בלאט 103 פון 179
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2019 8:34 am
דורך וואלווי
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:א חידוש פון מיין אשת חיל תחי':
אז פארוואס לכבוד פורים איז מען פארנומען מיט אזויפיל הכנה דרבה, צוגרייטען משלוח מנות, זיך פארשטעלן, קאסטיומס, דאס איז לזכר ווייל המן'ס טאכטער האט באגאסען איר טאטע המן מיט א עמער פוןהכנות!!!
עמער'ס פון הכנות אויפ'ן חשבון פונ'ם טאטע'ן...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:34 am
דורך וואלווי
תניא יומא חדא אזיל רב ברוך שמשון מבית שמש לבקר בבי חמוהי בבני ברק ומאן ניהו רב ישראל ויצאו תלמידיהו דרב ישראל בכרוזא לפניו פנו מקום לחתנו כבנו דריש גלותא אהדר רב ברוך שמשון אפיה להני אינשי וקא צווח וכי מילתא מעליותא הוא להאי מאן דהוי בריה דרב בקרתא דשופריא ולא נחה דעתיה דחתנא דבי נשיאה עד שדרש בן זומא בני אהרן ולא בנות אהרן קמ"ל דעדיפא האי מאן דמיהוי חתנא דרב מבריה דרב קמ"ל והיינו דאהני ליה:
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 3:16 pm
דורך שבת אחים
כ’האב געהאט א לאנגע שמועס מיט א בנש״ק (נישט פון די וויזניץ גזע), ער איז א גרויסער ת״ח א ידען, א טיפע טראכטער. כ’האב זייער הנאה געהאט צורעדן מיט אים. ער קען אלע הויפן, אלע רבי׳ס, אלע מעשיות ביזן בעש״ט. נאך די גאנצע שמועס זאגט ער מיר. “איך ווייס נישט צו דו גלייבסט יא צי נישט, אבער דאס איז אמאל זיכער ווען דער קאצקער וואלט דיך געטראפן וואלט ער געזאגט דו ביסט די גרעסטע מאמין וואס כ’האב נאר אמאל באגעגענט”

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 11:37 am
דורך וואלווי
די היימישע געדענקען נאך אין די בראשית יארן, היבש פאר'ן סטראוק, ווי ביים רבי'ן אין מיט'ן די וואך ביים דאווענען איז געווען אן ענגען ציבור, ד'עולם האט דאך דעמאלטס שווער געארבעט ברענגען פרנסה, ווי אויך האט דאך די רבי געדאווענט צומאל קרוב צו חצות מחמת זהירות.
פאסירט אמאל איין פארמיטאג, טאקע דארט אין נעפ מענשאן, אז די רבי האט זיך היבש פארזוימט צו צוגיין צו שחרית, אזוי ארום דרייענדיג זיך מיט'ן טלית אויפ'ן אקסעל. ביינע לביינע איז שווער געווען צו האלטן די מנין. האט מען אריינגערופן דעם אלטן יאקאבאוויטש, ער איז דאך געווען א פלאמבבער און פונקט געענדיגט א דזשאבב אין געגנט.
א דארשנטיג פר' לך לך איז עס געווען, נאך פאר די רבי איז אפגעפארן קיין מייאמע. קומענדיג צו קריאת התורה האט די רבי געהייסען אויפרופען פאר שלישי טאקע יאקאבאוויטש'ן, און ווי אונז האמער געוויסט, האט די רבי געהאט טיפע חשבונות וואס ער האט געליינט פאר וועם. למעשה, האט די רבי געליינט מיט גרויס נעימות און ווי געווענטליך האט רבי צוגענדיגט מיט א שמייכל און א שטיקל הרמת קול, דעם "וחיתה נפשי בגלל"ך"...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 4:55 pm
דורך נקודת-אמת
האסט מיך דערמאנט אן עפיזאד וואס איך ווייס נישט אויב ס'האט אמאל פאסירט
אבער ווי האבן אונזערע זיידעס געזאגט: מ'דארפן מיר גלייבן אז ס'וואלט געקענט געשעהן אזוינ'ס!
