בלאט 154 פון 179

סימני הרצועות לעומת סימני האסלה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:08 pm
דורך תוכו כברו
יהודי ניגש לרבי עובדיה יוסף זצ"ל ושאל כמה זמן עליו להמתין ללכת לשירותים אחרי שחרית.

- מי אמר לך שאתה צריך להמתין בכלל? התפלא רבי עובדיה.

- זה דבר מובן מאיליו מחה האיש, "איך אפשר להיכנס לשירותים כשהסימנים של הרצועות חקוקים עדיין על הזרוע"...

- נענה רבי עובדיה ואמר "הבנתי... להתפלל שחרית עם סימנים של מושב האסלה זה לא הבעיה שלך, רק להתפנות עם סימנים של רצועות זאת הבעיה שלך...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:14 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שמן למאור האט געשריבן:בנוגע די יעצטיגע גרויסע נסיעה צום ציון פונעם תוספות יו"ט לרגל די יארצייט, זאגט איינער אזא ליצנות:

איך האב איבערגעקוקט די רשומה פון די וואס פארן אויפן נסיעה, מיט אסאך פון זיי וואלט איך נישט געוואלט שמועסן אפילו נאכן דאווענען...
ספעציעל מיט די וואס זענען מקיים דעם וגוערין בו מיט'ן גאנצן הידור

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:29 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א עלטערער ליטווישער בחור גייט צום שדכן און זאגט איהם, אקיי איך בין גרייט וואס האסטו פאר מיר?

זאגט איהם דער שדכן איך האב א שידוך פאר דיר, א אינגע א שיינע א איידעלע אן עהרליכע א...

איין מינוט האקט ער אריין, זי האט געלט אויך?

איך מוז דיר זאגען דער אמת זאגט דער שדכן, זי האט נישט קיין פרוטה צו איהר נאמען

גיבט ער זיך א רוף אן איך האב איהר אין דער ערד

צוויי וואכען שפעטער רופט איהם דער שדכן און זאגט איהם יעצט האב איך א גוט'ס א אינגע א שיינע א איידעלע אן עהרליכע זי האט איהר אייגענע ביזנעס און אויך יעצט באקומען א ירושה פון 10 מיליון דולר, נאר איין קליינע פראבלעם

וואס פרעגט ער

זי האט דיר אין דער ערד זאגט ער

נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:36 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א בחור גייט צום שדכן און זאגט איהם איך וויך א שידוך אבער מער ווי שיינקייט איך וויל א לעבעדיגע מיידל אן עכטע לעבעדיגע פיש.

פונקט 9 חדשים שפעטער האבען זיין געהאט קווינטאפלעטס א 5ער

רופט ער אן דער שדכן און זאגט איהם... איך האב דיר געבעטען פאר א לעבעדיגע פיש, נישט א געפילטע פיש

נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 5:31 pm
דורך berlbalaguleh
דאס דערמאנט מיך א מעשה: ס'געווען א בחור וואס ס'איז איהם שווער געגאנגען שידוכים. ווייל ער האט געשטאטערט. אבער דער פעילער איז נאר געווען ווען ער האט אנגעהויבן רעדן. שפעטער האט ער גערעדט נארמאל

איין טאג האט א שדכן אנגעטראגן דעם בחור צו א בעל בת'ישן איד. ער האט איהם פארציילט איבער דעם (קליינעם) חיסרון ביי דעם בחור. זאגט דער איד צום שדכן אויב דער בחור האט נאר דעם קליינעם פעילער אבער ער איז א קלוגער איז ער גרייט צו טון דעם שידוך. מ'האט אפגעשמועסט א צייט ווען דער בחור זאל קומען רעדן צו זיין מחותן. דער איד האט געוואוינט אויפ'ן צווייטן שטאק. דער בחור גייט ארויף און הייבט אן רעדן צו דעם "מחותן". ער זאגט שששלום עעעליככם...! שוין. דער איד האט נישט געוואלט טון דעם שידוך. רופט איהם אן דער שדכן. היתכן...! איהר דאך געזאגט אז אויב נאר די שטאטערינג איז א פעילער און דער בחור איז א קלוגער וועט איהר טון דעם שידוך? זאגט דער איד צום שדכן. איך האב א ראיה אז דער בחור איז נישט קלוג. פארוואס? ווייל אז איך וואוין אויפ'ן צווייטן שטאק האט דער בחור געדארפט אנהייבן רעדן נאך פאר ער איז ארויף אויף די שטיגן (סטעפס(עס))...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:41 am
דורך town1
איינער וואס האט אייביג געלט, זאלסטו וויסן אז ער איז א גנב.
איינער וואס איז אייביג פרייליך, זאלסטו וויסן אז ער איז אויף פילן.
איינער וואס האט אייביג שלום בית, זאלסטו וויסן אז ער האלט אינמיטן שבע ברכות...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:44 am
דורך town1
mishgn

