בלאט 164 פון 179
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 8:30 am
דורך פאלאצ'ינטא
געוועהן אמאהל א בחור'ל וואס קיין סאך נחת האט מען פון איהם נישט געהאט ביז איין טאג האבען איהם זיינע עלטערען אוועק געזעצט און געזאגט...
חיים'ל אונז מוזען דיר זאגען... מען האט דיר אדאפטירט!
איך האב געוויסט שרייט ער איך האב דאס אלעמאהל געפילט. איך וויל זיך שוין טרעפען מיט מיינע עכטע עלטערען
ענטפערען זיי איהם, אונז זענען דיינע עכטע עלטערען אבער פאק זיך איין און מאך זיך שנעל גרייט ווייל דיינע נייע עלטערען קומען דיר אפנעמען אין 25 מינוט
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 7:33 am
דורך פוילישע פעפער
We always hear "the rules" from the female side. Now here are the rules from the male side.
•Shopping is NOT a sport. And no, we are never going to think of it that way. Crying is blackmail. • Ask for what you want. Let us be clear on this one: • Subtle hints do not work! • Strong hints do not work! • Obvious hints do not work! • JUST SAY IT! • ‘Yes’ and ‘No’ are perfectly acceptable answers to almost every question • Come to us with a problem only if you want help solving it. That's what we do. Sympathy is what your girlfriends are for • A headache that lasts for 17 months is a problem. See a doctor • Anything we said 6 months ago is inadmissible in an argument. In fact, all comments become null and void after 7 days • If you think you're fat, you probably are. Don't ask us • If something we said can be interpreted two ways, and one of the ways makes you sad or angry, we meant the other one • You can either ask us to do something or tell us how you want it done, Not both • If you already know best how to do it, just do it yourself • Whenever possible, please say whatever you have to say during commercials • Christopher Columbus did not need directions and neither do we • ALL men see in only 16 colours, like Windows default settings. • Peach, for example, is a fruit, not a colour. Pumpkin is also a fruit. • We have no idea what mauve is. • If it itches, it will be scratched. We do that. • If we ask what is wrong and you say "nothing," we will act like nothing's wrong. We know you are lying, but it is just not worth the hassle • If you ask a question you don't want an answer to, expect an answer you don't want to hear • When we have to go somewhere, absolutely anything you wear is fine, Really • You have enough clothes • You have too many shoes • I am in shape. Round is a shape. Thank you for reading this; Yes, I know, I have to sleep on the couch tonight, but did you know men really don't mind that, it's like camping. Pass this to as many men as you can
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:04 am
דורך שמעקעדיג
איך רייס מיך....
דאס איז באמת גוט, אבער א פונקטליכע רעסעפי ווי אזוי "נישט" צו האבן שלום בית...
טאקע ווייל פרויען זענען אזוי דיפערענט, דארף מען זיך אויסלערנען זייער שפראך און פרובירן צו פארשטיין. מען קען זיך נישט אויפפירן צו א ווייב ווי צו א בחור אין ישיבה...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:40 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:04 am
איך רייס מיך....
דאס איז באמת גוט, אבער א פונקטליכע רעסעפי ווי אזוי "נישט" צו האבן שלום בית...
טאקע ווייל פרויען זענען אזוי דיפערענט, דארף מען זיך אויסלערנען זייער שפראך און פרובירן צו פארשטיין. מען קען זיך נישט אויפפירן צו א ווייב ווי צו א בחור אין ישיבה...
אדער צום משגיח...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:43 am
דורך berlbalaguleh
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 12, 2024 7:33 am
We always hear "the rules" from the female side. Now here are the rules from the male side.
