בלאט 11 פון 18

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:24 pm
דורך אייניקעל
[quote="קדש הילולים"]@אייניקל,@אתא, עפעס א עם הארץ׳ישע ניגון...

א בפירושע ניגון, נא!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:32 pm
דורך קדש הילולים
האלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:44 pm
דורך מאטי
איר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??

וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:

"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:51 pm
דורך פלאוויוס
[tag]קדש הילולים[/tag] מילא וואס מיר האבן מדרשים לכאן לכאן, אויף דעם זאגט דאך דער רמב"ם אז מ'זאל ווארטן צו זען וויאזוי ס'שפילט זיך אויס למעשה. קעגן דעם ניגון אבער איז טאקע שווער צו ענטפערן... מה נענה אנן זבובים קצוצי כנפיים?

קדש הילולים האט געשריבן:האלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....


---------------------------------------------!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:איר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??

וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:

"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''

מאטי: וואס איז מיט דיר? דו ווייסט נישט אז פון רמב"ם קענמען נישט ברענגען קיין ראיה. ער איז דאך א חב"ד'סקער. פון 770. און פאררשטייצעך אויכעט א ציוני, וועלכער גלייבט אין שלימות הארץ. נישט ווי די נטורי חרתא. די פריינט פון די פאלעסטינער און איראנער... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:11 pm
דורך מאטי
אבער ווען דער רמב"ם קומט אים אויס גוט דאן נוצט ער אים יא! דאס איז מיין וואונדער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:20 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:איר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??

וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:

"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''

מאטי: וואס איז מיט דיר? דו ווייסט נישט אז פון רמב"ם קענמען נישט ברענגען קיין ראיה. ער איז דאך א חב"ד'סקער. פון 770. און פאררשטייצעך אויכעט א ציוני, וועלכער גלייבט אין שלימות הארץ. נישט ווי די נטורי חרתא. די פריינט פון די פאלעסטינער און איראנער... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

דאס איז דער רמב״ם וואס רעדט ארום וועגען די מנורה וי אזוי עס האט אויסגעקוקט צו בעיגול צו באלכסון?
אויך אין וויי זענען דאך די חברה הייליג גערעכט דער רמב״ם איז געוועהן נישט מער וי א ציוני, ווייל ער רעדט פון די סימבאל פון די ציונים!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:אבער ווען דער רמב"ם קומט אים אויס גוט דאן נוצט ער אים יא! דאס איז מיין וואונדער.

מאטי: מיין וואונדער איז, אז ער ווייסט בכלל צו זאגן פון רמב"ם. אינז ערליכע אידן לערנען נישט א סאך זאכן. כדאמרן. למשל משנה ברורה איז מען אויכעט מבזה אין אונזערע קרייזן מכמה טעמים. אויך ווייל ער איז געוועין אין אגודה... :? 8-) :lol: :twisted: :evil: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:31 pm
דורך אייניקעל
כ'האב זיך דערמאנט פון אפאר פסוקים אין אונזער הייליגע תורה

מלכים ב' כג בשנת חמש-עשרה שנה, לאמציהו בן-יואש מלך יהודה--מלך ירבעם בן-יואש מלך-ישראל, בשמרון, ארבעים ואחת, שנה. כד ויעש הרע, בעיני ה': לא סר, מכל-חטאות ירבעם בן-נבט, אשר החטיא, את-ישראל. כה הוא, השיב את-גבול ישראל, מלבוא חמת, עד-ים הערבה--כדבר ה' אלהי ישראל, אשר דבר ביד-עבדו יונה בן-אמתי הנביא, אשר מגת החפר. כו כי-ראה ה' את-עני ישראל, מרה מאד; ואפס עצור ואפס עזוב, ואין עזר לישראל. כז ולא-דבר ה'--למחות את-שם ישראל, מתחת השמים; ויושיעם, ביד ירבעם בן-יואש. כח ויתר דברי ירבעם וכל-אשר עשה, וגבורתו אשר-נלחם, ואשר השיב את-דמשק ואת-חמת ליהודה, בישראל: הלא-הם כתובים, על-ספר דברי הימים--למלכי ישראל. כט וישכב ירבעם עם-אבתיו, עם מלכי ישראל; וימלך זכריה בנו, תחתיו. {פ}

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:41 pm
דורך קדש הילולים
פלאוויוס האט געשריבן:[tag]קדש הילולים[/tag] מילא וואס מיר האבן מדרשים לכאן לכאן, אויף דעם זאגט דאך דער רמב"ם אז מ'זאל ווארטן צו זען וויאזוי ס'שפילט זיך אויס למעשה. קעגן דעם ניגון אבער איז טאקע שווער צו ענטפערן... מה נענה אנן זבובים קצוצי כנפיים?

