בלאט 132 פון 179
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 11:13 pm
דורך שמן למאור
שטארקע ווארט
נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 9:44 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איינער גייט אויף א שפאנציר און זעהט אן אינטעריסאנטע לוי' ל"ע.
עס פארט א קאר מיט די ארון און דערנך גייט א אידל מיט א הונטל. און אונטער איהם איז דא א לאנגע ליניע פון בערך 200 מענטשען.
גייט ער צו צום אידל מיט'ן הונט און פרעגט איהם וואס איז פשט ?
גארנישט זאגט ער? דאס איז מיין שוויגער'ס לוי'
אזוי? פרעגט ער ווידער און וואס איז פשט פון די הונט?
פשוט זאגט ער, דאס איז מיין הונט און ער האט ג'הרגט מיין שוויגער.
אזוי, אפשר וואלט איך גקענט בארגען דעם הונט אויף א צוויי טעג?
זיכער ענטפערט ער אבער ערשט גיי שטעל זיך אין די ליניע
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 6:04 am
דורך פאלאצ'ינטא
עס'ן טשיז קעיק נאך שבועות איז אזוי ווי עס'ן פאטעטא'ס נאך פסח
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 11:51 am
דורך תרמב
נישט ממש...
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 3:29 pm
דורך תפארת
די באשעפער האט געוואלט געבן די תורה פאר יודן, האבן זיי געפרעגט וויפיל קאסט עס האט דער באשעפרע געענפערט חנם,
האבן זיי צוריקגענפערט אהא, אויב אזוי געב צוויי [שבכתב ובע"פ].
נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 1:23 am
דורך שמן למאור
נאך סוכות לייגט מען אוועק די סוכה מיט די סכך
נאך חנוכה פאקט מען אוועק די מנורה
נאך פורים לייגט מען די אוועק די מגילה
נאך פסח פאקט מען אוועק די פסחדיגע כלים
נאך ראש השנה לייגט מען אוועק די שופר
און נאך שבועות פאקט מען אוועק די תורה..
נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 1:26 am
דורך וואלווי
תפארת האט געשריבן:די באשעפער האט געוואלט געבן די תורה פאר יודן, האבן זיי געפרעגט וויפיל קאסט עס האט דער באשעפרע געענפערט חנם,
האבן זיי צוריקגענפערט אהא, אויב אזוי געב צוויי [שבכתב ובע"פ].
קרעדיט: שמעון דזשיגאן - צוויי לוחות
נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 1:27 am
דורך וואלווי
עצי שטים האט געשריבן:נאך סוכות לייגט מען אוועק די סוכה מיט די סכך
נאך חנוכה פאקט מען אוועק די מנורה
נאך פורים לייגט מען די אוועק די מגילה
נאך פסח פאקט מען אוועק די פסחדיגע כלים
נאך ראש השנה לייגט מען אוועק די שופר
און נאך שבועות פאקט מען אוועק די תורה..
אויב מ'האט עס בכלל ארויסגענומען.....
נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 3:15 pm
דורך פאלאצ'ינטא
אין פרשת יתרו שטייט... לא תגנוב
זאגט רש"י אז דאס רעדט זיך פון גניבת נפשות, קידנעפינג.
אין פרשת קדושים שטייט...לא תגובו
זאגט רש"י אז עס רעדט זיך פון גניבת ממון, א פשוט'ר גנב.
פון ווי האט רש"י געוויסט?
לא תגנוב "דו" זאלסט נישט גנב'נן, אזוי רעדט מען צו פשוט'ר עמך אידן.
לא תגובו "איהר" זאלט נישט גנב'נן, צום רבי\רב דארף מען רעדן שענער.
נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 3:21 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איינער האט געוואוינט לעבן א בית החיים און פלעגט זייער מורא האבן צו גיין אליין ביינאכט. ער פלעגט דארפען האבן א באגלייטער זאהל איהם אהיים נעמען.
איין נאכט נאך מעריב האט ער נישט געטראפען קיינער וועליכע זאהל וועלען גיין מיט איהם. ער ווארט און ווארט לעבען בית החיים און עס ווערט שוין 10 ביינאכט און קיינער קומט נישט. עס ווערט 11 און נאך אלץ קומט קיינער נישט.
ענדליך ארום האלב איינס זעהט ער אן עלטערער איד מיט א לאנגע ווייסע בארד שלעפט זיך מיט א שטעקען שפאצירט ארויס פון דעם בית החיים.
