בלאט 16 פון 110

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 8:23 pm
דורך חד גדיא
א טראגעדיע אין בארא פארק. עס איז נפטר געווארן הרה"ג ר' נח זאבלאצקי ז"ל, 63, מחסידי בעלזא. ער האט געכאפט א הארץ אטאקע און איז באלד אוועק.
הרה"ג ר' נח האט מחבר געווען דעם ספר "אבני חן" אויף פילע מסכתות אין ש"ס.

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 2:21 am
דורך [NAMELESS]
דא איז א ריפארט וועגן הרב זאבלאצקי אין JDN
http://www.jdn.co.il/news/203473

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 4:45 pm
דורך רב מטעם
איך האב נח'ן גוט געקאנט א איד א תלמיד חכם, און א חכם גדול, בקי און פילע ענינים, אסאך געלעזט און געוויסט (אויפען טיש און אונטערן טיש). א לב טוב מייגע בתורה מלא שמחה. א זעלטנהייט פין א מיזוג חכמה בינה און הארץ. חבל על דאבדין.

זיין פאטער הרב אהרן זאבלאצקי איז געווען פין די מירער ליטווישער ער איז אוועק ווען נח איז געווען 2 יאר אלט, זיין מוטער האט חתונה געהאט מיט הרב וואלקענפעלד מגדולי חסידי בעלזא. נח איז געווען אן איידעם ביי הרב זעליג גאלדבערגער ז"ל פין פאפא (פאטער פין הרה"ג יצחק אהרן).

ער האט איבער גאלזט א שיינער שטוב פין חשובער קינדער און איינעקלעך

הגם ער איז אפיציעל געווען א "לייפ אינשורענס בראקער" איז ער געזיצען רוב טאג און געלערענט, האט געהאט א חוש צי עומק הפשט אין איז געווען א חובב ספרים אין מבקש אמת.

די נוסח וואס jdn ברענגט דבוק בכל נימי נפשו ברענגט ארויף א שמייכעל ביי זיינע באקאנטע, אפשר ציגעבענדען מיט א מנחה מעריב גארטעל.

ער האט פארגעלערנט א דף יומי שיעור און בעלזא אויף 50

חבל על דאבדין אזא לעכטיגער זיסע ת"ח מיט א ברייטע שמייכעל גרויסע הארץ אין ברייטע שכל. חבל!

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 6:06 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'דא עפעס א ספר מיט דעם נאמען אויף די ענין פון זריקות אין תרנגולים.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 8:53 am
דורך אויס מענטש
בד"ה
ר' חיים בנציון הכהן גראסס ע"ה בגיל 37
געכאפט הארץ אטאק פאריגע וואך דאנערשטאג
איידעם ביי פארקאש פון קרית יואל

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:32 am
דורך ברעט מענינג
ר' חיים בנציון נטע בן ר׳ חיים בנציון נטע גראס ע"ה.
ער האט געהייסן נאך זיין טאטע וואס ער איז אוועק ביי זיין וואך נאכט. בשורות טובות

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:51 am
דורך שרייבער
איי וויי, ברוך דיין האמת

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:16 am
דורך מ גפני
די לוי' איז געווען אין שנעלקייט היינט פארטאגס 4:00 אין אלטן ביה"ח דקר"י עס האבן זיך באטייליגט אן ענגע צאל קרובי המשפחה און חברים צווישן זיי די וואס האבן נישט אפגעטרעטן פון זיין קראנקן בעט זייט זונטאג נאכמיטאג ווען דער מצב האט זיך פארערגערט און האבן כסדר זיכער געמאכט עס זאל זיין מנין אגאנצן צייט, זאל ער טאקע זיין א מליץ יושר פאר זיי

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:27 am
דורך אויס מענטש
זיין טאטע האט געהייסן נאר בנציון נטע
מען האט אים צוגעגבן דעם נאמען חיים
זיין טאטע איז געשטארבן ביי די 27 און איבער געלאזט 3 קינדער

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:55 am
דורך דולה ומשקה
ר' משה טערקלטויב ע"ה מחשובי חסידי מונקאטש תלמיד מנחת אלעזר
זיין איז באקאנט מיט זיין אפגעטיילטע הויז אויף 49 און 14 עוועניו ב"פ.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:05 am
דורך shem-tov
בד"ה. ממש אומגלויבלעך. די גראס פעמילי איז געקומען פאר איבער צוואנציג יאר צוריק קיין קרית יואל און זיך שיין איינגעגלידערט, איך געדענק ר' חיים בנציון ע"ה האט זיך נעבעך געפלאגט און זיינע בחורישע יארן מיט פארשידענס און נאך אן א טאטע ל"ע. און דערנאך האט אים דער אויבערשטער אזוי וואונדערליך געהאלפן, און ס'האט זיך אים אלעס איבערגעדרייט לטובה ער איז געווארן א נייער מענטש, און דערנאך שיין חתונה געהאט. די חברים האבן עס דאן באטראכט ממש וואו א נס גלוי. און דא פלוצלינג אזא בראך. אוי באשעפער, איך טראכט פון די אומגליקליכע אלמנה און יעצט די פרישע יתומים וואס וועלן אויפוואקסן אן א טאטע פונקט ווי זייער טאטע. ס'רייסט ביים הארץ ווער וועט זיך פאר זיי זארגען באמת. און זיין מאמע די באליבטע מרת גראס און זיין איינציגע געטרייע ברודער שמואליק פון מאנסי. איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט זיך אזוי געיאגט מיט די לוי' מיר האבן זיך אלע געוואלט געזעגענען פון אונזער באליבטן חבר חיים בנציון און נתעורר ווערן פון די טראגעדיע לתשובה ותקון המעשים. די חברים זיין עידש וועט געדענקט ווערן לטובה פאר אים אלעמאל ארויסהעלפען מיט אזא געטריישאפט. חיים בנציון איך קען דיך זעהן מיט דיין אמאליגען שמייכעל בהיכל הקדש דארט, פארגעס נישט פון אונז, און הייליגער באשעפער נעם אויף דעם מליץ יושר ומי שאמר לעולמי די יאמר לצרותינו די