•Shopping is NOT a sport. And no, we are never going to think of it that way. Crying is blackmail. • Ask for what you want. Let us be clear on this one: • Subtle hints do not work! • Strong hints do not work! • Obvious hints do not work! • JUST SAY IT! • ‘Yes’ and ‘No’ are perfectly acceptable answers to almost every question • Come to us with a problem only if you want help solving it. That's what we do. Sympathy is what your girlfriends are for • A headache that lasts for 17 months is a problem. See a doctor • Anything we said 6 months ago is inadmissible in an argument. In fact, all comments become null and void after 7 days • If you think you're fat, you probably are. Don't ask us • If something we said can be interpreted two ways, and one of the ways makes you sad or angry, we meant the other one • You can either ask us to do something or tell us how you want it done, Not both • If you already know best how to do it, just do it yourself • Whenever possible, please say whatever you have to say during commercials • Christopher Columbus did not need directions and neither do we • ALL men see in only 16 colours, like Windows default settings. • Peach, for example, is a fruit, not a colour. Pumpkin is also a fruit. • We have no idea what mauve is. • If it itches, it will be scratched. We do that. • If we ask what is wrong and you say "nothing," we will act like nothing's wrong. We know you are lying, but it is just not worth the hassle • If you ask a question you don't want an answer to, expect an answer you don't want to hear • When we have to go somewhere, absolutely anything you wear is fine, Really • You have enough clothes • You have too many shoes • I am in shape. Round is a shape. Thank you for reading this; Yes, I know, I have to sleep on the couch tonight, but did you know men really don't mind that, it's like camping. Pass this to as many men as you can
פוילישע פעפער: דו וואוינסט אין קענעדע אדער אין ענגלאנד. (נישט אין פוילן) אין אמעריקע זענע דא אנדערע "רולס"...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:59 am
דורך פוילישע פעפער
ok, גראדע א ראנג געסס...
אדרבה, לאמיר הערן די "אמעריקאנע" רולס.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:11 pm
דורך שוואכער
ער האט נישט געמיינט צו זאגן דו, ער באציט זיך אויף דער וואס האט עס געשריבן...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 2:00 pm
דורך פוילישע פעפער
שכויח ר' שוואכער, שטארק זיך
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:29 pm
דורך פאלאצ'ינטא
פאר די אלע דא אין שטיעבל וועליכע געדענקען נאך ווי אזוי מען שפיעלט קוויטלאך... חנוכה. איך ווייס אז עס איז נישט חנוכה יעצט אבער איך האב יעצט געטראפען א חבר פון ישיבה און ער האט מיר דערמאנט א שיינע מעשה.
ווען איך בין געוועהן אין ישיבה, מיט בערך א ** יאהר צוריק איז געוועהן איין חנוכה וואס האט דער ראש ישיבה צוגעשיקט א בחור צו שחרית וואס איז אויפגעוועהן א גאנצע נאכט און גשפיעלט קוויטלעך
ביי קריאת שמע ווארטענדיג אויף'ן ראש ישיבה האט ער איינגעדרימעלט. און ווען דער ראש ישיבה האט גע-ענדיגט איז ער גשלאפען... נאך'ן ווארטען א מינוט און דער בחור שלאפטש, האט דער ראש ישיבה געגעבען א שריי...
נווו ! נווו !
גיבט ער זיך א חאפ אויף און שרייט...
עלעווער אן, באנק !
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:40 pm
דורך [NAMELESS]
דערמאנט זכרונות.....
שכוח
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:46 pm
דורך קהל'ס נער
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:29 pm
פאר די אלע דא אין שטיבל וועלכע געדענקען נאך ווי אזוי מען שפילט קוויטלאך...
אפשר טאקע עפן אן אשכול איבער קוויטלעך, די נייע ג'ענערעישען האט נישט קיין אנונג וואס דאס איז, נאר אז ס'אסור צו שפילן.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:13 pm
דורך berlbalaguleh
פוילישע פעפער: דאמאלס קענסטו נישט ספעללן...ראה לעיל.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:58 pm
דורך האניג
בדוק ומנוסה:
אויב ווען דו לייגסט זיך אריין אין בעט, טרעפסטו דיר אין די בעסטע פאזיציע איינצושלאפן
דעמאלט זאלסטו וויסן אז דו האסט זיכער עפעס פארגעסן...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:02 am
דורך לאכעדיג
פארוואס ווען א טעפעלע האט א לאך גייט די וואסער ארויס און ווען די שיך האט א לאך גייט די וואסער אריין? נאטור.
מרבין בשמחה.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:03 am
דורך לאכעדיג
פארוואס ווען א ווייסע העמדל ווערט שמוציג ווערט עס שווארץ און ווען א שווארצע הויזן ווערט שמוציג ווערט עס ווייס? נאטור.
