בלאט 12 פון 110

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:06 pm
דורך ווייס ווי שניי
בד"ה חשובע פרוי געוועזעהן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:56 pm
דורך קפנדריא
עפעס א גראוס פון בארא פארק איז נפטר געווארן, אנגעבליך א תלמיד פון ויגד יעקב מפאפא זצ"ל, ווייסט איינער מער פרטים?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:35 pm
דורך פרענטש וואנילע
בד"ה, הרבנית מאשוואר, רעבעצין גאלד ע"ה, אשת חבר הרב יעקב גאלד שחליט"א אב"ד אשוואר, בשורות טובות..

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:40 pm
דורך שמעקעדיג
אוי, בד"ה. ווי אלט?
עפעס א שייכות צו אונזער ניק "גאלד"?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:40 pm
דורך פרענטש וואנילע
קפנדריא האט געשריבן:עפעס א גראוס פון בארא פארק איז נפטר געווארן, אנגעבליך א תלמיד פון ויגד יעקב מפאפא זצ"ל, ווייסט איינער מער פרטים?


דאס איז דער טאטע פון די טוען ר' זלמן גרויז

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:42 pm
דורך פרענטש וואנילע
שמעקעדיג האט געשריבן:אוי, בד"ה. ווי אלט?
עפעס א שייכות צו אונזער ניק "גאלד"?


נישט אזוי אלט, אבער שוין אפאר יאר נישט געזונט נעבעך..

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:53 pm
דורך outspoken
זי איז געווען א שוועסטער מיט להבח''ל ירושלים'ער רב'ס רעביצין לרפו''ש

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:54 pm
דורך שרייבער
פעלדמאן?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:00 pm
דורך outspoken
שרייבער האט געשריבן:פעלדמאן?

יא

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:34 am
דורך a1b2
בד ה ר' פרץ לעפקאוויטש ראה"ק סאטמאר אנטווערפן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:12 pm
דורך קלאר
a1b2 האט געשריבן:בד ה ר' פרץ לעפקאוויטש ראה"ק סאטמאר אנטווערפן

אוי דאס געווען א טייערע איד
ווער געדענקט ווי דער ברך משה ז''ל פלעגט אזוי גלייכן צו הערן ר' פרץ

א בילד ווי ער טרעט אויף ביי די לחיים לרגל דאס אויפנעמן דעם היינטיגען סאטמאר וומ''ס רב - ר' מענדל, אלס סאטמאר אנטווערפן'ער רב

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:13 am
דורך שעפטל
בד"ה הרה"ג ר' בערל וויינטרויב ז"ל (81) פון בני ברק. לאנגיעריגע חברותא פון הגאון הגדול ר' חיים קנייבסקי שליט"א

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:44 am
דורך מ גפני
מרת ווייס אשת הרה"ח ר' נפתלי אלימלך ווייס שליט"א מנהל מוסד חוש ועסקן נמרץ פאר RCCS, נעבעך אוועקגעריסן געווארן אין יונגען עלטער נאכ'ן ליידן פון די ביטערע מחלה ה"י

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 12:40 pm
דורך קאווע טרינקער
ר' אבא פינק פון בארא פארק - פלוצלינג.
מחסידי בעלזא
חתן ר' הערש ליפשיץ פון וויען

זיין ווייב איז אוועק געפאלן פורים, אין די בעלזא שוהל 15/50, נאך מגילה ליינען. - אפאר יאר צוריק.
ער האט חתונה געהאט נאכאמאל נישט לאנג צוריק

זיין זוהן הרב שמעון, איז א דיין אין קארלסבורג בית דין. זיין ווייב איז די באקאנטע רביצין פינק פון בארא פארק.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 3:05 pm
דורך לעמיל
ר"י סלובדקא הגאון ר' עמרם סאקס זצו"ל
יעצט אועק

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 5:48 pm
דורך SHWONTS
אין בני ברק איז נפטר געווארן סלאבאדקער ראש ישיבה הגאון ר' עמרם זאקס זצ"ל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 6:02 pm
דורך לעמיל
SHWONTS האט געשריבן:אין בני ברק איז נפטר געווארן סלאבאדקער ראש ישיבה הגאון ר' עמרם זאקס זצ"ל.

קוק א תגבוה פאר דיר

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 9:30 am
דורך שעפטל
בד"ה
הגה"צ רבי שלום שניצלער זצ"ל (64) מרבני ק"ק סאטמאר (מהר"א) ירושלים.

רבי שלום האט געכאפט א הארץ אטאקע בערך דריי וואכן צוריק וויילענדיג אין אסטראליע, גייענדיג נאך געלט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:24 am
דורך קלאר
אוי הייליגע באשעפער
איך האלט עס נישט אויס

משה אליעזר'ל ע''ה איז מער נישטו
איך מיז תשובה טוהן

הילד משה אליעזר ע''ה ב''ר צבי פנחס נ''י האט גענדיגט זיין יונג לעבן נאך 7 יארען, ער האט זיך אזוי געמיטשעט אין מ'האט געמיינט אז סוכו''ס וועלן מיר מנצח זיין
איך קען נישט ציקוקען די צער פין ידידי ר' הערש פנחס

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:29 am
דורך וויליאמסבורגער
אוי וויי. ווער איז דאס בא'חן'ט קינד וואס איז נעבעך אוועק?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:03 am
דורך קלאר
סארי, איך האב פארגעסן צוצילייגן
דער קרבן ציבור איז דער זוהן פין ר' הערש פנחס ב''ר מרדכי יצחק 'מאשקאוויטש'
זאל דער בוכ''ע טרייסטן די ציבראכענע פאטער אין די גאנצע משפחה

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:42 am
דורך outspoken
אוי וויי ס'רייסט שטיקער
שששש.jpeg
שששש.jpeg (39.65 KiB) געזען געווארן 2156 מאל

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:21 am
דורך נו גוט נו
נצחו אראלים את המצוקים: ברוך דיין האמת; כ"ק האדמו"ר מסדיגורא זצ״ל - בני ברק