בלאט 14 פון 179

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 8:11 pm
דורך עוד מישהו
א מענטש האט ארויס גענומען אן איי פון פריזשידער, פלוצלינג האט עס אראפגעטראסקעט אויף דער ערד, עס האט זיך צעבראכן, צו זיין גרויס וואונדער איז ארויס א זשעני.
די זשעני זאגט אים "קענסט בעטן פון מיך איין זאך וואס איך וועל טון פאר דיך".
רופט זיך אן די מענטש, "קוק אהער, איך וואין אין בני ברק, מיינע עלטערן וואינען אין ניו יארק, זיי ווילן איך זאל קומען אויף יעדע צווייטע יו"ט, ס'קאסט צופיל געלט צו פליען, בוי אויף א בריק פון ארץ ישראל קיין אמעריקע מ'זאל קעען פארן מיט א קאר".
רופט זיך אן די זשעני, "דאס איז צו שווער און א גרויסע זאך בעט עפעס קליין נארמאל",
זאגט די מענטש, "ווייסטו וואס, איך האלט מיך אין איין ארום שלאגן מיט מיין שוויגער, מאך שלום צווישן אונז ביידע".
זאגט דער זשעני, "פיין איך נעם זיך שוין צו דער ארבעט, איך הייב אן אויפשטעלן די בריק".

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 8:14 pm
דורך טאמבל סאס
איים סארי, אבער ס'סאקט אוועק. אזא וויץ זאגט זיך נישט גוט אין אידיש.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 11:16 pm
דורך געפילטע פיש
די פאנטש ליין קומט: זאגט די דזשעני, וועלכע קאליר ווילסטו די בריק?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 8:58 am
דורך outspoken
מיקוה נייעס האט געשריבן:א באמבע איז געפאלן אויף א ישיבה אין בני ברק, און געלונגען אויף איין בעט, צוויי בחורים זענען געשעדיגט געווארן...



ר' חיים קנבסקי שליט''א האט נעכטן געשריבען אין א בריוו אז קיין באמבעס וועלן נישט פאלן אויף בני ברק ווייל ס'איז אן עיר התורה.
(אחוץ אז די האלטס ווי ר' נחום רז''ב אז ס'איז העיר הפ'...)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:16 am
דורך קאווע טרינקער
רבי חיים בויט דאס אויף א מימרא פון חזון איש (ביי זיי איז דער חזון איש אזוי ווי "די רבי זכותו יגן עלינו" - פארשטייסט? (ביי מיר אויך BTW))


יענקל מיללער זאגט:
איך בין יעצט מער בשמחה ווי ביי די סיום הש"ס
פארוואס?
דעמלאט בין איך געווען שולדיג 2503 בלאט, יעצט בין איך נאר בי-היינד 90 בלאט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:36 am
דורך outspoken
קאווע טרינקער האט געשריבן:רבי חיים בויט דאס אויף א מימרא פון חזון איש (ביי זיי איז דער חזון איש אזוי ווי "די רבי זכותו יגן עלינו" - פארשטייסט? (ביי מיר אויך BTW))
ט


מ'דארף מאכען אן עקסטערע אשכול וואס אלץ האט דער חזון איש געזאגט אויף בני ברק, ראקעטן, עין הרע און וואס נאך? אלע נפקא מינה'ס להלכה, און צו ער האט אויך עפעס געזאגט אויף זיין געבורט'ס שטאט קוסובה.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:16 am
דורך gehlungen
outspoken האט געשריבן:
מיקוה נייעס האט געשריבן:א באמבע איז געפאלן אויף א ישיבה אין בני ברק, און געלונגען אויף איין בעט, צוויי בחורים זענען געשעדיגט געווארן...



ר' חיים קנבסקי שליט''א האט נעכטן געשריבען אין א בריוו אז קיין באמבעס וועלן נישט פאלן אויף בני ברק ווייל ס'איז אן עיר התורה.
(אחוץ אז די האלטס ווי ר' נחום רז''ב אז ס'איז העיר הפ'...)