מרבין בשמחה.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:18 am
דורך פוילישע פעפער
סאיז געוועהן א קנאי אין ארץ ישראל וואס האט געהאלטען א דרשה קעגען די בחירות וואס גייען פארקומען אין ארץ ישראל נאך צוויי וואכען
שרייט ער דארט "אסור להשתתף בבחירות הטמאות"
האט אים איינער געפרעגט ווי קומט אריין טמאות? אז דו האלטסט אז סאיז אסור זאג אסור להשתתף בבחירות האסורות?
האט אים די קנאי גענטפערט וואס פארשטייסטו נישט, אזויפיל אידן קומען אראפ פון יענע וועלט צו שטימען ממילא ווערט עס בחירות הטמאות...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 1:25 pm
דורך [NAMELESS]
א פארפאלק קנאים האבען ארויס געשטעלט א צעטעל אויף זייער דירה = איך מיט מיין פרוי שטימען נישט....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:58 pm
דורך היום
א זקן פון עטליכע אכציג קע״ה איז אמאל חול המועד פסח ל״ע פליצלונג קראנק געווארן, ס׳האט קיינער נישט פארשטאנען פאר וואס.
נאכן ארום לויפן זיכן דעם פאסיגן דאקטער צו דיעגנעזירן דעם מצב, איז מען אנגעקומען צו דעם אלטנ׳ס פאמיליע דאקטער וואס ער האט לעצטע מאל עהם געזעהן אלץ קינד.
נאך גרינטלעך באטראכטן דעם חולה רופט ער זיך אהן; ״נע, דאס איז עהם געקומען פון צופיל אפיקומן געגעסכט׳ס״.
״וואס הייסט???״ פרעגט עהם דו באזארגטע משפחה.
״אהע״ איז דער דאקטער מסביר ״א מאן וואס האט שוין אכציג אפיקומנס געגעסן און זיין לעבן, מיז דעך אמאל קראנק ווערן…״
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:12 am
דורך עמרם
היום האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:58 pm
א זקן פון עטליכע אכציג קע״ה איז אמאל חול המועד פסח ל״ע פליצלונג קראנק געווארן, ס׳האט קיינער נישט פארשטאנען פאר וואס.
נאכן ארום לויפן זיכן דעם פאסיגן דאקטער צו דיעגנעזירן דעם מצב, איז מען אנגעקומען צו דעם אלטנ׳ס פאמיליע דאקטער וואס ער האט לעצטע מאל עהם געזעהן אלץ קינד.
נאך גרינטלעך באטראכטן דעם חולה רופט ער זיך אהן; ״נע, דאס איז עהם געקומען פון צופיל אפיקומן געגעסכט׳ס״.
״וואס הייסט???״ פרעגט עהם דו באזארגטע משפחה.
״אהע״ איז דער דאקטער מסביר ״א מאן וואס האט שוין אכציג אפיקומנס געגעסן און זיין לעבן, מיז דעך אמאל קראנק ווערן…״
דארף צי זיין אן אלטען דאקטער
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 2:26 am
דורך berlbalaguleh
דאס דערמאנט מיך א (אמת'ע?) מעשה: א איד פון אריבער 110 יאר האט געהאט א זון פון 92. דער 92 יעריגער זון האט זיך אמאל פארקילט און ער האט געהיסט. האט זיך זיין טאטע אפגערעדט פאר א חבר...איך האב געזאגט דעם יונגל ער זאל נישט ארומלויפן ווייל ער וועט זיך פארקיהלן...!
נ.ב.: מ'דארף גלייבן אז די מעשה וואלט געקענט זיין אמת.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:11 am
דורך שמעקעדיג
אקעי בערל, איך גלייב... איך פרוביר מיך צו פיקטשערן א 92 יאריגע איד ארומלויפן... סארי ס'ארבעט עפעס נישט

Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:25 am
דורך שעפטאל
נו, דעס מיינט אמונה "כ'בין א נער און איך גלייב"
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:32 am
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 2:26 am
דאס דערמאנט מיך א (אמת'ע?) מעשה: א איד פון אריבער 110 יאר האט געהאט א זון פון 92. דער 92 יעריגער זון האט זיך אמאל פארקילט און ער האט געהיסט. האט זיך זיין טאטע אפגערעדט פאר א חבר...איך האב געזאגט דעם יונגל ער זאל נישט ארומלויפן ווייל ער וועט זיך פארקיהלן...!
נ.ב.: מ'דארף גלייבן אז די מעשה וואלט געקענט זיין אמת.
בערל, מיינע שכינים זענען געקומען קלאפן….
