בלאט 12 פון 16
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 12:56 pm
דורך חכמת שלמה
ברענג מיר די רעקארדינג. דו ליגנער... סתם אויפגעבאקן, צו מאכן א מהפכה.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 1:52 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס רופסטו אים א ליגנער פשוט ווייל דו האסט עס נאך נישט געהערט?
האסט נאכנישט פארענטפערט וויאזוי עס איז תורה'דיג און מאראליש אויסגעהאלטן, זיך צו פירן אזוי בארבאריש, צו קינדער און ערוואקסענע צוגלייך.
מען קען וואוינען אין גוואטעמאלע און זיך נאך אלץ אויפירן מענטשליך.
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 2:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
חכמת שלמה האט געשריבן:ברענג מיר די רעקארדינג. דו ליגנער... סתם אויפגעבאקן, צו מאכן א מהפכה.
וואס איז שלעכט מיט א מהפכה? נאר אזוי וועלען זיי פטור ווערען פון דער רעזשים פון די יורשי וממשיכי דרכי העם הארץ הדגול
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 3:58 pm
דורך אלטער_איד
חכמת שלמה האט געשריבן:ברענג מיר די רעקארדינג. דו ליגנער... סתם אויפגעבאקן, צו מאכן א מהפכה.
איך דארף מיך נישט פארענפערן פאר א שוטה ווי דיר.....פאקט איז אז מען האט ארויסגעווארפן חנעלע הארעוויטץ- פאקט איז אז זי איז אין טאהש אנטקעגען איהר ווילן- און יעדער וואלט געוויינט.. איך האב ריקארדינגס, אבער איך האב יא רחמנות אויף איר כבוד און איר טאטעס כבוד....
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 11:09 pm
דורך אברך משי
סתם אזוי, ווייסט איינער פשט פארוואס דער אדמו"ר החדש מהעלבראנץ דרייט זיך ארום מיט א שטריימל, ווייסע בעקיטשע, און רבני'שע שטעקעלע, טאג איין טאג אויס. אלע בילדער פון עם וואס זענען ווארשיינליך געכאפט געווארן אין גרינע דינסטאג'ס אדער מיטוואכ'ס לויט ווי מ'קען בעמערקן פון זיינע משמשים בקודש מיט די בגדי חול, דאך איז דער רבי שליט"א תמיד בבחינת שבת און איז זיך מתעטף בשיראין און איז מופיע מיט זיין האלב שלאפעדיג-שמייכעלדיג געזוכט, ווי ער וואלט געווען טאהשער רבי נאך קבלת שבת. וצריך ביאור.
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 11:43 pm
דורך א איד
ווי זעהט מען די בילדער?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2018 1:14 am
דורך אלטער_איד
א איד האט געשריבן:ווי זעהט מען די בילדער?
Take a look at Rescue Levthaor Children From Child Abuse & rape (@levthaor):
https://twitter.com/levthaor?s=08מען קען דא זעהן בילדער...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2018 1:24 am
דורך אלטער_איד
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2018 1:40 am
דורך אלטער_איד
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:07 pm
דורך בן תורה
וואס גייט פאר אין קרית לב טהור היינט ?
קליפס פארן ארום ווי אפאר אמעריקאנע יונגעלייט אינאיינעם מיט פאליציי אפיצירן דרייען זיך דארט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 5:34 pm
דורך אלטער_איד
שוין געווען מאנטאג
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 6:05 pm
דורך דאכצעכמער
וואלווי האט געשריבן:ארז ארז אל תכסי דמים...
זייער שטארק
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 6:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וויל פארשטיין, א קבוצה וואקסט אויף אונטער די הרי חשך, מיט גייסטישע פירערס וואס זענען גייסטיש און מאראליש צורודערט, און די מהלך פון דער וועלט כלומר'שט גייט זיי גארנישט אן.
אבער, ראה זה פלא! ווען די רעגירונג קומט מאכען סדר, שרייען זיי פונקט ווי זייערע קאזינס אין מאה שערים און מאנסי. איז עס א גענעטישע זאך?
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 9:05 pm
דורך יהודי פשוט
מ'פארהאנדלט מיט'ן רבי'ן תמ"ל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 9:20 pm
דורך ליפא
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 9:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כמה גדולים דברי רבי חלבו שהיה אומר "קשים גרים לישראל כספחת"...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 9:40 pm
דורך איסר האטלקי
ה' ישמרנו, די אויפגעדעקטע פנימ'ער שיינען דאך.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 11:30 pm
דורך חכמת שלמה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כמה גדולים דברי רבי חלבו שהיה אומר "קשים גרים לישראל כספחת"...
יא יא רביה"ק, אזוי ווי דו זאגסט, אלעס הויבט זיך אן פון זיי. השם ישמרנו.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 11:39 pm
דורך סמבטיון
קען איינער אריינקומען מיט קלארע דעטאלן וואס דארט גייט פאר? עס פליען לעצטענס ארום א שטראם מיט בילדער ווי פאליציי מאכן סלעקציעס דארטן, אויך זעט מען אפאר היימישע יונגעלייט זיך דרייען, וואס גייט דארט פאר? ווערן די קינדער מיט די יונגע מאמעס באפרייט ענדליך? חכמת שלמה קענסט אפשר איבערגעבן א באריכט וואס שפילט זיך אפ דארט?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 11:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חכמת שלמה האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כמה גדולים דברי רבי חלבו שהיה אומר "קשים גרים לישראל כספחת"...
יא יא רביה"ק, אזוי ווי דו זאגסט, אלעס הויבט זיך אן פון זיי. השם ישמרנו.
יא יא, ווען נישט זייער רבי די גר ר' ארז וואלט גארנישט געווען, ס'איז אלץ די גרים/בעלי תשובה וואס גייען עקסטרעם, דוק ותשכח.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 12:15 am
דורך ליפא
סמבטיון האט געשריבן:קען איינער אריינקומען מיט קלארע דעטאלן וואס דארט גייט פאר? עס פליען לעצטענס ארום א שטראם מיט בילדער ווי פאליציי מאכן סלעקציעס דארטן, אויך זעט מען אפאר היימישע יונגעלייט זיך דרייען, וואס גייט דארט פאר? ווערן די קינדער מיט די יונגע מאמעס באפרייט ענדליך? חכמת שלמה קענסט אפשר איבערגעבן א באריכט וואס שפילט זיך אפ דארט?
איינער פארציילט אז העלבראנס טאכטער מרס טעלער איז לעצטענס אנטלאפן פון דארט נאר מיט 3 קינדער, מ'וויל ארויסכאפן אירע אנדערע דריי קינדער. די וואך האט א דזשאדזש דארט געזאגט אז מ'קען אריינגיין מיט פאליציי. אבער זעט אויס אז דעי לב טהור חברה דארט האבן שוין ערגעץ אוועקגעטראגן די קינדער, מ'האט זיי נישט געטראפן דארט.
Re: ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 12:18 am
דורך דער גאלדענער אדלער
די גאנצע העלברענץ פרשה קוקט מיר אויס ווי א דראמא מאווי. אבער ווען כ'זעה די אומשילדיגע קינדערלעך די זיסע בחנטע פנים'ר, טראכט איך צו מיר, גאט, וואס האבן די קליינע נעבעך געזינדיגט, די בילד מיט די קליינע קינדערלעך צונעמט מיך
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 1:47 am
דורך שמעון וואלף
יהודי פשוט האט געשריבן:מ'פארהאנדלט מיט'ן רבי'ן תמ"ל

ווער איז דער וואס פארהאנדעלט און ווי איז דאס פאר געקומען?