בלאט 152 פון 179
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 6:25 am
דורך פאלאצ'ינטא
א אידיש מיידל איז נעבעך געאגאנגען אין קאלעדז' און נאך דארט זיין צוויי יאהר קומט זי אהיים מיט א שיגץ וועליכע זאגט איהם ר' איד איך האב זייער ליעב דיין טאכטער, איך מוז חתונה האבען מיט איהר.
ניין ענטפערט דער טאטע. מיין טאכטער קען נאר חתונה האבען מיט א איד
אקיי זאגט דער גוי איך בין גרייט זיך צו מגייר זיין
עס גייט נישט אזוי גרינג זאגט דער טאטע. דו מוז'ט אדורך גיין א קליינע אפעראציע דו מוז'ט גיין לערענען אין א ישיבה אפאר יאהר נאך דעם קען מען רעד'ן.
פיהר יאהר שפעטער קומט צוריק דער בחור און זאגט איהם, נו איך האב געהאט א ברית איך בין געוועהן אין ישיבה אפאר יאהר, איך בין א איד ווען קען איך חתונה האבין מיט דיין טאכטער?
רופט זיך אן דער טאטע ניין איך האלט שוין נישט דערביי איך לאז דיר נישט חתונה האבען מיט מיין טאכטער
וואס ? שרייט דער בחור איך האב געהאט א ברית, איך בין געוועהן אין ישיבה איך בין א איד, וואס זאהל איך יעצט טאהן???
טוה וואס אלע שקצים וועליכע גייען אין קאלעדג' טוהן זאגט דער טאטע... האב חתונה מיט א שיקסע
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:10 am
דורך כרם זית
געווען אמאל צוויי ברודער וועלכע האבן געמאכט אן ענדליכע שפיל מיט די איינוואוינער פון שכם...
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:42 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איך האב א שכן אן אלטער רוסישער איד וועליכע האט די לעצטע שטיק צייט אנגעפאנגען נאנטער צו ווערען צו אידישקייט.
דעם לעצטע תשעה ב'אב צופרי זעה איך ווי ער גייט אין שוהל מיט'ן טלית און תפילין.
פרעג איך איהם, ר' חיים, וואו גייט איהר מיט די טלית ותפילין?
וואס איז? פרעגט ער, די עירוב האט זיך צוריסען?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 7:18 pm
דורך פאלאצ'ינטא
צוויי חברים א גאליציאנער מיט א אונגארישער זענען צוזאמען אנגעקומען אויבען אין הימל.
ערשט נעמט מען אפיהר דעם אונגארישער און נאכען בודק זיין זיין תיק שיקט מען גלייך אין גיהנם ווי מען גיבט איהם א צומער'ל א ד' על ד' מיט א קליין בעט מיט דערנער פון בייטע זייטען קוים וואס מען קען זיך ארפלייגען.
ווייטער דער גאליציאנער האט מען געשיקט אין גן עדן.
נאך א שעה קומט אריין דער גאליציאנער צום אונגארישער, וועליכע פרעגט איהם, וואס טוהסטו דא? האסט דאך באקומען גן עדן, וואס האט מען דיר געגעבן?
אה! ענטפערט דער גאליציאנער איך האב באקומען א הויז מיט 6 צומערען, א פארקינג לאט און אוך א ריזן סווימינג פול.
נו וואס טוהסטו דא ? פרעגט דער אונגארישער
איך האב עס פארדינגען ענטפערט דער גאליציאנער יעצט רוק זיך מאך פלאץ פאר מיר
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 5:42 am
דורך פאלאצ'ינטא
ווען איינער וויל נישט גייען צו די ארבעט, הייסט עס... ער סטרייקט.
ווען אסאך מענטשען גייען נישט צו די ארבעט, הייסט עס... זיי סטרייקען.
און ווען א משפחה גייט נישט ארבייטען... גייען זיי מיט סטראקעס.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 5:58 am
דורך פאלאצ'ינטא
נאך שחרית וויל איד ארויסגיין זעהט ווי עס האט גענומען רעגענען. אבער נישט סתם רעגענען נאר שלאקס מיט רעגען ממש א מבול.
וואס טוהט מען? קיין רעגען מאנטעל האט ער נישט און אויך נישט א שירעם, זעהט ער דארט ביים טיהר ליגט א שיינע גרויסע רבישע שירעם, ער טראכט נישט א מינוט ער כאפט עס אן, און פאנגט אן ארויסצוגיין.
האלו! הערט ער ווי איינער דארט שרייט, ווי גייסטו מיט מיין שירעם ? פארוואס גנב'סטו?
אנשולדיגטס מיר ענטפערט ער איך האב גמאכט א טעות
שוין, איז נישט לויפט ער ארויס אין דעם גאס. אויפ'ן וועג טראכט ער צו זיך, פארוואס האב איך געדארפט נעמען יענעםס שירעם? ביי מיר אין אפיס איז דא פיהל מיט שירעמעס וועליכע מענטשען האבען מיט די יאהרען איבערגעלאזט ביי איהם. היינט וועל איך אלעס אהיים נעמען און האבען גענוג.
