בלאט 12 פון 37

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:40 am
דורך מנשה לוסטיג
ס'הייסט יעצט, זייער ערענסט, לויט ווי די סימנים צייגן, און אויך אסאך מבינים אינעם געביט און איבער דעם טעמע, וואס ווערט פארהאנדעלט אינעם נושא, און ווי אנקעטעס צייגן קליפ און קלאר, אז די פראבלעם וואס ווערט געשאפן אינעם צייט פון קריזיס און נויטפאל ברענגענדיג נאך זיך פאטאלע טעותים און דערויף צייגניסן פון איבערשויער פון סימפאטיקער און קעגנער צוגילייך.. וואס?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:33 pm
דורך פרומאק
א שאד.
איך האב געהאפט דער עבודה זרה פין סקווירא וועט כאפען א מפלה בעזה"י.

נישטא נאך א פלאץ וואס מען פרעדיגט אזוי אריין אז דער רבי איז א גאט ווי אין סקווירא, אפילו חב"ד איז בעסער.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 9:48 am
דורך אוי טאטי
הבחור שאול שפיטצער, האט די וואך געשיקט א בריוו צי ׳דער איד׳, ווי ער לייגט אראפ זיינע ימים טובים טעג אין טורמע.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 10:02 am
דורך לעמיל
אוי טאטי האט געשריבן:הבחור שאול שפיטצער, האט די וואך געשיקט א בריוו צי ׳דער איד׳, ווי ער לייגט אראפ זיינע ימים טובים טעג אין טורמע.

נאר צו די איד? און נישט צו די בלאט?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 10:09 am
דורך אוי טאטי
עס קען זיין אז יא, אבער איך האב עס נישט געזען דארט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 10:22 am
דורך שמעקעדיג
אוי טאטי האט געשריבן:הבחור שאול שפיטצער, האט די וואך געשיקט א בריוו צי ׳דער איד׳, ווי ער לייגט אראפ זיינע ימים טובים טעג אין טורמע.

איך האב עס געלייענט, און נישט גע'חלומ'ט אז דער איז דאס!
איך האב זיך געוואונדערט וועלכע שפיצער דאס איז!
אפגעזעהן צי ער איז גערעכט - ס'איז זייער א הארציגע בריוו. סאם-האו האט עס מיר זייער באנומען.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 1:27 pm
דורך געפילטע פיש
מיינסט טאקע אז ער האט עס געשריבן? עכ"פ האט ער עס געלאזט שרייבן, אזוי ווי די בריוו פונעם יאפאנעזע בחור.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
נאר ווער דען שרייבט אזא בריוו מיט אלע דעטאלן?
האסט עס בכלל אפילו געלייענט?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 1:53 pm
דורך גוטזאגער
אויב איינער איז וויליג זאל ער זיך מיען און אריבערברענגן די בריוו אין קאווע שטיב

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 9:45 pm
דורך זר זהב
ער באדאנקט זיך פארן שיקן אים די איד יעדע וואך.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:37 pm
דורך פאנדיט
געפילטע פיש האט געשריבן:מיינסט טאקע אז ער האט עס געשריבן? עכ"פ האט ער עס געלאזט שרייבן, אזוי ווי די בריוו פונעם יאפאנעזע בחור.

וואס פאלט דיר ביי יאפאנעזער בחור'ס בריון זענען נישט אמת? כ'ווייס אז ס'איז יא אמת

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:02 pm
דורך מיקוה נייעס
געפילטע פיש האט געשריבן:מיינסט טאקע אז ער האט עס געשריבן? עכ"פ האט ער עס געלאזט שרייבן, אזוי ווי די בריוו פונעם יאפאנעזע בחור.

אפשר זאגסטו מיר וואס שטערט דיר אז ער האט דאס געשריבן ??

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:50 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:נאר ווער דען שרייבט אזא בריוו מיט אלע דעטאלן?
האסט עס בכלל אפילו געלייענט?

ניין.
פאנדיט האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:מיינסט טאקע אז ער האט עס געשריבן? עכ"פ האט ער עס געלאזט שרייבן, אזוי ווי די בריוו פונעם יאפאנעזע בחור.

וואס פאלט דיר ביי יאפאנעזער בחור'ס בריון זענען נישט אמת? כ'ווייס אז ס'איז יא אמת

ארלעדיגט, וועט מען מוזן זאגן אז ער איז געווארן א יודע ספר אין יאפאן.
מיקוה נייעס האט געשריבן:אפשר זאגסטו מיר וואס שטערט דיר אז ער האט דאס געשריבן ??

שטערט מיר כלל נישט, כ'האב נאר געווארפן אן השערה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 9:05 pm
דורך דולה ומשקה
לאמיר נישט פארגעסן,
אין תפיסה זיצט א בחור, וואס האט זיך עטליכע חדשים צוריק פארמאסקירט זיין פנים, פיר אזייגער פארטאגס האט ער שפאצירט אין די הענט האט ער געהאלטן נישט קיין אור החיים אדער מאור עינים..., ער האט שפאצירט מיט א כוונה צו א געוויסע אדרעסס, כ'ווייס נישט וואס, אבער דער בעל הבית וואס האט געוואוינט אין יענער אדרעסס איז פארברענט געווארען אויף א גרויסע חלק פון זיין קערפער. ס'געוועהן א קאורט קעיס, דער דזאדזש האט גע'פסק'נט אז 'שאול שפיצער' האט געוואלט פארברענען א צווייטע, אין מ'האט איהם געגעבען דערפאר זיבען יאר תפיסה.