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:16 am
דורך מ גפני
אויס מענטש האט געשריבן:זיין טאטע האט געהייסן נאר בנציון נטע
מען האט אים צוגעגבן דעם נאמען חיים
זיין טאטע איז געשטארבן ביי די 27 און איבער געלאזט 3 קינדער

ביטע פאררעכט - זיין טאטע האט געהייסן בנציון אליין, נטע הייסט ער נאך א זיידן וואס האט געהייסן יחזקאל נטע (אדער נטע יחזקאל)

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:24 am
דורך מ גפני
shem-tov האט געשריבן:ב איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט זיך אזוי געיאגט מיט די לוי' וכו'

בשם די משפחה גיט מען איבער אז די סיבה פארן מאכן די לוי' אזוי געיאגט איז וויבאלד דער נפטר ז"ל האט אלעמאל מקפיד געווען אוועקצושטיין פון יעדע סארט פרסום איז אוודאי יעצט א נחת רוח לנשמתו הטהורה אז די לוי' זאל דורך גיין שטיל אן קיין פרסום
רצונו של אדם זהו כבודו

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:53 am
דורך היסטאריקער
בד"ה
הרבנית מרת מינדל לאה זילבער ע"ה
אשת הגאון האדיר רבי רפאל זילבער ז"ל אב"ד פריימאן
98 יאר

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:03 pm
דורך אויס מענטש
מ גפני האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:ב איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט זיך אזוי געיאגט מיט די לוי' וכו'

בשם די משפחה גיט מען איבער אז די סיבה פארן מאכן די לוי' אזוי געיאגט איז וויבאלד דער נפטר ז"ל האט אלעמאל מקפיד געווען אוועקצושטיין פון יעדע סארט פרסום איז אוודאי יעצט א נחת רוח לנשמתו הטהורה אז די לוי' זאל דורך גיין שטיל אן קיין פרסום
רצונו של אדם זהו כבודו

שמעתי אז מהרא"ש שיק האט אזוי געהייסן

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:07 pm
דורך גאלד
זענען זיי ארץ ישראל'דיגע? די משפחה פונעם מנוח גראס, דעמאלטס מיין איך אז איך ווייס ווער זיי זענען, נישט דער נפטר אבער די משפחה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:30 pm
דורך shem-tov
יא זיי זענען ארץ ישראלדי'גע, דער ברודער שמואל גאר א לב טוב, איז א מאנסיער-עירמאנטער אינגערמאן (פון די מעין שפילער דארטן). און פאר די חברים טוט עס וויי אז די לווי' איז געווען אזוי געכאפט. איך פארשטיי נאך אלץ נישט די עכטע סיבה. אבער שוין. כ'געדענק נאך אין ישיבה קטנה, מ'פלעגט אים אויסרופען לתורה ר' חיים בנציון נטע ב"ר חיים בנציון . יהא זכרו ברוך

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:11 pm
דורך מ גפני
אן איטערעסאנטע פאקט וואס דער ברודער שמואל'יק נ"י האט ארויסגעברענגט ביי זיין קורצן הספד/איבערבעטונגס דרשה אז זייער טאטע ר' בנציון ע"ה איז אויך פלוצלינג אוועקגעריסן געווארן אין יונגן עלטער (דאכט זיך אויך דורך א הארץ אטאקע) איבערלאזענדיג 3 קליינע קינדער: 1 מיידל און 2 יונגלעך, די זעלבע ווי דער נפטר ז"ל

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:19 pm
דורך גנדי
היסטאריקער האט געשריבן:בד"ה
הרבנית מרת מינדל לאה זילבער ע"ה
אשת הגאון האדיר רבי רפאל זילבער ז"ל אב"ד פריימאן
98 יאר


איז דאס די מאמע פון ר׳ מענדל זילבער שליט״א ?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:04 pm
דורך שרייבער
יא

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:21 pm
דורך זר זהב

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:35 pm
דורך קאווע טרינקער
איז ער אויך געשטארבן פון די אנגעשטעקטע מחלה?
דהיינו?
זעה אין די אידישע צייטונגען, יעדע נפטר איז ליידער אנגעקלעפט געווארן, דבוק געווען אין רבינו הק'...

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 9:16 am
דורך לעמיל
הרב יעקב יוסף זון פון יבלחט”א רבי עובדיה יוסף שליט”א איז נפטר געווארען נאכען זיך מוטשען איבער א יאר מיט די ביטערע מחלה, די לויה גייט זיין 4:45 א"י צייט און מ'גייט אים נאך באגראבען פאר שבת