בלאט 13 פון 15

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:09 pm
דורך שקד
גדליה האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט "מירא דכיא"

אדער 'מאנצי ווישניץ'

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:11 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פאר מיר איז תפארת מרדכי אויך גוט. למשל. תפארת ישראל קענמען זאגן. אבער תפארת מענדעלע קענמען נישט זאגן. חוץ ע"י שוואנצאנעס. דארט קענמען אלעס טראכטן און זאגן. ביז די רבי שליט"א וועטצעך אויפרעגן אויף איהם...!

אין עולם הישיבות איז נישט דא דעם פראבלעם. מ'געט א נאמען חידושי רבנו משה וכדו' און פערטיג. ס'סאונד ווי עפעס א ראשון.
אדער נאך בעסער, וואס איז ראנג מיט די נאמען אליינס, אזוי ווי דער "מרדכי"...

וואלווי: ווייל ביי אונז אונגארישע אידן איז נישט גענוג דער נאמען. ס'דארף זיין צוגעטשעפעט עפעס א שטעטעלע אויך. אזוי ווי למשל מלפנים אבדק"ק הוידו נאנאש. אדער שאראש פאטיק. אדער גאר קיש קיריי. אדער פיש פיק לאדאני...!

אדער אזוי ווי מאנטיווידעא..

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:11 pm
דורך גדליה
נאך א פאר הצעות:

כסף מרדכי
לבושי מרדכי
גאון מרדכי
בני מרדכי
רבי מרדכי בעל הצעטליך
רבי מרדכי ממאנסי
רבי רבי מאטעלע
מטא משמיה
מטה הגר
מטה מטה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:13 pm
דורך וואלווי
גדליה האט געשריבן:נאך א פאר הצעות:

כסף מרדכי
לבושי מרדכי
גאון מרדכי
בני מרדכי
רבי מרדכי בעל הצעטליך
רבי מרדכי ממאנסי
רבי רבי מאטעלע
מטא משמיה
מטה הגר
מטה מטה

האסט בעסער געטויגט פאר פרחיה...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:18 pm
דורך גדליה
למעשה האב איך שוין א נאמען געגעבען מיין יונגעלע קדושת מרדכי.
וואס טוה איך דא ווייטער? זאל איך עם אנהייבן רופען אור האמת'ל?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:20 pm
דורך וואלווי
גדליה האט געשריבן:למעשה האב איך שוין א נאמען געגעבען מיין יונגעלע קדושת מרדכי.
וואס טוה איך דא ווייטער? זאל איך עם אנהייבן רופען אור האמת'ל?

אין אמת אריין ביסטו אליינס שילדיג. ווייל ער'ט קיינמאל נישט ליב געהאט די בני ברק'ע גוזמאות...

קענסט עם רופען אמתי, כמו בטאלנא

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:27 pm
דורך שקד
וואלווי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:למעשה האב איך שוין א נאמען געגעבען מיין יונגעלע קדושת מרדכי.
וואס טוה איך דא ווייטער? זאל איך עם אנהייבן רופען אור האמת'ל?

אין אמת אריין ביסטו אליינס שילדיג. ווייל ער'ט קיינמאל נישט ליב געהאט די בני ברק'ע גוזמאות...

קענסט עם רופען אמתי, כמו בטאלנא

ברוך מרדכי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:29 pm
דורך וואלווי
שקד האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:למעשה האב איך שוין א נאמען געגעבען מיין יונגעלע קדושת מרדכי.
וואס טוה איך דא ווייטער? זאל איך עם אנהייבן רופען אור האמת'ל?

אין אמת אריין ביסטו אליינס שילדיג. ווייל ער'ט קיינמאל נישט ליב געהאט די בני ברק'ע גוזמאות...

קענסט עם רופען אמתי, כמו בטאלנא

ברוך מרדכי

פורים נאך עד דלא ידע קען זיך מאכן א פראבלעם...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:30 pm
דורך שקד
אויב מ'רעדט פון אמת, אפשר זיין עכטע נאמען - בוגי מען

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:33 pm
דורך גדליה
שקד האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:למעשה האב איך שוין א נאמען געגעבען מיין יונגעלע קדושת מרדכי.
וואס טוה איך דא ווייטער? זאל איך עם אנהייבן רופען אור האמת'ל?

