בלאט 15 פון 110

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 3:04 pm
דורך האט קאפ
אלס געווען מיט א בעטעמטע שמייכל
יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 3:08 pm
דורך בעל הבית
האט קאפ די ביסט שיינע בעל מספד

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:57 pm
דורך שעפסעלע
אין וואודבוירן טורמע איז היינט אוועק די ארעסטאנט שלמה טל וועלכע האט מיט 33 יאר צוריק עפעס אדורכגעפירט א געפערליכע פאברעכן.

די לעצטע יארן איז ער געווען א ערענסטע בעל תשובה, אין אידן פון קרית יואל פלעגן כסדר פארן צו אים, אין געהאלטן מיט אים א קשר.

אויך איז מען א צייט צוריק אריין אין געריכט, אויפווייזן אז ער האט נישט אומגעברענגט דעם איד יאראסלאוויטש.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:01 am
דורך גנדי
בד"ה. איז דאס די פרשה ווי הרב טנדלר איז געווען פארמישט?

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:15 am
דורך שעפסעלע
טענדלער איז נישט געווען פארמישט אין די פרשה

ראביי טענדלער האט ארומגעארבייט ביי די פרשה פון דרייליך, יענער שמאכט נאך אין טורמע

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:22 am
דורך גנדי
גערעכט, דריידליך, כ'האב פארגעסן. יישר כח.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 2:37 am
דורך shem-tov
בעל הבית האט געשריבן:נעבעך אוועק א באטעמטע יוד פין ווילאמסבארג הרה"ח ר" מנדל וועטנשטיין ז"ל אין יונגען אלטער פין 62 יאר מחסידי בעלזא ער איז געווען מלא טעם

געווען זייער א באטעמ'טער און באזעסענער איד ער פלעגט ארבעטן אין א רעסטוראנט אלץ משגיח און כ'האב אסאך געשמועסט מיט אים. ניטאמאל געחלומט אז ער ליידט פון עפעס. אמאל זאגט ער, ווי ס'געפעלט אים די אינגעלייט וואס נאכן אפעסען אינטערסירן זיי זיך מיט אן ערענסקייט ווער ס'גיט דא די הכשר. זאל מען זעך טאקע אפלערנן. תנצבה

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:35 am
דורך משולם שטיינפעלד
שעפסעלע האט געשריבן:אין וואודבוירן טורמע איז היינט אוועק די ארעסטאנט שלמה טל וועלכע האט מיט 33 יאר צוריק עפעס אדורכגעפירט א געפערליכע פאברעכן.

די לעצטע יארן איז ער געווען א ערענסטע בעל תשובה, אין אידן פון קרית יואל פלעגן כסדר פארן צו אים, אין געהאלטן מיט אים א קשר.

אויך איז מען א צייט צוריק אריין אין געריכט, אויפווייזן אז ער האט נישט אומגעברענגט דעם איד יאראסלאוויטש.

איך זעה שוין די פאלגענדע תגובה אין דרייסיג יאר ארום.

לוי אראן וואס איז געזיצן אין תפיסה עטליכע דרייסיג יאר צוליב זיין אנטיילנעמען אין א געפערליכע פארברעכן, איז געווארן א ערנסטע בעל תשובה די לעצטע פאר יאר.

באמת איז ר' לוי קיינמאל נישט געווען אן ערנסטע בעל עבירה, ער איז אלעמאל געווען שומר שבת, און געגעסן כשר'ס.

בשעת די געריכט ווען מען האט אים באשולדיגט אין די פארברעכן איז ער אפילו געגאנגען א קאפל מיט שטאלץ.

די לעצטע פאר יאר ארבעטען עסקנים צו פארלייכטערן זיין אורטייל.

------
שלמה טל האט קאלטבלוטיג ערמארדעט פנחס יאראסלאוויטש אין אן אויספלאנירטע גניבה, און בניסי ניסים איז זיי נישט געלונגען צו פטור ווערן פונעם גוף, און ער איז געקומען לקבר ישראל.
די גניבה פון א גאנץ שאכטל דיאמאנטן, וואס איז היינט ווערט אין די שווערע מיליאנען ליגט נאך ערגעץ באהאלטן.
טל און זיין שותף באלאבאן האבן געווארט אויסצוקומען פון תפיסה און נהנה זיין פון זייער ארבייט.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 11:27 am
דורך elter-zeide
איך געדענק גיט דע מעשה, איבער געלאסט א יונגע אלמנה, נאך א מזל דע עהר/קאנדישען האט אויפגעהערט צי ארבעטן, אזוי האט מען געטראפען זיין קערפער, וואג איז געווען דארט פארשטעקט, ווען וואלט זי נאך היינט געוועהן א עגונה
http://www.nytimes.com/2003/09/14/nyreg ... ng-up.html

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:15 pm
דורך זר זהב
הרה"ח ר' שמואל זאנוויל כהנא (86)

לוי 6:15 ראדני ביהמ"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:17 pm
דורך היסטאריקער
מג״ש אין סאטמארע ישיבה״ק אסאך יארן

א ת״ח עצום, בקי בכל התורה

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:24 pm
דורך בעל הבית
ווער זענען זיינע קינדער ?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:30 pm
דורך גאלד
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
שעפסעלע האט געשריבן:אין וואודבוירן טורמע איז היינט אוועק די ארעסטאנט שלמה טל וועלכע האט מיט 33 יאר צוריק עפעס אדורכגעפירט א געפערליכע פאברעכן.

