דורך די אלע ווערטלעך יעדן חודש. בעיקר בין איך זיך סומך אויף זיי אז זיי וואלטן קיינמאל נישט אריינגעלייגט אזא זאך וואס באליידיגט א ריזן ציבור אידן, צווישן זיי צענדליגער אדער הונדערטער פון זייערע קונדן.
איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט מיט די ארטיקל פון די פרוי אין מירון. דו מיינסט צו זאגן אז דאס איז צו אויפגעקלערט פאר מעלות?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:58 am
דורך מורינו הרב
איך פארשטיי נישט:
איך וויל פרעגן דעם דעת הציבור דא. איז מנשה טאקע אזא בהמה, אדער איז דא עפעס וואס איך ווייס נישט?
וואס גייט דא פאר?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:58 am
דורך מנשה לוסטיג
אין אדם משים עצמו.. אבער יא! ער איז א נער און ער גלייבט
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 9:18 am
דורך לעיקוואד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אין אדם משים עצמו.. אבער יא! ער איז א נער און ער גלייבט
צו ער גלייבט איז נאך א ספק, אבער .... איז ער זיכער..

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 9:20 am
דורך מנשה לוסטיג
מיינסט כ'גיי באקומען א סטיף נעק?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:21 am
דורך שמעקעדיג
לויט דיין נייע אוועטאר גייסטו זיכער באקומען א סטיף נעק...
