בלאט 12 פון 14

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:51 am
דורך וויליאמסבורגער
ראמני האט שוין גערופן אבאמא צו גראטולירן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:52 am
דורך זר זהב
ראשעקאל האט געשריבן:אין קאלאראדא האט געווינען צו ליגעלייזען מארעוואנא!
WOW!

גוט!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:52 am
דורך [NAMELESS]
ראמני גייט רעדן ביז געציילטע מינוט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:55 am
דורך [NAMELESS]
ראמני רעדט!!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:08 am
דורך שמעקעדיג
שמואל הלוי האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ביידע האבן ווארשיינליך שוין אנגעגרייט דרשות אויף ביידע זייטן.

איך וואלט געוואלט זעהן אבאמא'ס געזעגענונגס דרשה, און ראמני'ס איינצוג דרשה.

ס'איז בערך די זעלבע ווי צד השני נאר געטוישט די נעמען..

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:14 am
דורך חד גדיא
די צוויבעל באריכטעט איבער אבאמא'ס זיג....
http://www.theonion.com/articles/defeat ... ous,30281/

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:32 am
דורך [NAMELESS]
אבאמא גייט רעדען עני סעקענד

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:36 am
דורך [NAMELESS]
אבאמא איז דא!!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:38 am
דורך חד גדיא
אבאמא און די משפחה פאר די דרשה:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:24 pm
דורך הרב_שלום
אין קרית יואל האבען 92% געוועלט פאר ראמני
איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז 92% קרית יואל איינוואוינער מאכען מער ווי 250,000 א יאהר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:26 pm
דורך גאלד
די 57 מיליאן ראמני וויילער מאכן יא 250 טויזענט א יאר?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 10:01 pm
דורך שרייבער
הרב_שלום האט געשריבן:אין קרית יואל האבען 92% געוועלט פאר ראמני

ווי האט יענער געזאגט א גוט ווערטל
די אהרונים האבן 92 פראצענט, ווייל די אהרונים זענען דאך לשיטת הבני יואל ציונים, און די ציונים האבן קאמפיינט קעגן אבאמא, מוז זיין אז די אלע באלאנגען צו די אהרונים, ווייל די אנדערע זענען דאך פון די ברכיים שלא כרעו לבעל ודוק

אריין אין צימעס....

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:05 pm
דורך שמעקעדיג
דערמאנסט מיר אן אנדער צימעס ווארט, אז באמת זענען די אהרונים קוים 50 פראצענט, אבער "מיט די ווינט" שפירט זיך עס ווי 92 פראצענט..
די זעלבע קען מען זאגן דא בדרך אפשר, מעגליך אז אבאמא וואלט פארלוירן, ער וואלט נישט געהאט אזויפיל שטימען, אבער מיט די ווינט (פון הוריקעין סענדי) האבן זיך זאכן געטוישט לטובתו.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:10 pm
דורך שמעקעדיג
יאנקל האט געשריבן:אבאמא ווישט אפ א טרער ביים באדאנקען זיין קאמפיין שטאב.

משוגעים. מ'אפלאדירט און מ'קלאטשט ווי משוגע ווען ער לאזט דעם טרער...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:27 pm
דורך משה געציל
גאלד האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:אין קרית יואל האבען 92% געוועלט פאר ראמני
איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז 92% קרית יואל איינוואוינער מאכען מער ווי 250,000 א יאהר


די 57 מיליאן ראמני וויילער מאכן יא 250 טויזענט א יאר?


איך ווייס נישט צו די 57 מיליאן ראמני וויילער מאכן יא 250 טויזענט א יאר, אבער טרעף מיר נאך א פלאץ ווי איבער %70 פון די קאמיונטי לעבט אינטער די ארימקייט שטאפלן וואס ראמני זאל זיין אזוי שטארק.
איך זאג נישט אז מען טאר נישט שטימן פאר ראמני וועגן דעם. עס קומט מיר נאר פאר ווי א מיטל יעריגע איד ביי מיר אין ביהמ״ד -וואס פארמאגט נישט קיין גרינע ניקל אויסגעשריבן אויף זיין נאמען- און האט זיך ארומגעדרייט שרעקליך צובראכן א טאג נאך די וואלן, ווי אחד מן הנגידים וואס גייט יעצט אנפאנגן צאלן שווערע איינקומפט שטייערן א דאנק אבאמס ווידער ערוויילונג.
קען טאקע זיין אז פאר א איד וואס וויל אנפאנגן ארבעטן כשר וישר איז טאקע שווערער אינטער א דעמאקראטישע אדמינאסטראציע, ווייל די מינוט וואס מען מאכט אביסל אויף צו לעבן דארף מען אנפאנגן צאלן שווערע שטייערן. אבער די אלע וואס קופקעווען עלף אזייגער אין פאליש זענען נישט אינטערעסירט צו שוויצן אביסל פאר זייער געלט (איים סארי איך בעט דיך איבער...), עס איז זיי אסאך געשמאקער מטביל צו זיין די טאנא סענדוויטש אין סמייטע בשעת׳ן הערן קאלמעבאסער און שימפן אויף די ליבעראלן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:32 pm
דורך שמעקעדיג
משה געצעלע, צוקער זיס ווי שטענדיג... :like