קדש הילולים האט געשריבן:האלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....


---------------------------------------------!!

אויף די אלע פינטעלעך האב איך שוין טאקע נישט וואס צי ענטפערן...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:09 pm
דורך אייניקעל
קודש וואס למעשה איז דיין אפשאצונג אויף הרב טייכטל איז ער געווען א גדול בישראל?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:05 am
דורך היימישער ליטוואק
קודש, איינער וואס גלויבט נישט אין דעם ניגן איז א כופר אדער א כופר גמור?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:49 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס וויל מען פון מיר? איך האב געזאגט אז קיין איין גדול בישראל האט נישט מסכים געווען מיט די סאטמארער מהלך פון איגנארירען דער מדינה אין גאנצען. אלע האבען געהאלטען מ'דארף זיך שלאגען מיט זיי דורך אריינגייען אין זייערע פלעצער וכו', ווי מ'האט שוין גערעדט. [tag]ישראל קאפקע[/tag] האט טענות אז דער קהלה פונ'ם עדה חרדית האבען אויך אזוי געהאלטען. טענו בחיטין והודה לו בזכר קדשו. איך זאג גדולים, דו זאגסט קהלות.
אחוץ טאמער יעדער רב וואס האלט ווי סאטמאר איז שוין פאר דעם א גדול בישראל. דעמאלס ביסטו גערעכט.
און פאר דער וואס האט געפרעגט וויאזוי מעסט מען א גדול בישראל, לכאורה דער ענטפער איז א מענטש (פארשטייט זיך קודם כל אי ער א תלמיד חכם מופלג) וואס ווערט אנגעפרעגט די גרויסע שאלות פונ'ם דור, וואס תלמידי חכמים און אנשי מעשה רעכענען זיך מיט זיין דעה, א מענטש וואס אפילו נאכ'ן פטירה ווערט דערמאנט זיין פסקים, הנהגות און דעות, ער איז אריינגערעכענט. דאס וואס טייל מענטשען ווילען מכתיר זיין יעדער איינער וואס האלט ווי זיי אלס א גדול בישראל, א שטייגער ווי די מזרחניק'עס וועגען הרב טייכטאל, און די סאטמארער אויף די קנאיש'ע רבנים, דארף בכלל נישט אויסמאכען פאר א בר דעת.
און למעשה, האט מען נאך נישט קיין שום מקור אז משיח גייט זיכער נישט קומען צו א פארטיגע זאך. שטייט נישט אין חז"ל אז משיח מוז קומען צו א גשמיותדיג'ע וויסטעניש, און אוודאי גייט משיח טוהן זיינ'ס, און כפי הנראה פעלט נישט וואס צו טוהן פאר איהם.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:57 am
דורך מאיר
אייניקעל האט געשריבן:צוויי פראגערס צום טייערן "נטורי קרתא עסקן" אדער בדומה לו עסקנים וואס היטן די שטאט און ראטעווען יודן פון כפירה


א)לויט מיין ארעמע ידיעות שטעלט זיך ארויס פון חז"ל פארקערט אז דאס איז די איינציגסטע מצות פון אלע דרייצן מצות וואס זענען שוקל כנגד כל המצוות וואס מען מעג עובר זיין א שבות אום שבת, לכאורה איז עס די שטערקסטע מצוה גאר פון אלע מצות אינאיינעם, א מצוה וואס כמה ראשונים ואחרונים האבן זיך אריינגעלייגט אין א זיכערע סכנה בכדי עס מקיים צו זיין


ב) וואס האט דע פלייער, זורח אדער בכלל מצות ישוב ארץ ישראל איינגעלייגט מיט ציונות? אזוי ווייט אז מען זאל דארפן יענעם באטיטלען מיט עמלק'ס טיטל פון ימ"ש אדער יענעם אנרופן כופר אפיקורוס וכדומה




א) ישוב א"י איז שוקל קעגען אלע מצות? WOW די רעדסט שוין עקסטרעם אויף די אנדערע זייט. לויט געוויסע ראשונים איז עס א דאורייתא לויט אסאך ראשונים דרבנן, אין לויט געוויסע ראשונים גייט עס נישט אן היינט.
דאס אז א שבות איז מותר אין שבת איז נישט קיין ראיה אז עס איז א גרויסע מצוה, ממעג מחלל שבת זיין א שבות פאר א גוי אין שבת וועגן דרכי שלום, אבער דרכי שלום וועגט נישט איבער אלע מצות. (אגב דארף מען דן זיין אויב ישוב א"י איז דוחה דרכי שלום מיט די אראבער, ביידע זענען אייניג שטארק לכאורה).