So what's the JOKE???

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 4:41 pm
דורך ונבנתה העיר
יארמער רב זאגט:
מען האט געזאגט פאר ר"ח קניבסקי אז דער דאלער פאלט, האט ער געזאגט דער חזון איש האט געזאגט אז אין בני ברק וועט נישט פאלן...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 4:52 pm
דורך שמעקעדיג
נעוואדע נישט, דארט פאלט נאר דער שקל

תגובה איבער א מעשה שהי'

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:22 am
דורך berlbalaguleh
ס'זיצן צוויי מחותנים ביי א טיש. דער שמועס האט זיך אריינגעצויגן אין די סוגיא פון געבן קעסט. איין מחותן זאגט אז ר'עט געבן דריי יאר קעסט. זאגט דער צווייטער מחותן איכ'ל געיבן פינעף יאר. איז דארט געזיצן איינער א גבר אלים א מאפיאנער. האט ער זיך אנגערופן "איךקען דיר געיבן א "קעסט" פאר'ן גאנצן לעבן... :lol:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:11 am
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'זיצן צוויי מחותנים ביי א טיש. דער שמועס האט זיך אריינגעצויגן אין די סוגיא פון געבן קעסט. איין מחותן זאגט אז ר'עט געבן דריי יאר קעסט. זאגט דער צווייטער מחותן איכ'ל געיבן פינעף יאר. איז דארט געזיצן איינער א גבר אלים א מאפיאנער. האט ער זיך אנגערופן "איךקען דיר געיבן א "קעסט" פאר'ן גאנצן לעבן... :lol:

זר זהב: שקויעך פאר'ן לייק. דער דזשאוק איז בעיס'ד אויף א מעשה שהי' ס'איז מיר איינגעפאלן ביי א תנאים וואס מיין שוואגער שי' האט געמאכט. כ'האב אויפגעכאפט א שמועס וואו ער האט זיך בארימט אז ער האט איבערגעשטיגן זיין מחותן מיט וויפל קעסט ר'האט צוגעזאגט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:25 pm
דורך קלאר
מאמע: איך פלאץ א נאמען צו געבן דאס נייע געבוירן קינד JOHN
דאקטער: אנטשולדיג אבער JOHN איז שוין פארנומען איר קענט פרבירן JOHN882 אדער JOHN664

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:53 am
דורך היסטאריקער
נישט פארגעסן צו מאכן א עקסטרע קוגעל דעם שבת לכבוד ״שבת סיגעיט״

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:56 am
דורך שמעקעדיג
פארקערט, ענדערש נעם אראפ איין קוגל, און אגרא דתעניתא איז דאך צדקה, וועסטו געבן די הוצאות פונעם קוגל פארן הוריקעין געליטענעם.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 8:25 pm
דורך outspoken
ר' עזריא' גליק האט געהאלטען דעם שבת א דרשה, ווי אזוי ס'האט אויסגעקוקט ביים רבין אינדערהיים אין סיגעיט פאר די מלחמה...

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 9:51 pm
דורך עוד מישהו
זעענדיג וואס ר' בערל בעל עגלה זאל זיין געזונט האט געשריבן וועגן א שדכן און קעסט, האב איך מיך דערמאנט וואס מיין רבי אין חדר האט דערציילט.

געווען א מענטש וואס האט גענומען אן איידעם, ער האט צוגעזאגט קעסט פאר 10 יאר, און א קו וואס געט מילעך. דער איידעם האט חתונה געהאט, צוויי יאר דערויף קומט דער שווער צום איידעם, גענוג מיט די קוועטשן די ברעטער גיי ארבעט, ער האט אוועק גענומען די קו, און אויס מיט די קעסט, נאך טענות ומענות, האט די שווער געגעבן אפאר גוטע פעטש פארן איידעם פארן זיך טענה'ן.