שפעטער יענעם טאג אויפ'ן וועג אהיים שלעפט ער זיך מיט 10 שירעמעס און פונקט באגעגענט ער דער זעלבער פון צופרי וועמען שירעם ער האט פראבירט צו נעמען...
זאגט איהם יענער... איך זעה, דו האסט געהאט א גוט'ן טאג היינט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:00 am
דורך פאלאצ'ינטא
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:נאך שחרית וויל איד ארויסגיין זעהט ווי עס האט גענומען רעגענען. אבער נישט סתם רעגענען נאר שלאקס מיט רעגען ממש א מבול.
וואס טוהט מען? קיין רעגען מאנטעל האט ער נישט און אויך נישט א שירעם, זעהט ער דארט ביים טיהר ליגט א שיינע גרויסע רבישע שירעם, ער טראכט נישט א מינוט ער כאפט עס אן, און פאנגט אן ארויסצוגיין.
האלו! הערט ער ווי איינער דארט שרייט, ווי גייסטו מיט מיין שירעם ? פארוואס גנב'סטו?
אנשולדיגטס מיר ענטפערט ער איך האב גמאכט א טעות
שוין, איז נישט לויפט ער ארויס אין דעם גאס. אויפ'ן וועג טראכט ער צו זיך, פארוואס האב איך געדארפט נעמען יענעםס שירעם? ביי מיר אין אפיס איז דא פיהל מיט שירעמעס וועליכע מענטשען האבען מיט די יאהרען איבערגעלאזט ביי איהם. היינט וועל איך אלעס אהיים נעמען און האבען גענוג.
שפעטער יענעם טאג אויפ'ן וועג אהיים שלעפט ער זיך מיט 10 שירעמעס און פונקט באגעגענט ער דער זעלבער פון צופרי וועמען שירעם ער האט פראבירט צו נעמען...
זאגט איהם יענער... איך זעה, דו האסט געהאט א גוט'ן טאג היינט
פאר איינער פרעגט.. יא עס זעהט אויס אז דער איד גייט נישט מיט סטראקעס
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:16 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איך האב געהערט פון א גוט'ן איד א גוט ווארט
ראש השנה, ביי ונתנה תוקף, פארוואס וויינט מען ביי מי יחי' ומי ימ**? ומי ימ** פארשטייט מען אבער מי יחי'?
אבער ווען מען זעהט אז יענער מאכט א לעבען...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:35 pm
דורך berlbalaguleh
דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד 'דערהיים געווען א סוחר. ער פלעגט פארן מיט די באן א יעדן זונטאג און אהיים קומען פרייטיג.
ווען ער האט געהאט א גוטע וואך און ר'האט מצליח געווען אין די געשעפטן איז ער אהיימגעקומען און געוואקט צופיס צו זיין הויז. ווען ער האט אבער געהאט א שוואכע וואך האט ער געדינגען א פיאקער. ער האט נאך געשלעפט א הינדל אדער גאנז לכבוד שבת.
האט איהם איינער פון זיינע באקאנטע אמאל געפרעגט וואס איז פשט? ווען דו האסט א שואכע וואך (אין ביזנעס) קומסטו אהיים ווי אן עושר. משא"כ ווען דו ביסט מצליח קומסטו אהיים ווי א שלעפער?. האט איהם דער איד געענטפערט...וואס פארשטייסטו נישט. ווען איך האב א גוטע וואך קען איך באשטיין אז יענער זאל אויך הנאה האבן. ער זאל מיינען אז איך האב נישט געמאכט קיין געלט. אבער ווען איך האב א שוואכע וואך פול מיט עגמת נפש. וויל איך אז יענער זאל אויך פלאצן...!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 9:55 pm
דורך פאלאצ'ינטא
ווען א רבי קומט אריין אין שטאט, גייט ער באזוכען אנדערע רבי'ס
פארוואס ווען א פלאמבער קומט אריין אין שטאט גייט ער נישט באזוכען אנדערע פלאמבערס?
ווייל ער האט נישט קיין צייט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:19 am
דורך נעקסט לעוועל
נפגשתי במשרד עם מישהו שלדעתי לא שמע על דיאודורנט... אמרתי לו ברמז – "נוכחותך עוצרת נשימה"
הוא כ"כ אהב את זה שהוא קם ונתן לי חיבוק...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:12 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:ווען א רבי קומט אריין אין שטאט, גייט ער באזוכען אנדערע רבי'ס
פארוואס ווען א פלאמבער קומט אריין אין שטאט גייט ער נישט באזוכען אנדערע פלאמבערס?
ווייל ער האט נישט קיין צייט
פאלאצ'ינטא: לא זכיתי להבין. כאטש (נאר) לויט איין פשט קען דער דזשאוק שטימען. נאר ס'איז דא א סאך קשיות אויף די מעשה...!
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 7:30 am
דורך פאלאצ'ינטא
אן עם הארץ איז אמאהל געזעצען ביים סדר. ווען ער איז אנגעקומען צו חד גדיא האט ער אנגעפאנגען שטארק צו ווייענען.
