בלאט 12 פון 15
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 12:13 pm
דורך מבקר
.
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 4:56 pm
דורך שמעקעדיג
פאליציי האבן געפינען נעכטן אין מאנהעטן א וואלף.
אין מאנסי האט מען געטראפן 4 בערן.
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 5:05 pm
דורך ישמעאל הכהן
און אין די סיטי א קאיאטע...
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 5:48 pm
דורך שמעקעדיג
דאס איז לכאורה היינו הך,
קאיאטע איז א סארט וואלף
די סיטי מיינט מען דאך מאנהעטן.
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 5:50 pm
דורך ישמעאל הכהן
ur right
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 9:33 pm
דורך נופת צופים
ריכטיג. א קאיוטי איז א מין וואלף.
די לעצטע פאר יאר טרעפט מען זיי כסדר אין סענטראל פארק. זיי קומען פון וועסטשעסטער.
א שווערע טאג פאר די פאליציי
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 2:21 am
דורך ישמעאל הכהן
אן אףף דוטי אפיציר איז געשטארבן היינט פארנאכט ווען זיין ביציקעל אין וועלכע ער איז געפארן איז צוזעצט געווארן דורך אן עס יו ווי וועלכער האט געמאכט א יו טוירן אויף עוועניו דזשעי און ראקעוועי פארקוועי. דער עס יו ווי איז געדרייווט געווארן דורך אן אףף דוטי סקול סעיפטי אפיציר.
---
פריער אין טאג איז אן אנדערער אפיציר אויסעגאגנגען פון זיינע וואונדן נאכן זיין אין א קריטישן מצב זינט שבת ווען ער איז געשאסן געווארן אין קאפ דורך א פארברעכער. דער אפיציר ברייען מאור איז געווען אףף דוטי ווען ער מיט זיין שותף האבן באמערקט און פארדעכטיגט עמיצן צו זיין באוואפענט, ווען זיי האבן יענעם אפגעשטעלט האט יענער גלייך אויסגעשאסן אויף מאור. ער איז שפעטער געכאפט געווארן.
דער מערדער אין קאורט מיט א אידישן, רעגירונג צוגעשטעלטן, לויער.

- IMG-20150504-WA0005.jpg (181.97 KiB) געזען געווארן 4151 מאל
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:41 pm
דורך [NAMELESS]
ס׳קומט א ריזיגער רויעך פון קלויזענבוירגע מיידל סקול, לאמיר האפן עס וועט נישט שאטן פאר קיין יודיש נפש
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 12:10 am
דורך petergrifin
צװײ פאראורטײלטע מערדער האבן געמאכט א ויברח פון נ.י. סטעיטס גרעסטע – מערסטע פארזיכערטע טורמע!
http://www.nydailynews.com/news/nationa ... -1.2248902
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 12:15 am
דורך ישמעאל הכהן
פארדינט א באזונדער אשכול. שרייב עפעס צו, סאיז א מעיזשער נייעס
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 12:18 am
דורך שאולדיספריםפאקער
איינער זיצט שוין פון 03' דער צווייטער פון 08'.
צוויי רוצחים אכזריים!איינער האט שוין געהרגעט עטליכע מענטשן און שוין אנטלאפן איינמאל פון תפיסה, דער צווייטער זיצט פארן הרגנען א שעריף דורכן שיסן "22 מאל"!
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 12:40 am
דורך petergrifin
ישמעאל הכהן האט געשריבן:פארדינט א באזונדער אשכול. שרייב עפעס צו, סאיז א מעיזשער נייעס
געפאלגט
דא.
נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 8:03 pm
דורך שמעון וואלף
ענדליך ענדליך גייט מען איבער פלאסטערן די עף די אר נאך לאנגע יארן וואס עס פעלט שוין אויס.
די ארבעט וועט זיך אנפאנגן היינט נאכט און וועט דוירן ביז א האלב יאר. מ'וועט ארבעטן בלויז אין די נאכט שטונדן צווישן 11 און 6, ווען צוויי ליניעס וועלן זיין פארשלאסן. די DOT האט פארשפראכן אז עפ"י רוב וועט מען אויפברעכן און איבער פלאסטערן די זעלבע נאכט. די ארבעט וועט געטון ווערן שטאפלווייז אנגעהויבן אויף די נארט באנד פון מאנטגאמרי סט. ביז האסטאן סט. און וועט צעביסלעך ארויף גיין ביז די אר עף קעי.
די גאנצע מעשה וועט אפקאסטן א נישטיגע עלף מיליאנערס. אויף די פראגע פארוואס מ'האט עס נישט געטון ביז היינט טאמער עס קאסט נישט אזוי סאך? האבן זיי געענטפערט אז די לאגיסטישע חלק איז זייער שווער צוליב דעם וואס איבער 150,000 קארס באניצן זיך יעדן טאג מיט די הייוועי.
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 8:10 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אוי וויי די קינדערליך גיין שוין נישט האבן די רוילקויסטער רייד [emoji22]
נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 8:06 am
דורך שמעון וואלף
די נאכט איז געווען א בלעקאוט אין כמעט די גאנצע קעטסקילס ראיאן וואס האט אנגעהאלטן פאר עטליכע שעה. איך בין פיין דורכגעשלאפן די גאנצע מעשה אבער ווען כ'האב מיך אויפגעוועקט האב איך געזעהן אז מיין זייגער איז פארדרייט. ווי נאר כ'האב אנגעצינדן מיין פאון, איז געקומען צו פליען מעסעזשעס פון אלע גרופס. אינטערעסאנט אז אזויפיל מענטשן זענען אויף דרייע ביינאכט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 11:09 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: ס'דאך ליל ששי..., ניין...? אין די קאנטרי קענמען נישט גיין צו דעלי 52 אדער צו הדר גאולה אויף 18 און רוקן טשולנט און קישקע. כ'מיין אבער אז ס'דא א ריפלעיסמענט ערגעץ אין סאוט פאלסבורג אדער וואודבוירן...!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:16 pm
דורך שטילע אינגערמאן
פון די גרעסטע עפארטמענט בילדינג אין ב״פ איז די לעקטער געווארן אפגעהאקט, 5100 15th ave. דא דארט א קנאפע הונדרעט משפחות
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:49 pm
דורך [NAMELESS]
פון די היץ?
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 03, 2015 9:26 pm
דורך מאן דאמר
נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 2:14 am
דורך אלס ווייסער
נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2015 9:21 pm
דורך מאן דאמר
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 9:50 pm
דורך למדן
א בחור איז געשאסן געווארן אין א סושי סטאר לעבן מאנרא, איינער ווייסט אפדעיטס?