אין אמת אריין ביסטו אליינס שילדיג. ווייל ער'ט קיינמאל נישט ליב געהאט די בני ברק'ע גוזמאות...

קענסט עם רופען אמתי, כמו בטאלנא

ברוך מרדכי

ס'איז געווען א גרויסע רבי אין אמעריקע וואס לעבט שוין נישט, ער האט געהייסען רבי שלמה. אקיצור ער האט געשריבען א ספר מיט'ן נאמען ברך שלמה. האט איינער געזאגט אז ס'וואלט געברויכט הייסען קלל שלמה ווייל יענע רבי האט געטויגט בעסער צו שעלטען ווי צי בענטשן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:24 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פאר מיר איז תפארת מרדכי אויך גוט. למשל. תפארת ישראל קענמען זאגן. אבער תפארת מענדעלע קענמען נישט זאגן. חוץ ע"י שוואנצאנעס. דארט קענמען אלעס טראכטן און זאגן. ביז די רבי שליט"א וועטצעך אויפרעגן אויף איהם...!

אין עולם הישיבות איז נישט דא דעם פראבלעם. מ'געט א נאמען חידושי רבנו משה וכדו' און פערטיג. ס'סאונד ווי עפעס א ראשון.
אדער נאך בעסער, וואס איז ראנג מיט די נאמען אליינס, אזוי ווי דער "מרדכי"...

וואלווי: ווייל ביי אונז אונגארישע אידן איז נישט גענוג דער נאמען. ס'דארף זיין צוגעטשעפעט עפעס א שטעטעלע אויך. אזוי ווי למשל מלפנים אבדק"ק הוידו נאנאש. אדער שאראש פאטיק. אדער גאר קיש קיריי. אדער פיש פיק לאדאני...!

אדער אזוי ווי מאנטיווידעא..

וואלווי: ניין מאנטי ווידיא איז פסול. ווייל ס'האט דאס (טמא'נע) ווארט ווידיא. כ'ווייס נישט וואספארא ווידיא. עפעס א ווידיא. די חוקרי הדורות וועללן שרייבן אז ס'איז געווען אן איראנישע זאך אז דער גרעסטער (משוגע'נער) קנאי בדורנו, ביז העלבראנס, האט געהאט א נאמען וועלכער איז געווען דער היפוך פון קדושה וטהרה, רחמנא ליצלן...!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:38 pm
דורך שושן פורים
ערעב בערל, איר ברויכט אייך היטן דאס מויל, ספעציעל אין אייער עלטער ווען די זאמד גערוך איז פון די נאנט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 12:49 pm
דורך שקד
פלוני האט געשריבן:
לחיים ולברכה האט געשריבן:ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור

אזוי?

ס'מיר א חידוש אז מ'מאכט ר' מענדעלע פון בני ברק ללעג ולקלס, פאר'ן טון זאכן ביי זיך אין חסידות, און ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס האט אלץ אריינגעשטעקט די נאז ביי יעדן, און מוחא געווען מימין ומשמאל, קריטיקירט אלץ און אלעמען, ווייל ס'נישט ביי עהם, און גארנישט! ר' מענדעלע הייסט ביים גאס עפעס קאריאוז, און ר' מאטעלע עפעס אזוי גערופענע חריף ונורא מאוד. ס'עקלט מיר.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 12:54 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים האט געשריבן:ערעב בערל, איר ברויכט אייך היטן דאס מויל, ספעציעל אין אייער עלטער ווען די זאמד גערוך איז פון די נאנט.