פרעגט איהם זיין ווייב, וואס איז געשעהן?
ענטפערט ער, קוק נאר אזעליכע גרויסע רבי'ס
ר' שינרא, ר' חיטרא, ר' כלבא, און זיי זענען נעבאך אלע אריין געפאלען אין דעם זעלבען חד גדיא
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:37 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א אינגעלע לערענט חומש... פרשת בלק
ויפתח השם את פי האתון
טאטי? פרעגט ער, וואס איז א אתון?
א אתון זאגט די טאטע, איז א פרוי פון א חמור
טאטי? פרעגט ווייטער דער אינגעל, חמורים האבען אויך חתונה?
נאר חמורים האבען חתונה, ענטפערט דער טאטע
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 8:02 pm
דורך פאלאצ'ינטא
.
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 8:10 pm
דורך שעפטאל
א שווערע טאג?
א גוטען טאג?
אלעמאל קומט אריין א שמייכל צו א גוטע לאך פון אונזער באליבטער בן עולם הבא
@פאלאצ'ינטא
טענק יאו, קיפ דע פאלאצ'ינטא'ס קאמינג!!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 6:05 am
דורך פאלאצ'ינטא
אין א קאלטע שבת צופרי זעהט א אינגעלע ווי זיין מאמע טוהט אן א שיינע נייע מינק קאוט.
רופט ער זיך אן און זאגט איהר, נעעבבעעך, וויפיהל האט דער חי' געדארפט ליידען \ סאפערען נאר ווייל דו האסט געוואלט האבען א פענסי קאוט.
נוווו שרייט די מאמע שעם זיך, אזוי רעדט מען וועגען טאטי?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 6:11 am
דורך פאלאצ'ינטא
בחורים אין א ישיבה האבן געשמועסט וועגען גיין צום בארבער אין זיך אפשערען אויף וועליכע איז שענער און בעסער א סקווער בעק אדער ראונד בעק.
אין מיט'ן רוקט זיך אן דער משגיח און הערט זיי רעדן. גייט ער צו צו א בחור און זאגט...
שוין ברענג מיר אהער דעם סקווער בעק מיט'ן ריטשארדז'ער
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 6:19 am
דורך פאלאצ'ינטא
יעצט אין חודש אלול מען בלאזט שוין שופר און באלד קומט ראש השנה קען מען דערמאנען אן אלטן ווארט פונען יארמער רב זאל לעבען
פארוואס איז תקיעת שופר... חכמה ואינו מלאכה ?
זאגט דער יארמער רב...
האלטען די עזרת נשים שטיל פאר א האלבע שעה, דאס איז א חכמה!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:50 am
דורך פאלאצ'ינטא
א עלטערער פאר פאלק קומען צום דאקטאר פאר א אונטערזוכינג
דער דאקטאר נעמט בלוט פון ביידע און גיבט א קוק און רופט זיך אהן , אינטערעסאנט אז עטץ האטס ביידע די זעלבע טייפ בלוט.
רופט זיך אהן דער מאן , "נו וואס איז די גרויסע חידוש? שוין 40 יאר וואס זי טרונקט מיין בלוט !!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:45 am
דורך יין שרף
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:יעצט אין חודש אלול מען בלאזט שוין שופר און באלד קומט ראש השנה קען מען דערמאנען אן אלטן ווארט פונען יארמער רב זאל לעבען
פארוואס איז תקיעת שופר... חכמה ואינו מלאכה ?
זאגט דער יארמער רב...
האלטען די עזרת נשים שטיל פאר א האלבע שעה, דאס איז א חכמה!
פיר אויס, און פארוואס אינו מלאכה? ווייל ווען יא וואלטן די רביש'ע אייניקלעך עס נישט געטוהן..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 3:19 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א איד קומט אהיים פון שפיטאל וואו ער איז געוועהן באזוכען זיין שוויגער.
וואס הערט זיך מיט מיין מאמע? פרעגט זיין ווייב
ברוך השם ענטפערט ער, נאך א טאג צוויי וועט זי שוין קענען שטיין אויף די פיס אליין און זי וועט אהער קומען און זיך אריין-ציען צו אונז און דא בלייבן וואוינען.
וואס? פרעגט זיין ווייב, איך בין דארט געוועהן נעכטען ביי נאכט און זי איז געוועהן אין א קאמא.
יא זאגט דער מאן אבער היינט האט מיר דער דאקטער געזאגט אז אונז זאלען זיך גרייטען אויף דאס ערגסטע
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 3:27 pm
דורך פאלאצ'ינטא
היינט איז צוגעקומען צו מיר א שנארער און פרעגט מיר, זאג נאר דו האסט אפשר איבריגע רעקלאך, בעקעטשע'ס אדער הויזען? עס זענען דא מענטשען וועליכע הונגערען
האב איך איהם געזאגט, אויב פיט ער אריין אין מיינע הויזען אדער רעקל, הונגערט ער נישט
(דאס איז בעיקר פאר די וועליכע קענען מיר)