ב) ישוב א"י האט נישט מיט ציונות, אבער אין אינזערע צייטען איינער וואס איז ביזי מיט ישוב א"י (אין איז א פלענער מענטש וואס איז נישט ספעציעל מדקדק זיין אויף אנדערע הלכות במסירות נפש) קימט עס פין ציונות. זיי מודה....

ג) די צדיקים וואס האבען מקיים געוען ישוב א"י מיט מסנ"פ האבען אויך אזוי געטיען מיט אנדערע מצות דרבנן קלים.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:00 pm
דורך ישראל קאפקע
@ליטוואק פון בודאפעסט,
וועלכע ווארט פון "אכציג פראצענט 'חרידישע רבנים' אין ארץ ישראל" איז דיר נישט קלאר?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:20 pm
דורך מאיר
די אישו מיט ציונות איז אפאר נקודות:

א) שלש שבועות וואס ווערט אראפגעברענגט אלס א פשטות אין ראשנים ואחרונים ובכללם החת"ס. די אברבנאל שרייבט אז רבי עקיבא "טעות" אין בר כוכבא האט גורם געווען אז ער איז נהרג געווארען דורך רוים אויף שרעקליכען אופן רח"ל.

אינטערעסנט די "קאאינסידענס" אז פינקט אין די זעלבע צייט (במשך 3000 יאר) איז געקימען א חרבן ממש אזוי עס שטייט אין גמרא. עס שטייט נישט אין גמרא נאך אזוי גרויסע עונש אויף אנדערע זאכען. "כצבאות ואילות השדה" יודען זענען אינטער מענטשען - היטלער ימ"ש.

ב) די מיינוג פין כלל ישראל (יונג אין אלט) אלע דורות איז געוען אז משיח גייט מאכען די גאולה.

ג) רוב גדולי ישראל פארען קריג האבען געהאלטען עס איז אסור. ("גדול בישראל" מיינט אז רוב שומרי תומ"צ האלטען דעם מענטש פאר א גדול בישראל)

ד) מרשעים יצא רשע, קען זיין אז די טובה פאר כלל ישראל קימט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים (הערצעל וכו')?.


איך בין אויך א שטיקל ציוני אין הארץ, פארפאלען עס איז א גרויסע תאוה, אין איך בין א פשוטער יוד. אבער איך וואטש אז מיינע געפיעלן זאלען נישט איבער דרייען די פאקטען. אז איך וויל עפעס, עס מאכט מיך פילען גיט, מיינט נישט אז דאס איז דער אמת.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:30 pm
דורך מאטי
דו קומסט מיר פאר וואו א מים שלנו שעפער אחרון של פסח, כאילו דיינע פונקטן זענען נאכנישט אויסגעשמועסט געווארן אין די פריערדיגע בלעטער.

פאר א סטארט:

איינער וואס האט ליב ארץ ישראל און מאכט עלייה, וואו פונקטליך בעגעגנט ער זיך מיט די שלש שבועות? זאגסטו אז אזא איינער איז נעמליך געשלאגן מיט ציונות.
הייסט עס "שלש שבועות" איז מען עובר במחשבה?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:33 pm
דורך מאיר
איך האב נאר געוואלט "סאמערייזען" אלע פינטקען.

איינער וואס האט ליב א"י (אזוי ווי געוויסע מענשטען האבען ליב למשל מאנסי מער ווי בארא פארק וכו') אין מאכט עליה מיז נישט זיין ציונות. איינער וואס איז ביזי מיט מצות ישוב א"י אין איז א פשוטער מענטש ווי איך אין די וואס איז נישט ספציעל מדקדק אויף מצות, קימט פין ציונות.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:40 pm
דורך מאטי
האסט אבער צוזאמגעקליבן 50% איינזייטיג צו דיין אידעלאגיע.

אויף דיין צווייטן פאראגראף האב איך דיר נאכגעגעבן, כ'האב נאר געפרעגט; את"ל ס'איז אמת, ווי אזוי שפינסטו דערמיט א העברה אויף ג שבועות.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:17 pm
דורך מאיר
מאטי האט געשריבן:האסט אבער צוזאמגעקליבן 50% איינזייטיג צו דיין אידעלאגיע.