האט דער איידעם גערופן דעם שווער צום דין תורה ביים שטאטס רב. די פסק דין איז געווען אז די שווער דארף צאלן 24 גאלדענע רענדלעך. די שווער האט געוואלט פארשטיין פארוואס, זאגט אים די רב "די פסק שטייט ביים דאווענען, ביי תנו רבנן הקשט (קעסט) שנים עשר, קלופה (קלעפ) שלשה, קנמון (קו נעמען) תשעה, ס"ה פיר און צוואנציג".

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:07 pm
דורך שמעקעדיג
פריער באקומען:

לכאורה, ווען תרח איז אהיים געקומען און געזען ווי אלע געטשקעס זענען צישמעטערט האט עם אברהם פארקויפט די מעשה כידוע אז דע גרויסע געטשקע האצעך ארומגע'רצח'עט ביים טיילן ס'עסן,
פארוואס דעי וואך אין די פרשה, ווען לבן האט פארגעהאלטען יעקב'ן אז ער האט גע'גנב'עט זיין געטשקע האטער עם נישט געזאגט אז אפשר איז דיין געטשקע אנטלאפען פון דיר?
נאר וואסזשע דען,
פאר א שווער קען מען נישט איינרעדן וואס מ'רעדט איין פאר א טאטע.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:12 pm
דורך outspoken
אז א בחור לערנט אפ עטלעכער יאהר'ן אין א חסידישער ישיבה קומט ער ארויס מיט כאטש דריי זאכען: ער לערנט ווי אזוי צו עפענען דער "טי צימער" אהן א שליסעל. ווי אזוי צו עפענ'ן א פלעש'ל ביר אהן א עפענער. און ווי אזוי צו עפענען א גמרא אהן צו קענען קיין איין אידיש ווארט!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:26 pm
דורך outspoken
א שנארער גייט צו צום עושר נאך קידוש לבנה און פרעגט, איך בין געשטאנן לעבן דיר פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט 'שלום עליכם'?
ענטפערט ער אים: א מינוט פארדעם האב איך דיר געזאט 'תיפול עליהם אימתה ופחד', טראגט דיר שוין אפ פון דא...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:07 pm
דורך מיקוה נייעס
.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:50 pm
דורך ונבנתה העיר
outspoken האט געשריבן:א שנארער גייט צו צום עושר נאך קידוש לבנה און פרעגט, איך בין געשטאנן לעבן דיר פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט 'שלום עליכם'?
ענטפערט ער אים: א מינוט פארדעם האב איך דיר געזאט 'תיפול עליהם אימתה ופחד', טראגט דיר שוין אפ פון דא...

א ירושלים'ער משולח דאווענט שמו"ע נעבן א גביר, ביי על הצדיקים זאגט ער הויך: ותן שכר טוב, רופט זיך אן דער גביר: ולירושלים עירך ברחמים תשוב...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:52 pm
דורך גרוש
ברוך: וואס איז נייעס
בערל: וואס זאל איך זאגן מה נאמר ומיינע ווייבער,
ברוך: איינס צו סאך



איך האב געזאגט פאר ברוך זאל גוט דורך לערנען די רש"י אין פרשת בראשית אויפן פסוק "האשה אשר נתת עמדי"

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:52 pm
דורך sunbar
ונבנתה העיר האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:א שנארער גייט צו צום עושר נאך קידוש לבנה און פרעגט, איך בין געשטאנן לעבן דיר פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט 'שלום עליכם'?
ענטפערט ער אים: א מינוט פארדעם האב איך דיר געזאט 'תיפול עליהם אימתה ופחד', טראגט דיר שוין אפ פון דא...

א ירושלים'ער משולח דאווענט שמו"ע נעבן א גביר, ביי על הצדיקים זאגט ער הויך: ותן שכר טוב, רופט זיך אן דער גביר: ולירושלים עירך ברחמים תשוב...


דער מעשה לייגט זיך נישט אויפן שכל: גבירים דאווענען אסאך שנעלער ווי די ירושלימע...