והנה המעשה לפניכם, קראו ותחי נפשכם:
אין קרעטשניף איז איינגעפירט אז די רבי אליינ'ס דינט אלטס בעל קורא ביי קריאת התורה
און נישט נאר אז די טראפן זענען כידוע ע"ד רבוה"ק אזוי ווי רביה"ק דער רבי ר' הערשלי קרעטשניפער זיע"א האט שוין זיך אנגערופן
אז געוויסע בעלי קורא'ס מיינען אז די טראפן דארפן שטימען מוזיקאליש, אבער אונז ווייסן מיר אז טראפן מיינט אז ס'זאל טראפן טרערן פון די אויגן,
נישט נאר די טראפן האט דער רבי אליינס מחדש געוועהן נאר אויך די חלוקת העליות פאר וועמען צו געבן און א וואו זיך אפ-צו-שטעלן איז אויך געוועהן אלעס לדעת קדשו.
ויהי היום, ס'איז געוועהן שבת בראשית, און ביים דאווענען האט מופיע בהדרתו געוועהן איינער וואס איז געכאפט געווארן ביי א מעשה שאין כאן המקום לפורטה והמבין יבין
האט עם דער רבי מכבד געוועהן מיט עליית 'שביעי' און דער רבי האט זיך אפגעשטעלט פאר 'אחרון' ביי די פסוק: "ויקחו להם נשים מכל אשר בחרו"...
(איך ווייס אז הלכה'דיג שטימט דאס נישט וויבאלד ס'איז בלויז צוויי פסוקים פאר הפסק פרשיות
אבער מ'דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט געשעהן)
טראפן
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 1:36 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
מענין לענין ומטראפ לטראפ...
אויף א גוטע בעל קורא זאגט מען אויף איהם אז ער ליינט ווי א שיכור ! ווייל ער פארפעלט נישט קיין טראפ !!!
ביי אונז אין ס'מעדריש איז אמאל צוגעגאנגען א בעל קורא און האט געליינט ווי א נערוועזער בריסקער און האט ארויסגעשריגען יעדע תנועה - יעדע דגוש האט ער מדגיש געווען מיט אלע דוקדוקים - יעדע טראפ האט ער געזינגען ווי יאסעלע ראזענבלאט
נאכן ליינען גייט איינער צו צו איהם און זאגט איהם: " אמת אז איר זענט א וועדשיטעריען (Vegetarian)?
= יא ! אבער פון וואנען ווייסטו דאס ?
= ווייל איך האב פארשטאנען אז דאס איז נישט אייער איינציגע משוגעת !!!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:47 pm
דורך גמליאל
א קארגער האט שפאצירט מיט זיין יונגעלע אין ספרים געשעפט, שפאצירנדיג צווישן די פאליצעס רופט זיך דאס קינד אן האלטנדיג איינע פון די ספרים: די ספר געפעלט מיר, כ׳האב עס זייער ליב.
קארגער: זייער גוט, געב עס א קוש און לייג עס צוריק.....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 2:31 pm
דורך גמליאל
היינט צופרי איז מיר נמאס געווארן צו לויפן אליינס, האב איך געוויזן דאס מיטלסטע פאר אן אראבער, אונז ביידע לויף מיר נאך יעצט.....
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 1:32 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
יעקב אבינו איז געגאנגען שלאפען האט ער אונטער געלייגט שטיינער אונטער'ן קאפ.
איז שווער, פארוואס האט ער נישט אונטער געלייגט זיין פעקל וועש עס איז דאך אסאך מער באקוועם ווי שטיינער?
ענטפערט ר' בערל קליין, ווייל יעקב אבינו האט געזעהן ברוח קדשו אז עס וועט ווערען איינס און ער האט נישט געוואלט בלייבן מיר איין פאר אונטערהויזן...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 5:59 pm
דורך וואלווי
אדער אן אינטערהויזען מיט איין גרויסע לאך...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 8:32 pm
דורך מפיל קינד
מענין לבנין באותו קנין...
וואס טוט א איד וואס טרעפט זיך אין מקוה פרייטאג נאכמיטאג אן קיין וועש? איינער האט אים מסדר געווען און אפגעיאגט מיט אלע וועש, ער האט נישט גארנישט, ניטאמאל א רעקל אדער א קאוט זיך צו באדעקן... וואס טוט מען יעצט?
