בלאט 17 פון 179

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 4:36 pm
דורך למדן
א זיס ווארט ווי עמיצער האט דעפינירט דעם משמעות און קראנטליכקייט פון "עווערידזש"
איינער וואס האט איין פיס אין אייז קאלט וואסער און איין פיס אין בוילינג הייסע וואסער איז אין עווערידזש זייער קאנפארטעבל...

נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 10:50 am
דורך פעדער
דאס גייט שוין צוריק מיט א שטאק פון יארן, ווען כעלעם איז געווען א עיר ועם בישראל, לשם ולתפארת. און די וועלטס גרעסטע קאפשטיקער האבן דארט געוואוינט, און די אידישע לעבן האט געווירבלט מיט א חיות, און געשפרודלט אין די שענסטע קאלירן.

האט זיך געמאכט אמאהל, אז א שיינע שניי האט זיך אויסגעלייגט, אינמיטן דער נאכט אויף די שטאט, פארדעקנדיג דעם גאנצן יקום, אזוי ווייט ווי דער בליק דערגרייכט מיט א שניי ווייסער ליילעך. אז ס'איז ממש געווען א שאד עס צו צופאטשקען. און פארשמירן מיט טריט.
אבער דא קומט דער פרימארגן צוגיין, און דער שמש מיט די צוקנייטשטע באצעס, וועט טלעפעווען אין די שניי, ארומצוגיין קלאפן אויף די אידישע הייזער, אבער וועט צוזאמען דערמיט, אומרחמנות'דיג פארהארגענען דעם באצויברנד בילד, און ספוילן די הערליכע ציכטיגע שיכט שניי, מיט זיינע שלעפערישע פוילע טריט,

איבערהויפט ווען דער שמש איז געווען באקאנט מיט זיין אייגנארטיגע גאנג, ווי ער פלעג נאכצושלעפן זיינע פיס אינטער זיך. און צושטאטעלעך אויסרייבן די עקן פון די זוילן. יעדער אין שטאט האט שוין דערקענט דעם שמש'נס שטיוול, דערמיט וואס ביידע דרויסנדיגע עקן פון די זוילן, זענען געווען שיפלעך קאמפליטלי אפגעריבן . אזוי אז דער שמש האט בעיסיקלי מער ווייניגער שפאצירט אויף זיינע קנעכלען. וויבאלד די פיס פלאכן זענען אים געווען אויסגעדרייט אויף אריין. צוליב די זוילן פראבלעם.

לענינינו, די חכמי כעלעם האבן באשלאסן אז כדי אפצוהיטן די שיינע נאטור. און נישט פארשמירן די אריסטאקראטישע צענע. וועט מען ארויפלייגן דעם שמש, אויף א גרויסן טיש, און 4 ברייט ביינערדיגע, קוגל'דיגע פערזאנען וועלן אים אזוי ארומפירן פון הויז צו הויז.......(וואס מ'טוט נישט פאר א מנהג ישראל?!!)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:33 am
דורך יואליש
איז דא אן אשכול פאר הומאריסטישע ווידעאוס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:34 am
דורך יואליש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=RHbzlG6xPjs[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:44 am
דורך קאווע טרינקער
נישט לאנג צוריק האט ער געפייערט קראצמעך, יעצט פייערט ער אונזער פורים..הע, ס'איז נישט פעיר, מ'קען נישט טאנצען אויף ביידע חתונות. -
וויאזוי פלעגט נאר דער הייליגער שפע חיים זאגען: אדער אהער (קלויזענבורג) אדער אהין (סאטמאר). אהער און אהין איז א צלם.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:14 pm
דורך יואליש
כ'האלט ס'איז פיין געשפילט, דער שיכור וואס הערט נישט אויף צו פלאפלען זיין דברי חכמה און געדענקט פון צייט צו צייט אז ער איז דא צו זאמלען געלט, מיטן ניכטערן בעה"ב וואס איז האלב נהנה און האלט זיך אונטער מיטן שיכור און האלב נערווירט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:12 pm
דורך [NAMELESS]
*A woman goes to the doctor, worried about her husband's temper.*
*The doctor asks: "What's the problem?*
*The woman says, "Doctor, I don't know what to do. Every day my
husband seems to lose his temper for no reason. It scares me."*
*The doctor replies: "I have a cure for that. When it seems that
your husband is getting angry, just take a glass of water and start
swishing it in your mouth. Just swish and swish but don't swallow it
until he either leaves the room or goes to bed and is asleep."*
*Two weeks later the woman comes back to the doctor looking fresh
and reborn.*
*The woman says: "Doctor, that was a brilliant idea! Every time my
husband started losing it, I swished with water. I swished and
swished, and he calmed right down! How does a glass of water do that?"*
*The doctor says: "The water itself does nothing. It's keeping your
mouth shut that does the trick...."*

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 10:00 pm
דורך יידל
[left]Ver geharget.
Got it from the 3 Stooges. Larry used to say it when making a toast. I thought it meant "Good Luck" or some typical toast saying. Had it engraved on a pewter mug for my buddy's wedding gift. Later found out it meant "Drop Dead". Ooooops![/left]


מקור

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:22 am
דורך לעמיל
A German doctor says, "Medicine in my country is so advanced that we can take a kidney out of one man, put it in another, and have him looking for work in 6 weeks." A British doctor says, "That is nothing; we can take a lung out of one person, put it in another, and have him looking for work in 4 weeks." A Canadian doctor says, "In my country, medicine is so advanced that we can take half a heart out of one person, put it in another, and have them both looking for work in 2 weeks." An American doctor, not to be outdone, says, "You guys are way behind...We just took a man with NO brain, made him President, and now the whole country is looking for work."