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:51 am
דורך town1
זאכן וואס נאר א איד וועט פארשטיין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:53 am
דורך town1
תשעה באב לערנט אונז אז ווען דו זעהסט א איד:

1. לייגן תפילין פאר די שקיעה.
2. א גאנצע טאג מיט קראקס.
3. ער לערנט נישט א גאנצן טאג.
4. ער שמייכלט נישט.
5. איינער גריסט דיך נישט.

זיי אים דן לכף זכות אפשר איז ביי אים יעצט א תשעה באב, עפעס א חורבן גייט ער אריבער...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:55 am
דורך town1
b

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 5:06 pm
דורך berlbalaguleh
town1 האט געשריבן:mishgn
If I live in Michigan
I'm a Michigander.

סארי פאר חרוב מאכן דאס פשט'ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 11:40 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:
town1 האט געשריבן:mishgn
If I live in Michigan
I'm a Michigander.

סארי פאר חרוב מאכן דאס פשט'ל
דערמאנסט מיך ווען מש*גענער איז געוועהן א מיאוס ווארט :P :P :P , מען האט באקימען פעפער אין מויל פארדעים :P :P :P

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:35 pm
דורך berlbalaguleh
היינט איז עס א "פעסס" צו טון כל דבר אסור. זיך קריגן מיט מענטשן און טרעטן אויף זיי. מ'קען איהם גארנישט טון..."דו ווייסט דאך, ער איז א משוגע'נער"...!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 12:42 am
דורך קהל'ס נער
א רומעינישע יוד וואס זיין ווייב האט אויסגעזעהן ווי א אילונית, האט פארגאסן טרערן ראש השנה צונאכטס ביי זאגן ״אוי הייליגע טאטע,אחור קטנה ושדים אין לה…

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:19 pm
דורך פאלאצ'ינטא
דער רב, דער ראש הקהל און דער חזן פון א קהילה זענען צוזאמען געפארען אויף דאטשע און ליידער זענען זיי געפאנגען געווארען דורך מענטשען פרעסער.

אונז געבען ענק איין לעצטע ווינטש זאגט דער פירער

רופט זיך אן דער ראש הקהל, איך האב יעצט צוגעגרייט אן אפיל דרשה פון איין שעה, איך וויל דאס יעצט געבען.

רופט זיך אן דער רב איך האב שוין גרייט מיין דרשה פאר תקיעת שופר, עס נעמט נאר 2 שעה בערך

רופט זיך אן דער חזן, ביטע הרג'ט מיר ערשט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:34 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א רב און א טעקסי דרייווער קומען אן אויבן אין הימל.

דער רב באקומט דארט א קליין טישל מיט א קאווע.

דער טעקסי דרייווער באקומט כבוד מלכים. א ווילא פון 20 צימערען און א סווימינג פול צענדליגע משרשים ויוצר משרתיו.

גייט דער רב צום בית דין של מעלה און פרעגט היתכן? איז דאס דער עולם האמת?

יא יא ענטפערט מען איהם. ווען דו האסט געדארשענט דיין דרשה איז דער גאנצער עולם געשלאפען אבער ווען ער האט נאר אנגעפאנגען צו דרייווען האט איעדער מתפלל געוועהן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:19 am
דורך פאלאצ'ינטא
איינעם'ס שוויגער קומט אויף א באזוך. ער גייט ארויס קויפען עפעס צו עסען און ער קומט אהיים טרעפט ער זיין שוויגער ליגען אויף דער ערד. ער רופט שנעל הצלה און מען פירט איהר אריין אין שפיטאל.