מ'נעמט א האנטוך, מ'דעקט גוט צו די פנים, און מ'לויפט אהיים...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 11:06 pm
דורך שמעקעדיג
אוי די בושות ווען מען זעהט אין וועלכע הויז ער גייט אריין....
(יא, ווערטלעך זענען ערלויבט...)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 11:29 pm
דורך יין שרף
מפיל קינד האט געשריבן:מענין לבנין באותו קנין...
וואס טוט א איד וואס טרעפט זיך אין מקוה פרייטאג נאכמיטאג אן קיין וועש? איינער האט אים מסדר געווען און אפגעיאגט מיט אלע וועש, ער האט נישט גארנישט, ניטאמאל א רעקל אדער א קאוט זיך צו באדעקן... וואס טוט מען יעצט?
מ'נעמט א האנטוך, מ'דעקט גוט צו די פנים, און מ'לויפט אהיים...
מען נעמט איינעמ'ס העמד, א צווייטענס הויזן און מען יאפעצט אפ..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 11:33 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:אוי די בושות ווען מען זעהט אין וועלכע הויז ער גייט אריין....
(יא, ווערטלעך זענען ערלויבט...)
יא יא, עס וועט ארומפארן אויף יעדע וואטסאפ גרופ..
ביז מאמענט וועט עס באשרייבן מיט אלע דיטעילס, אונטערן נאמען פון נישט פארגיסן יענעמס בלוט... קען נאך זיין זיי וועלן לייגן אן אויפגעבלאזענעם בילד פון יענעם אויפן דעקל, אזש מען וועט קענען זעהן אויף די ציינער זיין פרישטאג היסטערי, און ציילן יעדע האר פונעם וואנץ..
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 4:14 am
דורך שבת אחים
א ארימאן איז אמאל געגעאנגען אין מקוה ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער באמערקט אז איינער האט אים געגנבט די קליידער. האט ער זיך גענומען טאנצן. האט מען אים געפרעגט וואס איז די שמחה? זאגט ער, ביז יעצט האב איך כאטש געהאט עפעס. יעצט אז איך האב דאס אויך נישט. ערגער ווי דעם קען דאך שוין נישט זיין. ס׳קען נאר ווערן בעסער...
אין שיכון ויזניץ האט מען דאס געטוהן (ליידער) צו ר׳ הערשל שטיינמעץ מיט יאהרן צוריק ווייל ער פלעגט גיין צו ר׳ ישראל. ער איז אמאל געגאנגען אין מקוה נאכמיטאג קיינער איז נישט דארט געוועהן. האט מען צוגענומען אלע קליידער און אלע האנטיכער. ער האט געמוזט אהיימלויפן ווי אדם הראשון פארן חטא.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 9:39 am
דורך real fake news
אין סטמר האט מען עס געקענט טון אויפן גאס מהאט נישט געדארפט קיין מקוה פארדעם
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 11:32 am
דורך berlbalaguleh
דו מיינסט זיכער קראלי...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 1:59 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:יעקב אבינו איז געגאנגען שלאפען האט ער אונטער געלייגט שטיינער אונטער'ן קאפ.
איז שווער, פארוואס האט ער נישט אונטער געלייגט זיין פעקל וועש עס איז דאך אסאך מער באקוועם ווי שטיינער?
ענטפערט ר' בערל קליין, ווייל יעקב אבינו האט געזעהן ברוח קדשו אז עס וועט ווערען איינס און ער האט נישט געוואלט בלייבן מיר איין פאר אונטערהויזן...