אדרבה ברענג מיר 1 ראשון אדער גדול שבאחרונים וואס זאגעט אז ש"ש איז נישט אקוטעל. דאס וואס עס שטייט אין געוויסע פלעצער "קמעא קמעא" איז נישט קיין סתירה צי שלש שבועות פארשטייט זיך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:35 pm
דורך מאטי
איך האב שוין אייינמאהל אראפגעברענגט דעם לינק, אבער משום כבודו של הרב מאיר, וועל איך דאס נאכאמאל ברענגען. נישט קיין גרויסע זאכן, פשוט'ע וויקיפידיע.
http://he.m.wikipedia.org/wiki/שלוש_השבועות

קוק דורך דעת החולקים.

מאך זיכער די לשון הקודש'ע ווערטער גייען אריין אינעם לינק

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 3:33 pm
דורך אייניקעל
מאיר האט געשריבן:די אישו מיט ציונות איז אפאר נקודות:
ד) מרשעים יצא רשע, קען זיין אז די טובה פאר כלל ישראל קימט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים (הערצעל וכו')?.


מאיר טאקע אזויווי מאטי האט שוין ערווענט, די אלע פונקטן זענען שוין פריער אויסגעשמועסט געווארן וזיל קרי ביה

ווי א קלאסישער "כ'האב שוין אבגעמאכט מיין מיינט, פארדריי מיר נישט מיט די פאקטן" געבסטו א שיס ארויס פאקטן פון אונטער די ארבעל אן אנצוצייכענען א מקור ווי דער ליינער זאל קענען נאכקוקען
אלע פוסקים זאגן אזוי צו אזוי, רוב גדולי ישראל זאגן אזוי צו אזוי, אבער מקורות זענען נישט פארהאן

איך וויל מיר נאר באציען צו דיין לעצטע פונקט, ווי זעהן מיר אז אז די טובה פאר כלל ישראל קומט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים? אויף דעם עיין בספר מלכים ב' י"ד פסוקים כ"ג עד הסוף (צוגעברענגט פריער)
ווי הקב"ה האט געראטעוועט גאנץ כלל ישראל נאר אין די זכות פון אן אדם רשע א שונא הדת ומחטיא את הרבים ושמו ירבעם בן יואש, וואס זיין איינציגסטע מצוה איז געווען "השיב את גבול ישראל מלבוא חמת עד ים הערבה"

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:24 pm
דורך פלאוויוס
אייניקעל האט געשריבן:כ'האב זיך דערמאנט פון אפאר פסוקים אין אונזער הייליגע תורה

מלכים ב' כג בשנת חמש-עשרה שנה, לאמציהו בן-יואש מלך יהודה--מלך ירבעם בן-יואש מלך-ישראל, בשמרון, ארבעים ואחת, שנה. כד ויעש הרע, בעיני ה': לא סר, מכל-חטאות ירבעם בן-נבט, אשר החטיא, את-ישראל. כה הוא, השיב את-גבול ישראל, מלבוא חמת, עד-ים הערבה--כדבר ה' אלהי ישראל, אשר דבר ביד-עבדו יונה בן-אמתי הנביא, אשר מגת החפר. כו כי-ראה ה' את-עני ישראל, מרה מאד; ואפס עצור ואפס עזוב, ואין עזר לישראל. כז ולא-דבר ה'--למחות את-שם ישראל, מתחת השמים; ויושיעם, ביד ירבעם בן-יואש. כח ויתר דברי ירבעם וכל-אשר עשה, וגבורתו אשר-נלחם, ואשר השיב את-דמשק ואת-חמת ליהודה, בישראל: הלא-הם כתובים, על-ספר דברי הימים--למלכי ישראל. כט וישכב ירבעם עם-אבתיו, עם מלכי ישראל; וימלך זכריה בנו, תחתיו. {פ}


גאר שטארק! אן אינטערעסאנטע נקודה צו באטראכטן. איך האב קיינמאל נישט געקלערט אין דער ריכטונג אז דער אויבערשטער זאל קענען אויספירן זיינע הבטחות דורך שלעכטע מלכים (הגם הערצל איז זיכער נישט ריכטיג גערופן צו ווערן שלעכט. בסך הכל א תינוק שנשבה וואס האט זיך דערוועקט צו העלפן זיין פאלק). א דאנק פאר'ן צואווייזן.