משה געציל האט געשריבן:א מיטל יעריגע איד ביי מיר אין ביהמ״ד - וואס פארמאגט נישט קיין גרינע ניקל


אפשר איך בין עס? איך פארמאג נישט קיין גרינע ניקל.
א גרינע ניקל?
אפשר מיינסטו א גרינע פיקל?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:57 pm
דורך משה געציל
שמעקעדיג האט געשריבן:משה געצעלע, צוקער זיס ווי שטענדיג... :like

משה געציל האט געשריבן:א מיטל יעריגע איד ביי מיר אין ביהמ״ד - וואס פארמאגט נישט קיין גרינע ניקל


אפשר איך בין עס? איך פארמאג נישט קיין גרינע ניקל.

ווי אזוי פלעגט נאר דער רבי׳ זאגן? איך מיין נישט קיינעם און ווער עס מיינט איך מיין אים אים מיין איך טאקע... דזשאסט קידינג...
שמעקעדיג האט געשריבן:א גרינע ניקל?
אפשר מיינסטו א גרינע פיקל?

מיטן ניקל פיקל, דערמאנסטו מיר פון די אלטע פלאמ׳ס סטאר אין ווילאמסבורג, נאך בעפאר מען האט עס איבער געמאכט (איינער געדענקט נאך?), וואו עס פלעגט הענגן א טאוועל העכער די זויערע איגערקעס ״א פיקל פאר א ניקל״ (איך רעד נאך פון די צייטן וואס דעמאלטס האט מען פאר א ניקל... וואטעווער...). קומט אמאל אריין צו גיין א אלטישקע שפארזאמע פרוי, און קראצט אפיר פון גאנץ אונטען א קליינטשיגע אויסגעדארטע איגערקע האפענדיג זיך צו שפארן אפאר צענט, גייט צו צום געשעפטסמאן און פרעגט אים, וואס קאסט דער קליינטשיגער פיקעלע? דער געשעפטסמאן -א זיס אידל- ענטפערט איר ״דער קליינער פיקעלע קאסט נאר א ניקעלע״...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:17 am
דורך זר זהב
גוט גוט... א טרעפיק רעפארטער פאר די לאקאלן פאקס טעלעוויזשאן אין טולסא אקלאהאמע איז געווען עפעס גאר דזשענערעס מיט זיין טראפיק באריכט... ער האט געוויזן דעם בעסטן וועג וויאזוי צו פארן קיין קאנאדא פאר די וואס ווילן זיך אריבערציען נאך וואס אבאמא האט געווינען... ווידעא

http://www.mediaite.com/tv/local-traffi ... to-canada/

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:48 am
דורך זר זהב
יאנקל, ראמני איז נישט דער גרעסטער רחמנות דא. אמעריקע איז.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:37 pm
דורך זר זהב
פאול בעגאלע:

Given those economic realities, it is amazing that Obama wasn’t impeached. The fact that he has been reelected is the surest sign that his parents gave him the right name: “Barack,” which means “blessed.”

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:45 pm
דורך ניו יארק
זר זהב האט געשריבן:יאנקל, ראמני איז נישט דער גרעסטער רחמנות דא. אמעריקע איז.

איך האב שוין צוויי מענשען וואס האלטן אזוי: זר זהב און מיט ראמני (פאול רייען האב איך בכוונה נישט געשריבען, איך מיין אז 2016 וועט מען געוואהר ווערן אז ער האלט אז ער איז בעסער ווי ראמני)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:46 pm
דורך זר זהב
מיין ברודער האלט אויך אזוי, איז שוין דריי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:55 pm
דורך זר זהב