גייט ער צו, און זאגט איהם אנטשולדיגט מיר ר' איד, אפשר קען איך גיין דא מיט אייך? איך האב זייער מורא דא צו גיין אליין.
רופט זיך אן דער אלטער, איך פארשטיי ווען איך האב געלעבט האב איך אויך מורא געהאט דא צו גיין אליין
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 3:45 am
דורך דוד שריפטליך
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:אין פרשת יתרו שטייט... לא תגנוב
זאגט רש"י אז דאס רעדט זיך פון גניבת נפשות, קידנעפינג.
אין פרשת קדושים שטייט...לא תגובו
זאגט רש"י אז עס רעדט זיך פון גניבת ממון, א פשוט'ר גנב.
פון ווי האט רש"י געוויסט?
לא תגנוב "דו" זאלסט נישט גנב'נן, אזוי רעדט מען צו פשוט'ר עמך אידן.
לא תגובו "איהר" זאלט נישט גנב'נן, צום רבי\רב דארף מען רעדן שענער.
עס שטייט שוין פון די פריערדיגע צדיקים
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 4:34 am
דורך שמעקעדיג
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:איינער האט געוואוינט לעבן א בית החיים און פלעגט זייער מורא האבן צו גיין אליין ביינאכט. ער פלעגט דארפען האבן א באגלייטער זאהל איהם אהיים נעמען.
איין נאכט נאך מעריב האט ער נישט געטראפען קיינער וועליכע זאהל וועלען גיין מיט איהם. ער ווארט און ווארט לעבען בית החיים און עס ווערט שוין 10 ביינאכט און קיינער קומט נישט. עס ווערט 11 און נאך אלץ קומט קיינער נישט.
ענדליך ארום האלב איינס זעהט ער אן עלטערער איד מיט א לאנגע ווייסע בארד שלעפט זיך מיט א שטעקען שפאצירט ארויס פון דעם בית החיים.
גייט ער צו, און זאגט איהם אנטשולדיגט מיר ר' איד, אפשר קען איך גיין דא מיט אייך? איך האב זייער מורא דא צו גיין אליין.
רופט זיך אן דער אלטער, איך פארשטיי ווען איך האב געלעבט האב איך אויך מורא געהאט דא צו גיין אליין
די אויספיר פון די מעשה האב איך געהערט: דער איד איז אזוינס אנטלאפן, ער לויפט נאך יעצט...
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 3:24 pm
דורך פאלאצ'ינטא
שמעקעדיג האט געשריבן:
די אויספיר פון די מעשה האב איך געהערט: דער איד איז אזוינס אנטלאפן, ער לויפט נאך יעצט...
באמת דארף מען דאס נישט צולייגען, דאס פארשטייט מען אליין
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 3:29 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איך פלעג האבען אן אלטער איטאליענער שכן. זיין ווייב איז א אמהאל אהיים געקומען און איהם געזאגט...
איך בין יעצט געוועהן ביי א זיצונג פון מיינע חברת'ת און אונז האבן באשלאסען אז אויב וויל איך נישט קאכען פאר דיר, מוז איך נישט.
רופט ער זיך אן... אויב דו גייסט אויפהערן קאכן פאר מיר, וועסטו מיך נישט זעהן פאר צוויי וואכען!
פיין זאגט זי, און זי האט נישט געקאכט, און זי האט איהם טאקע נישט געזעהן פאר צוויי וואכען ...
אבער נאך די צוויי וואכען... ווען די געשווילאכטס איז אראפ... האט זי איהם געקענט זעהן אביסעל, דורך איין אויג..
נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 3:26 pm
דורך תרמב
צוויי גאר פעשע אידן האבן זיך געשטעלט פארנט פון די סאלדאטן ביי די באקינגהאם פאלאץ פרובירנדיג זיי צו מאכן לאכן, זיי האבן געמאכט פאקסן, וויצלעך, וכדומה, און גארנישט די סאלדאטן רירן זיך נישט, נאך עטליכע מינוט האבן זיי זיך ארומגערוקט און ארויסגעשלעפט די ביקס און געמאכט די מאנעוורעס וואס זיי מאכן יעדע עטליכע מינוט, די גראבע אידן האבן געמיינט אז די ביקסן מיינט מען זיי, נישט וויסנדיג אז די סאלדאטן טוען דאס יעדע פאר מינוט, זיי האבן זיך גאר שטארק דערשראקן און זיך גענומען לויפן מיט אלע זייערע כוחות, נאכן לויפן פאר עטליכע מינוט האט זיך איינער פון זיי געגעבן א כאפ דעם אטעם און געגעבן אזא קליינע קוק צוריק, זעהט ער פון דערווייטענס ווי די סאלדאטן קאטשענען זיך פאר געלעכטער צוזעענדיג זייער געלויפעכטס.....