כעת עתה זיצענדיק אין תפיסה, איז דערווייל אדורך זיין ערשטע חנוכה, שמונת ימי אורה. מיר זענען זיכער אז זיין 'רבי', דעם אויף וועמענ'ס כבוד דער בחור האט זיך אנגענומען, האט ארויס גענומען פון זיין צייט צו זאגען א קפיטל תהלים, כ'רעד נישט פון שבת פאר שחרית, נאר ארויס גענומען דאס תהלים'ל פאר זיין 'באטלערס' אויסלייז (אין אויך לרפואה שלימה פאר דעם פארברענטן איד).

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 9:14 pm
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ פאר די הודעה, האסט מיך דערמאנט נעבעך פון דעם שפיצער
יושבים האחרונים משכחים יושבים הראשונים

אויב תפילה העלפט: ה' פליז ברענג אים אהיים, ער - און בעיקר זיינע משלחים - האבן שוין באקומען דעם לעקציע

נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:56 am
דורך מאיר_וואלף
קאווע טרינקער האט געשריבן:ייש"כ פאר די הודעה, האסט מיך דערמאנט נעבעך פון דעם שפיצער
יושבים האחרונים משכחים יושבים הראשונים

אויב תפילה העלפט: ה' פליז ברענג אים אהיים, ער - און בעיקר זיינע משלחים - האבן שוין באקומען דעם לעקציע

וואס מיינען די ווערטער?

נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 2:08 am
דורך יאיר
כוונת שותה קבה הוא דברוב ענותנותו לא ידע גדל מדרגתו, וחשב בעצמו שתפילתו תפילת הדיוט אינה ראויה שתעלה לפני כסא הכבוד. ודפח"ח.

נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 9:46 am
דורך קאווע טרינקער
דולה ומשקה, דו שאצט מיך איבער.
מאיר וואלף, אז דו האסט צייט, זיי חוקר, און זאג דו מיר צו א מענטש איז מחויב צו גלייבען אז תפילה העלפט.
איך זאג נישט אז ס'איז נישט דא קיין חיוב תפילה -עכ"פ בעת צרה, לויט רמב"ם - אבער פון דא ביזן זיין מחויב צו גלייבען אז מיין תפילה העלפט.. איך בין נישט זיכער, אדרבה, זיי מברר.

נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 11:40 am
דורך ברסלבער
ווי אזוי איז מען דאס חוקר?
איך מיין אז די בעסטע וועג איז עס אויסצופרובירן, וועט מען זעהן אויב עס ארבעט.
איך האב עס אויספרובירט און עס האט געארבעט וואונדערבאר ב"ה.
נישט איין מאל, נישט צעהן מאל, און נישט הונדערט מאל, האב איך געהאט זאכן וואס האט עס אויסגעזעהן ווי איך וועל זיך בשום אופן נישט קענען אן עצה געבן דערמיט, און איך האב פשוט געבעטן דעם אייבערשטן, און איך האב געזעהן געוואלדיגע ישועות (איך דארף עס טאקע אריינלייגן אינעם דבר יום ביומו).
אדרבה פרובירט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 11:46 am
דורך קאווע טרינקער
האסט פראבירט אן תפילה?
אפשר וואלסטו געהאלפן געווארן בכל אופן?

און מאן יימר אז גאט דיר געהאלפן צוליב דיין תפילה? אפשר האט ער געהאט אן אנדערע חשבון?

און אפילו נניח אז ס'העלפט יא, דארף מען חוקר זיין צו ס'איז דא חיוב אמונה אויף דעם

נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 11:51 am
דורך מאיר_וואלף
קאווע טרינקער האט געשריבן:דולה ומשקה, דו שאצט מיך איבער.
מאיר וואלף, אז דו האסט צייט, זיי חוקר, און זאג דו מיר צו א מענטש איז מחויב צו גלייבען אז תפילה העלפט.
איך זאג נישט אז ס'איז נישט דא קיין חיוב תפילה -עכ"פ בעת צרה, לויט רמב"ם - אבער פון דא ביזן זיין מחויב צו גלייבען אז מיין תפילה העלפט.. איך בין נישט זיכער, אדרבה, זיי מברר.

"כי א-ל שומע תפלות ותחנונים אתה"
"כי אתה שומע תפלת כל פה עמך ישראל ברחמים"
וואס דען העלפט?

נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:02 pm
דורך קאווע טרינקער
דו .... כ'וויל נישט זאגן וואס.

איינער זאגט דא אז ה' הערט נישט?

נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:07 pm
דורך מאיר_וואלף
עס מיינט נישט אז עס העלפט אויף די מנוט,
אדער, אזוי ווי דיר, צי ווי מיר, שמעקט,
אבער, ווי מעג מען אין דעם מסופק זיין?