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:46 pm
דורך מאטי
איינער איז ארום געגאנגען פורים נאך געלט מתנות לאביונים בו ברגע...

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:10 pm
דורך [NAMELESS]
די וועלט זאגט חזנים זענען נארנים, די וועלט זאגט פרויען זענען דעתן קלות, די וועלט זאגט אז פאפא׳נע זענען נארנים, נו איז טראכט אריין ווי קליג קען שוין זיין די פאפא׳נער חזן׳ס ווייב?

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:24 pm
דורך ניו יארק
אז מען רעדט שוין פון פאפא....
א סאטמערער וואלט געזאגט 'די סטעפס זענען גליטשיג', א באבובער וואלט געזאגט 'די שטיגן זענען סליפערי', און א פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטשט דערויף....

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:29 pm
דורך שמעקעדיג
אלס א פאפאנער אייניקל בינעך מוחה אויף די דזשאוקס.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:51 pm
דורך ניו יארק
שמעקעדיג האט געשריבן:אלס א פאפאנער אייניקל בינעך מוחה אויף די דזשאוקס.

האסט אפילו געכאפט די דשאוקס?

געווינער פון פאעזיע פארמעסט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:21 am
דורך יואליש
[youtube]http://youtu.be/h1-f9p4kmbg[/youtube]

http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... 1-f9p4kmbg

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:04 am
דורך משכיל
ווען מען וואלט גשאקעלט לולב אין דער היים, און געגעסען מרור אין בית המדרש וואלט דער מרור געקומען אין א זילבערנע פושקע, און דער אתרוג וואלט געווען אויף צרות

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:05 am
דורך טעפל
אז מען רעדט שוין פון פאפא....

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:22 pm
דורך קאווע טרינקער
נוי יארק האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון פאפא....
א סאטמערער וואלט געזאגט 'די סטעפס זענען גליטשיג', א באבובער וואלט געזאגט 'די שטיגן זענען סליפערי', און א פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטשט דערויף....

פארקערט:
די פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטש, די סאטמארער וואלט הנאה געהאט, און די באבובער וואלט גענומען א פיקטשער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:28 pm
דורך טאמבל סאס
א עלטערע איד א גערע חסיד איז געקומען אמאל צופארן צום רעבין זי"ע אויף א שבת שובבי"ם איז ער געשטאנען ביי שלש סעודות שובבי"ם תורה און געהערט ווי די רבי פייערט און וויינט אויפ'ן "חטא הידיעה" האט ער שטילערהייט אריינגעמורמלט צו זיין חבר וועלכער איז געשטאנען פארנט פון אים, מיט א פראגע: זאג מיר, צו מיינט ער טאקע די מדינה?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:55 pm
דורך איך אויך
קאווע טרינקער האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון פאפא....
א סאטמערער וואלט געזאגט 'די סטעפס זענען גליטשיג', א באבובער וואלט געזאגט 'די שטיגן זענען סליפערי', און א פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטשט דערויף....

פארקערט:
די פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטש, די סאטמארער וואלט הנאה געהאט, און די באבובער וואלט גענומען א פיקטשער.

דאס הייסט נישט פארקערט.

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 8:04 pm
דורך טאמבל סאס
צוויי חבד'סקע חסידים האבן זיך געטענה'ט איבער א שטיקל אין תניא. קולות אויף די העכסטע טענער. איינער שרייט די ווארט איז חכמה בינה דעת, דער אנדערע שרייט קודם דעת נאכדעם חכמה בינה, ביז ס'געווען אזעלכע קולות כמעט ביז שלעגערייען. האט איינער געפלאצט און אנגעהויבן שרייען אויפ'ן צווייטן "דו אחור! דו רעדסט דאך אזעלכע שטותים, נישט דאס האט די רבי געמיינט דא, ווי קען מען זיין אזא אחור?"
זאגט דער צווייטער "א מינוט צוריק האסטו געהאלטן ביים קאפ - חכמה בינה דעת. וואו ביסטו אזוי שנעל אראפגעקראכן צום אחור?"

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 6:22 pm
דורך למדן
אז מ' רעדט שוין
kiryas joel.jpg
kiryas joel.jpg (119.47 KiB) געזען געווארן 1974 מאל

קרית יואל אזא באליבטע שטאט

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 7:52 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס זענען זיך מאנכע מורה היתר און וואטשן מאוויס אויפן פליגער ווען עס ווערט לאנגווייליג?
ווייל "תורה לא בשמים היא"