נשלח: דינסטאג יוני 21, 2022 8:10 pm
דורך שמן למאור
ווער גייט רעדן ביי די כינוס נשים?
וואס הייסט ווער? צוואנציג טויזענט פרויען...
נשלח: זונטאג יוני 26, 2022 11:52 am
דורך שמן למאור
אינגל: טאטי, וואס איז א חילוק פון א טראגעדיע און א קאטעסטראפע?
טאטע: שטעל דיך פאר איינעמס שוויגער שפאצירט אויף א בריק, און זי גליטשט זיך אויס און פאלט אריין אין די וואסער, דאס הייסט א טראגעדיע, אויב קען זי אבער שווימען, דאן איז עס שוין א קאטעסטראפע...
נשלח: זונטאג יוני 26, 2022 11:57 am
דורך שמן למאור
"תורה" "עבודה" און " גמילת חסדים" זענען געקומען מיט טענות צום אייבערשטן, אז זיי ווערן אלטס שוואכער און שוואכער אויפן וועלט,
האט די באשעפער זיי בארוהיגט, "תורה" ווילאנג עס איז דא רבנים אויפן וועלט, וועט אייביג זיין תורה.
"עבודה" ווילאנג עס איז דא חזנים אויפן וועלט וועט אייביג בלייבן עבודה
און "גמילת חסדים" ווילאנג עס איז נאך דא טאביק אויפן וועלט, וועט אייביג זיין גמילת חסד פון די אידן וואס טיילן טאביק אין שול,
האט גמילת חסדים געפרעגט, דאס איז עס? איך בין נישט ווערט מער ווי א שמעק טאביק?
האט די באשעפער אים בארוהיגט,
עס וועט קומען א צייט וואס די רבנים און חזנים וועלן אויך נישט זיין מער ווערט ווי א שמעק טאביק...
נשלח: זונטאג יוני 26, 2022 12:01 pm
דורך שמן למאור
אן ערעפלאן האט געמאכט געפערליכע טורבעלענס, האבן די סטוערטס מחליט געווען אז מען גייט טיילן וויין פארן עולם, אזוי אז די רייזנדע זאל נישט אזוי שפירן די ווארפערייען,
זיי קומען צום ערשטן מענטש, און פרעגן, וועליכע סארט וויין וואלסטו געגליכן?
זאגט ער, גיב מיר די גאר שטארקע וויין, דאס וואס די פילאט האט געטרינקען דערפון...
נשלח: זונטאג יוני 26, 2022 12:02 pm
דורך היסטאריע
צוויי שותפים אין א ביזנעס. ראובן רופט שמעון, העלא? עס פעלט מיליאן דאלאר פין די קאסע!! וואס טוט מען דא? שמעון: וואס הייסט וואס מען טוט, לייג עס שוין צוריק!! (קרעדיט, יארמער).
נשלח: זונטאג יוני 26, 2022 12:03 pm
דורך שמן למאור
ביים מצוה טאנץ זאגט די בדחן "גוט שבת" "גוט שבת"
וואס איז פשט דערפון?
נאר שבת איז ר"ת, ש'וטה ו'ואס ט'אנצסטו...?
נשלח: זונטאג יוני 26, 2022 5:55 pm
דורך berlbalaguleh
הרב אורי זוהר זצ"ל, ווען די פרייע חברה האבן איהם געפרעגט אויב ער איז געווארן א חרדי, האט ער געענטפערט..."אני לא חרדי. אני חילוני שומר מצוות"...!
נשלח: דינסטאג יוני 28, 2022 1:38 pm
דורך פאלאצ'ינטא
אמאהליגע צייטען פלעגען די רבנים הייסען די בחורים... גייטס און פארט זיך אפרוען.
פרעגען די בחורים און וואס איז מיט תורה?
פלעגען די רבנים ענטפערען... דער עיקר איז מען זאהל זיך אויסרוען אונז וועלן שוין לערענען פאר ענק.
היינטיגע רעבנים... זאגען מען טאר נישט אוועקפארן... ענק זאלען זיצען און לערענען און אונז וועלען שוין פארען פאר ענק (און זיך אויסלייגען בפישוט ימים ורגלים ביים וואסער און ענק אינזין האבען