נאך א האלבע שעה קומט ארויס דער דוקטור און זאגט איהם איך האב גוטע נייעס און איך האב שלעכטע נייעס. וועליכע ווילסטו הערען ערשט?

אוי זאגט ער, גיבט מיר די שלעכטע ערשט.

פיין זאגט דער דאקטער. דיין שוויגער לעבט, זי איז אבער זייער זייער קראנק. זי קען מער נישט רעדען נאר אנשטאט רעדען קוויטשעט זי מיט מאדנע קולות. אויך קען זי נישט קייען קיין עסען, דו וועסט דארפען קייען די עסען און דערנאך אריין לייגען אין איהר מויל. זי קען אויך מער נישט ארויס גיין נארמאל דו וועסט איהר דארפען טוישן און ארום וואשען. און אזוי קען נאך אזוי לעבען א 20 - 25 יאהר.

רבש"ע! וואס קען שוין זיין די גוטע נייעס? פרעגט ער

הא ענטפערט דער דאקטער איך האב נאר געמאכט א וויץ, זי איז געשטארבען

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:31 am
דורך כספי
ערגעץ האב איך דא געזען א ווערטל איבער א בעל עבירה וואס איז אריין צום רב בעטן א דרך תשובה, און דער רב האט עם געפרעגט מיט וועם האסטו געזינדיגט מיט פרוי פלונית אדער פלונית, און ווען ער איז ארויס האט ער געזאגט אז ער האט באקומען אפאר גוטע אדרעסן, דא איז עס געכשר'ט אין אייוועלט:
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: א באקאנטע גנב איז געקומען צום רב פון שטאט פאר א דרך תשובה.

די רב פרעגט אים אויס, וואס איז געשען? ביסט געווען ביי עושר פלוני אדער ביי גביר אלמוני?

דער גנב ווארט נישט קיין סקונדע און שטורעמט ארויס מיט א בהלה פונעם רב'ס שטוב.

די מענטשן וואס האבן געווארט אינדרויסן פרעגן אים, "אזוי שנעל האסטו באקומען א דרך תשובה"?

ער ענטפערט זיי אזוי לויפנדיג. "קיין דרך תשובה האב איך נישט באקומען, אבער צוויי נייע אדרעסן האב איך יא באקומען"...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:57 pm
דורך שמן למאור
שרייבט א לץ אזוי: ער האט זיך אנגעגעסן מיט אזויפיל עסטרייכער קוקיס, יעצט איז ער א בנין עסטרייכער...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:17 am
דורך נעקסט לעוועל
בילד

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 6:09 pm
דורך berlbalaguleh
עמיר פארציילן אן אלטן דזשאוק פון די דזשואיש פרעס. (האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם.). ווע..

יאסל האט פארקויפט פאר פייוויל א פערדל. דאס פערדל האט פארשטאנען יודיש.

ווען מ'האט געזאגט ברוך ה' האט ער זיך גענימען לויפן זייער שנעל. ווען מ'האט געזאגט שמע ישראל האט ער זיך אפגעשטעלט.

איין טאג האט דער פערד גאלאפירט זייער שנעל פון א בארג אראפ. פייוול האט זיך זייער שטארק דערשראקן. האט ער גענימען (אינסטינקטיוו) שרייען שמע ישראל. דער פערד האט זיך געגעבן א האסטיגן שטעל אפ אין די לעצטע מינוט. פייוול האט אפגעאטעמט און ער האט געגעבן א שריי אויס...ברוך ה''...!.

אזוי ווי הרה"ק מ'יארמא פלעגט צו זאגן...אן אונגערישער וועט עס ערשט כאפן אין 2 וואכן ארום... און א פוילישער, דאמאלס אויך נישט...!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 3:33 pm
דורך קהל'ס נער
Its not the fall that kills, its the sudden stop that kills.
(רעדיט קאמענטעיטער)

ס׳האט מיר דערמאנט פון די גמרא, אין הערוד ממית אלא החטא מממית.
(ברכות לג.)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 3:53 pm
דורך וואלווי
קהל'ס נער האט געשריבן:Its not the fall that kills, its the sudden stop that kills.
(רעדיט קאמענטעיטער)

ס׳האט מיר דערמאנט פון די גמרא, אין הערוד ממית אלא החטא מממית.
(ברכות לג.)
כעין לאו עכברא גנבי וכו'