די לעצטע יארן איז ער געווען א ערענסטע בעל תשובה, אין אידן פון קרית יואל פלעגן כסדר פארן צו אים, אין געהאלטן מיט אים א קשר.

אויך איז מען א צייט צוריק אריין אין געריכט, אויפווייזן אז ער האט נישט אומגעברענגט דעם איד יאראסלאוויטש.

איך זעה שוין די פאלגענדע תגובה אין דרייסיג יאר ארום.

לוי אראן וואס איז געזיצן אין תפיסה עטליכע דרייסיג יאר צוליב זיין אנטיילנעמען אין א געפערליכע פארברעכן, איז געווארן א ערנסטע בעל תשובה די לעצטע פאר יאר.

באמת איז ר' לוי קיינמאל נישט געווען אן ערנסטע בעל עבירה, ער איז אלעמאל געווען שומר שבת, און געגעסן כשר'ס.

בשעת די געריכט ווען מען האט אים באשולדיגט אין די פארברעכן איז ער אפילו געגאנגען א קאפל מיט שטאלץ.

די לעצטע פאר יאר ארבעטען עסקנים צו פארלייכטערן זיין אורטייל.


איה"נ, שטייט דאך לבל ידח ממנו נדח, אין לך דבר העומד בפני תשובה, ונקלה אחיך לעיניך כיון שנקלה נעשה כאחיך, יסורים ממרקין עוונות,

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:41 pm
דורך שמעקעדיג
איך גיי נישט נעמען קיין שטעלונג אויף לוי אראן, צי ער האט במזיד מרצונו הטוב ברוטאל גע'רצח'עט א אידיש נפש, צי ער איז טאקע משוגע,
אבער מיט דעם איז "גאלד" גערעכט, און סוף כל סוף וועט ער באקומען זיין תיקון, נאך אלעם איז ער נאר געווען א שליח פון באשעפער,
נאר ווי לאנג די בלוט איז נאך הייס (עס נעמט אפאר יאר אויסקיהלן) און די געמיטער אנגעצויגן, איז נישט כדאי מלמד זכות צו זיין, יעדער וויל נאר זיין א גואל הדם, און אים פארשעלטן פון אלע עולמות לעולמי עד...
אבער אונזערע אייניקלעך וועלן שוין אנדערש רעדן...

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:44 pm
דורך ברסלבער
די שאלה איז נישט כלפי שמיא, דער אייבערשטער ווייסט ווער עס האט אמת'דיג תשובה געטוהן.
אבער לגבי אונז און אונזערע קינדער, מעג מען רעדן שיין פון אזעלכע מענטשן וואס האבן במזיד גע'הרג'ט א איד, בזמן הבית ווען עס איז דא עדים והתראה וואלט ער דאך באקומען מיתת בית דין, און עס וואלט נישט געהאלפן קיין תשובה.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:45 pm
דורך היסטאריקער
בעל הבית האט געשריבן:ווער זענען זיינע קינדער ?


מאיר פסח, יוסף מרדכי, יעקב, ועוד

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:48 pm
דורך בעל הבית
ישר כח גדול על הטרחה

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:17 pm
דורך gehlungen
היסטאריקער האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:ווער זענען זיינע קינדער ?


מאיר פסח, יוסף מרדכי, יעקב, ועוד

The oldest son is MENDEL. The only EIDEM is SPITZER I think he is a KLEI KoIDESH in QUEENS YESHIVEH !

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:07 pm
דורך ניו יארק
ר' שלום יצחק שעהר ע"ה פון וויליאמסבורג

א אינגע מענטש, צאמגעפאלן פון איין מינוט אויפן צווייטען.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 10:01 pm
דורך מיין מיינונג
בד"ה הרה"ח ר' יודל רייזמאן ע"ה, בן 92 שנים.

פאריגע וואך איז געווען די ערשטע יארצייט פון זיין פרוי ע"ה, אינדערצווישן האט ער נאך עספיעט צו חתונה מאכן און ענדיגן ש"ב ביי אן אייניקל ביי בנו משה הערש, און היינט איז ער אוועק.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 10:50 pm
דורך שמעקעדיג
נוי יארק האט געשריבן:ר' שלום יצחק שעהר ע"ה פון וויליאמסבורג

א אינגע מענטש, צאמגעפאלן פון איין מינוט אויפן צווייטען.


אוי וויי, געואלד.
זון פון??

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:17 am
דורך שרייבער
זון פון ר' משה שעהר ז"ל מראשי הקהלה בוויליאמסבורג ואח"כ בקרית יואל

איידעם פון ר' ישי בוכינגער ז"ל

61 יאר אלט, האט נאך א קינד אינדערהיים

איי והחי יתן אל לבו

ער האט נאך א מאמע אויך וואס לעבט

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 2:30 pm
דורך בעל הבית
בד"ה עס איז נפטר געווארן רעבצין רוחמה שיין ע"ה מחבר ספר all for the boss לאנג יעריגע טיטשער אין פאפא סקול אין ווילאמסבורג די טאכטער פין הרב ר יעקב יוסף הערמאן זצ"ל