ערעב שושן פורים: איך האב געקענט הרב ר' אברהם לייטנער פאר אייך.און בשעת איך האב איהם צוערשט געקענט. איז ער געווען א נארמאלער רב מיט אלע מעלות שמנו חכמים. נאר ערגעץ אינמיטן וועג איז עפעס געשעהן. און ער האט אנגענומען א נייעם דרך. און איך זאג נאר וואס די וועלט האט געהאלטן...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 12:56 pm
דורך סקרן
ר' שקד איך האב צו אייך צוויי פראגעס איך דארף נישט קיין תשובה אויף קיין איינס
1. איז אייער שווער מזוו"ר געווען א מאנסיער? איז ר' מאטעלע געווען איוואלווט דיירעקטלי אדער אינדיירעקטליי מיט אייער גט?
2. אפשר אלס זכות א חתן צו ווערן היט אייך פון רעדן שטותים דברי הבל ונבלה אויף שוכני עפר און אויף ערליכע אידען

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 4:59 am
דורך [NAMELESS]
שקד האט געשריבן:
פלוני האט געשריבן:
לחיים ולברכה האט געשריבן:ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור

אזוי?

ס'מיר א חידוש אז מ'מאכט ר' מענדעלע פון בני ברק ללעג ולקלס, פאר'ן טון זאכן ביי זיך אין חסידות, און ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס האט אלץ אריינגעשטעקט די נאז ביי יעדן, און מוחא געווען מימין ומשמאל, קריטיקירט אלץ און אלעמען, ווייל ס'נישט ביי עהם, און גארנישט! ר' מענדעלע הייסט ביים גאס עפעס קאריאוז, און ר' מאטעלע עפעס אזוי גערופענע חריף ונורא מאוד. ס'עקלט מיר.

כ'ווייס נישט, חוץ ר' אהרן טייטלבוים זעה איך נישט נאך איינער וואס זאל ווען קענען אזוי אראפרייסן ר' מאטעלע זצ"ל.

אין סאטמאר איז געווען א שטיק נישט צו האבן קיין דרך ארץ פאר אים ווייל ער האט זיך נישט געשראקן פון די עסטעבלישמענט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 12:42 pm
דורך שקד
סקרן האט געשריבן:ר' שקד איך האב צו אייך צוויי פראגעס איך דארף נישט קיין תשובה אויף קיין איינס
1. איז אייער שווער מזוו"ר געווען א מאנסיער? איז ר' מאטעלע געווען איוואלווט דיירעקטלי אדער אינדיירעקטליי מיט אייער גט?
2. אפשר אלס זכות א חתן צו ווערן היט אייך פון רעדן שטותים דברי הבל ונבלה אויף שוכני עפר און אויף ערליכע אידען

היות דו 'זאגסט' דו דארפסט נישט קיין תשובה, באקומסטו עס נישט. אבער כ'וויל נאר קלאר מאכן דעם איינעם נקודה. אז כמעט יעדע רבי האט עפעס צוגעגעבן פאר'ן טובת הכלל, אנגעהויבן פון סאטמאר און געענדיגט ביי ליובאוויטש, און ער ר' מאטעלע וואס איך שרייב ר' - ווייל דאך איז ער געווען א רבי פאר זיין קהילה אין פיליס טערעס, אבער ער האט גארנישט אויפגעטון פאר'ן כלל. זילטש!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 5:35 pm
דורך שבת אחים

אבי גערעדט אין די וועלט אריין... מזעהט די האסט עפעס א באהאלטענע אגענדע...

קודם כל ר׳ מאטעלע איז געוועהן די מערסטע נאנט צו זיינע חסידים (אין זיינע געזונטע יאהרן) מעהר ווי אלע היינטיגע רביס אינאיינעם... ער איז ממש געוועהן ווי א טאטע צו זיינע חסידים. ער איז געוועהן אינוואלוועט אין אלעס... ער איז אייביג דא געוועהן לטובת הכלל... ער האט אויסגעטיילט מיליאנען דאללערן פאר צדקה- פאר פרעמדע אידן און פאר פרעמדע מוסדות.

ר׳ מאטעלע האט נאך געטוהן אזוי סאך פארן כלל ווי:

דער סקווירער רבי. וואס האט ער געטוהן פאר פרעמדע מענטשען?

דער ברך משה מיט זיינע צווייי זוהן די היינטיגע סאטמארער רביס

דער באבובער רבי׳ס

די גערער רביס

בעלזער רב

תולדות אהרן

צאנז- קלויזנבורג

און אלע אנדערע....

און זיינע מענטשען, זיינע חסידים איז ער געוועהן מעהר נאנט ווי די אלע רביס צוזאמען....