ס'געווען אמאל א רבי וואס איז געקומען קושען די מזוזה פון עפעס א עושר צו מאכן אפאר דאללער, און צום באדויערן האט דער עושר בלויז געגעבן איין [1] דאללער, דער רבי פרעגט איהם וואס מיינט דאס ? האט ער געענפערט: אז די דאלארן אין זיין קעשענע האבן זיך ארום געקריגט יעדער האט געוואלט גיין צום רבי'ן - ביז פון אלע דאלארען זענען געווארן איין דאללער,
ביים ארויסגיין האט דער רבי איהם געוויזען דעם "מיטעלסטען פינגער" -- דער עושר פרעגט איהם וואס מיינט דאס ? האט איהם דער רבי געענפערט אז עכט האט ער איהם געוואלט געבן שלום מיטן גאנצען האנט אבער אלע פינגערס האבן זיך ארומגעקריגט ביז עס איז געווארן פאר איינס !!!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 2:46 pm
דורך יין שרף
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:יעקב אבינו איז געגאנגען שלאפען האט ער אונטער געלייגט שטיינער אונטער'ן קאפ.

מוז זיין אז דער רבי איז געווען ליובאוויטש'ע רבי, ווייל משיח וועט ווייזן מיט פינגער..
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 4:47 pm
דורך דער גאלדענער אדלער

דער עושר איז געבליבן מיט זיין עשירות און דער רבי מיט זיין פינגער, נו ווער האט געמאכט א בעסער געשעפט???
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:32 pm
דורך וואלווי
יין שרף האט געשריבן:שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:יעקב אבינו איז געגאנגען שלאפען האט ער אונטער געלייגט שטיינער אונטער'ן קאפ.
איז שווער, פארוואס האט ער נישט אונטער געלייגט זיין פעקל וועש עס איז דאך אסאך מער באקוועם ווי שטיינער?
ענטפערט ר' בערל קליין, ווייל יעקב אבינו האט געזעהן ברוח קדשו אז עס וועט ווערען איינס און ער האט נישט געוואלט בלייבן מיר איין פאר אונטערהויזן...
ס'געווען אמאל א רבי וואס איז געקומען קושען די מזוזה פון עפעס א עושר צו מאכן אפאר דאללער, און צום באדויערן האט דער עושר בלויז געגעבן איין [1] דאללער, דער רבי פרעגט איהם וואס מיינט דאס ? האט ער געענפערט: אז די דאלארן אין זיין קעשענע האבן זיך ארום געקריגט יעדער האט געוואלט גיין צום רבי'ן - ביז פון אלע דאלארען זענען געווארן איין דאללער,
ביים ארויסגיין האט דער רבי איהם געוויזען דעם "מיטעלסטען פינגער" -- דער עושר פרעגט איהם וואס מיינט דאס ? האט איהם דער רבי געענפערט אז עכט האט ער איהם געוואלט געבן שלום מיטן גאנצען האנט אבער אלע פינגערס האבן זיך ארומגעקריגט ביז עס איז געווארן פאר איינס !!!
מוז זיין אז דער רבי איז געווען ליובאוויטש'ע רבי, ווייל משיח וועט ווייזן מיט פינגער..
מוז זיין ס'געווען סקווירא רבי, אצבע אלוקים הוא...
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 10:51 pm
דורך החוקר
זיצנדיג אינדערהיים זוכנדיג וואס צו טון, האב איך באשלאסן אז אנשטאט גיין ליידיג וועל איך פראבירן מברר זיין עטליכע שווערע פראגעס וואס נאגט שוין די וועלטס חכמים פאר טויזענטער יאר.
ואלו הן...
פארוואס זאגט מען "איך בין געשלאפן ווי א בעיבי" ווען בעיבי'ס וועקן זיך יעדע צוויי שעה?
פארוואס רעכנט מיר די באנק געלט ווען א טשעק קראכט צוליב "insufficient funds", זיי ווייסן דאך אז איך האב נישט גענוג?
פארוואס גלייבן מענטשן ווען מען זאגט זיי אז עס איז דא מיליאנען שטערנס אבער זיי מוזן זיך אליינס איבערצייגן אז די פעינט איז טאקע נאס?
פארוואס ניצט מען סטעריליזירטע נידלס פאר צום טויט פאראורטיילטע ארעסטאנטן?
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 10:56 pm
דורך רביה''ק זי''ע
החוקר האט געשריבן:פארוואס ניצט מען סטעריליזירטע נידלס פאר צום טויט פאראורטיילטע ארעסטאנטן?
פון וואו נעמסטו דאס, פון קארלינע רבי?