און וועגן יחזקאל אביגדור און שאולי ראפאפארט וועל איך דיר שרייבן א לענגערע תגובה און דיר ווייזן וואספארא שטותים דו רעדסט....
ער האט נישט געדארפט מוחה זיין ברבים אויף א מענטש׳ס פריוואטע עבירות.... סאיז אבסורד וואס דו פרובירסט דא צוזאגן....

ר׳ מאטעלע איז געוועהן א הייליגער מענטש- א איש קדוש- א זעלטנע אינטערסאנטע כאראקטאר, מיט אסאך אסאך מעלות וואס מהאט נישט געזעהן ביי קיינעם פון די היינטיגע רביס, איין שטיק אמת, א מענטש וואס האט אלעס געמיינט אמתדיג און לש״ש. היט דיך דיין מויל פון רעדן שטותים מיט הבלים...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 6:06 pm
דורך אישתישבי
שקד האט געשריבן:
פלוני האט געשריבן:
לחיים ולברכה האט געשריבן:ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור

אזוי?

ס'מיר א חידוש אז מ'מאכט ר' מענדעלע פון בני ברק ללעג ולקלס, פאר'ן טון זאכן ביי זיך אין חסידות, און ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס האט אלץ אריינגעשטעקט די נאז ביי יעדן, און מוחא געווען מימין ומשמאל, קריטיקירט אלץ און אלעמען, ווייל ס'נישט ביי עהם, און גארנישט! ר' מענדעלע הייסט ביים גאס עפעס קאריאוז, און ר' מאטעלע עפעס אזוי גערופענע חריף ונורא מאוד. ס'עקלט מיר.

ווייל הגם ר' מאטעלע איז טאקע נישט געוועהן וועלט'ס פיקח, האט ער קיין נארישקייטן נישט גערעדט ברבים, והראי' עס איז נישטא קיין טעיפ פין אים ווי ער רעדט נארישקייטן. ווייטער ר' מענדעלע יר"ה רעדט כסדר דברים שהשתיקה יפה להם, און דאס איז שוין מיט הייסען אז עס זאל נישט זיין קיין טעיפ.

און ר' מאטעלע האט זיך טאקע אריין געשטעקט די נאז ביי זיינע חסידים, אמת, מיט די שעות צעטליך וכו', אבער נישט אויפצובויען וויזניץ און זיך אליין קיין כי הוא זה, נאר אויף אידישקייט און וויפיל מען לערנט, מען האט נישט געמוזט קומען צו טיש, עס איז אנגעגאנגען א נפיחה קטנה. משא"כ דיין לויזע בריאה וואס האט דער באשעפער טיף טייער אויב ווייסט ער וואס דאס איז בכלל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 6:06 pm
דורך שקד
איך ווארט שוין עטליכע טעג אויף 'פריוואטע מעסעדזש' וואס איז קיינמאל נישט געקומען..
און איך האב געשריבן אז פאר זיינע מענטשן איז ער געווען געטריי, זאגסטו איבער מיינע ווערטער? אבער ווען מ'איז געקומען צו עהם וויינען וועגן 'זיינע מענטשן' וואס האבן מאלעסטעד און נאך ערגער - האט ער געזאגט, כ'דארף לערנען כ'האב נישט קיין צייט פאר דעם..
מזל באסעס איז געווען א פריוואטע פייט, האט ער דערפון געמאכט א צימעס און עס אנגעדרייעט ביז ס'געקומען צו רציחה, האט ער צוגעשטאפט זיינע אויערן. און פלוצלינג דער אהרוני מאכט א שערי חמלה.. העי העי.. דער מאנסיער שרייעט ווי א הונט!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 6:13 pm
דורך שקד
אישתישבי האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:
פלוני האט געשריבן:
לחיים ולברכה האט געשריבן:ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור

אזוי?

ס'מיר א חידוש אז מ'מאכט ר' מענדעלע פון בני ברק ללעג ולקלס, פאר'ן טון זאכן ביי זיך אין חסידות, און ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס האט אלץ אריינגעשטעקט די נאז ביי יעדן, און מוחא געווען מימין ומשמאל, קריטיקירט אלץ און אלעמען, ווייל ס'נישט ביי עהם, און גארנישט! ר' מענדעלע הייסט ביים גאס עפעס קאריאוז, און ר' מאטעלע עפעס אזוי גערופענע חריף ונורא מאוד. ס'עקלט מיר.

ווייל הגם ר' מאטעלע איז טאקע נישט געוועהן וועלט'ס פיקח, האט ער קיין נארישקייטן נישט גערעדט ברבים, והראי' עס איז נישטא קיין טעיפ פין אים ווי ער רעדט נארישקייטן. ווייטער ר' מענדעלע יר"ה רעדט כסדר דברים שהשתיקה יפה להם, און דאס איז שוין מיט הייסען אז עס זאל נישט זיין קיין טעיפ.

און ר' מאטעלע האט זיך טאקע אריין געשטעקט די נאז ביי זיינע חסידים, אמת, מיט די שעות צעטליך וכו', אבער נישט אויפצובויען וויזניץ און זיך אליין קיין כי הוא זה, נאר אויף אידישקייט און וויפיל מען לערנט, מען האט נישט געמוזט קומען צו טיש, עס איז אנגעגאנגען א נפיחה קטנה. משא"כ דיין לויזע בריאה וואס האט דער באשעפער טיף טייער אויב ווייסט ער וואס דאס איז בכלל.

ר' מאטעלע האט געפייגערט פאר קנאה! דאס איז ער געווען אלע יארן, דערפאר האט ער געשימפט קעגן ר' משה'לע זיין הייליגע ברודער, און אריינגענומען זיין שרוליק וואס איז געווען א פרעכע עזות פנים פאר'ן טאטן - מיטן צוהעלפן דעם מאנסיער צו מאכן א שטונק אז מ'דארף לייטשענען אפ'גט'ן.
ער האט מקנא געווען קרית יואל, און האט גע'כעס'ט ווען זיי האבן זיך געבויעט מימין ומשמאל, ער האט פארלאנגט ירושה פון זיין שווער דער אלטער סקווערער זצ''ל - אבער זיין שווער האט עהם צוריקגעוויזן ווייל ער האט געהאט א בן יחיד פארוועם ער האט עס געוואלט געבן, האט ער געפייניגט זיין שוואגער ווען ער האט נאר געקענט. ר' מענדעלע האט ער קיינמאל נישט אויפגענומען כאטש ר' מענדעלע האט עהם קיינמאל נישט בארעדט, האט ער עהם פאר'מיאוסט.
ס'באקאנט די מעשה פון טאשער צדיק וואס האט געבעטן פון ר' מאטעלע געלט אפצושטעלן מחלוקת. און ר' מאטעלע האט זיך אפגעזאגט - אבי צו פייטן מיט זיין פארשטונקענע קנאות

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 6:35 pm
דורך אדונינו

זאג מיר רב שקד, דו הייסט אפשר יוקל ווייס?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 8:49 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: ס'איז א מלחמה צווישן ר' מאטעלע מ'וויזשניץ מאנסי זצ"ל. און ר' שקד. אונזער גוטער פריינט האלט אז ר' מאטעלע איז געווען א פראסטער מענטש. א שווינדלער א בעל מחלוקת און מחרחר ריב. ער האט קיינמאל גארנישט געגעבן קיין צדקה. און ער האט געהאט קנאה אויף א יעדן איינעם און זיך אריינגעשטופט זיין נאז, כלשונו. און נאך, און נאך ..."שבחים"...!

אינטרעסאנט. די וועלט האט געקענט אן אנדער'ן אדמו"ר מ'וויזניץ-מאנסי. א איד א גרויסער גאון און פוסק. א בעל מידות טובות און א גרויסער בעל צדקה וחסד...און ער האט געהאט א נעפיו וועלכער האט גערודפ'ט זיין ברודער עד חורמה. און ער האטציך מרחם געווען אויף זיין קרוב. און ער האט איהם אריינגענומען צו זיך. און ר'האט איהם מקרב געווען און געהאלפן...!

רבותיי. ווער איז דא גערעכט. מר. שקד אדער דער צדיק וואס איז שוין געגאנגען לחיי העולם הבא..?!

מר. שקד. וואס האלטסטו אליין...? דער עולם וועט דיר גלייבן אדער נישט...?