בלאט 166 פון 179
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:08 pm
דורך berlbalaguleh
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:52 pm
אז מרעדט פון פיש האב איך זיך דערמאנט פון די באקאנטע מעשה אין סקווירא שטעטעל ווען א פיש האט זיך גענומען רעדען
מפארציילט אז א טאג שפעטער האט איינער אריינגערופען די געשעפט און געפרעגט צו זיי האבן סאלאמען?
האט די איגענטומער געזעגט: יא
האט אים די קונה געזאגט: דעמאלטס לאמי'ך רעדען מיט אים.....
די גאנצע מופת מיט די פיש וואס האט גערעדט איז א סגולה פאר פרנסה. ווייל ווען די מעשה איז ארויסגעקומען האט מען געהאט פארקויפט אלע צייטונגען. לא נשאר עד אחד.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:30 am
דורך פאלאצ'ינטא
איינער קומט אריין אין א בייגעל געשעפט און בעט...
איך וויל א בייגעל געטאוסט פארברענט ממש אש.
צוויי אייער אבער מאך זיכער אז עס איז אזוי טרוקען ווי האלץ, און לייג צו אביסעל ירקות אזוי אלט און צוקוועטשט אז עס איז ממש א זופ. אוך דריי אלטע שטיקלאך קעז וואס מען קען זעהן אויף דעם אז א מויז האט דערפון טועם געוועהן
א קאווע מיט זויערע מילך און זאלץ אנשטאט צוקער
פרעגט איהם דער ארבייטער, דו ביזט נארמאל? מען קען דאס נישט טאהן
פרעגט פארוואס? די לעצטע פאר טעג גיבסטו מיר פונקט דאס
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:34 am
דורך פאלאצ'ינטא
מענין לענין באותו ענין
קומט אן א איד צום לופט פעלד מיט די משפחה אויפ'ן וועג צו ארץ ישראל און זאגט פאר דעם ארבייטער...
איך וויל אז דו זאלסט שיקען איין רענצעל קיין ענגלאנד און די צווייטע קיין איטאליע און מיין ווייב'ס קיין רוסלאנד
זאגט ער מען קען דאס נישט טאהן
פרעגט פארוואס? ענק האבן דאס געטוהן די לעצטע מאהל
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:42 am
דורך היום
געווען צוויי וואוילע גאליציאנע יודן, געגאנגען שוווימען צוזאמען אין איין אזא לאנגע נאכמיטאג, האבן זיי געזיכט מיט וואס אריבער פירן די צייט, רופט זיך אהן איינער צום חבר ״לאמיר מאכן א וועט, מיר וועלן ביידע אראפ לייגן דא 50 סענט, דער ווער עס קען האלטן די אטעם לענגער אונטערן וואסער בייקומט די גאנצער דאלער״
וואס זאל איך אייך זאגן?…
זאלן זיי ביידע זיין דארט אויבן גוטע בעטער׳ס…
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:03 pm
דורך היום
באותו עניין,
בינעך אמאל אריין געפאלן א בה״ב שחרית און א פויליש׳ן שטיבל, הער איך דעם גבאי׳ן פארקויפן די עליות פאר קריה״ת, עס פארט אזוי ארויף 10 פאר די מצוות, 20, 30,
איך שטיי און ווינדערזוך, הזאת נעמי? וואס גייט דא פאר?
און עס פארט ווייטער 40, 50, 60,
איך גלייב נישט וואס איך הער, א וואכינדיגע ליינען? אזונע סכומים?
דער עולם ציעט ווייטער, 70, 80, 90,
איך צופ מיך אויב איך חלום נישט, וואס איז דא? סאטמערע רבי׳ס מנין? זענען די פויליש׳ע אראפ פון וועג? אראפ פון זינען?
ווי ווייט גייט דאס אנקומען?
דאן הער איך ״איין דאלער״ פאר די מצוות, צום ערשטן מאל וכו׳…
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:06 pm
דורך היום
דער שדכן האט אנגעטראגן פארן גראבן יונג א גאלדענעם שידוך, א שיין מיידל, געלאנגען, א משפחה מכובדת, סאך געלט, בקיצור כליל המעלות, וואס דען? זי האט איין פראבלעם, אמאל אמאל כאפט איר אהן די נערווען אויף א טאג צוויי…
״מסכים״ זאגט דער בחור, ״איך גיי איין פאר דעם״.
״פיין״ ענפערט דער שדכן ״יעצט וועסטו מיזן צו ווארטן א ביסל, ביז עס כאפט איר אן דער שיגעון, אז זי זאל וועלן קוקען אויף דיר״….
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:44 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איך האב געהערט פון א אינגערמאן וועליכע האט געהאט 6 מיידלעך און נאכדעם א אינגעל און נאכדעם נאך א מיידל.
האט מען איהם געפרעגט פארוואס א אינגעל צווישן די מיידלעך?
זאגט ער ווייל צווישן 6 און 7 מאכט מען נישט קידוש האט ער געמאכט א זכר
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:55 pm
דורך berlbalaguleh
דאס דערמאנט מיך א מעשה מיט א יונגערמאן וואס ס'איז ארויס א שמועה אויף אים אז ער מאכט א שלום זכר ביי איהם אין שטוב. מענטשן האבן אריינגעקלאפט צו איהם און געפרעגט אויב ס'איז דא א (שלום) זכר...
וואס ער האט זיי גענטפערט וויל איך נישט זאגן. ווייל ס'איז (א ביסל) מ'אחורי-דיג...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 6:19 am
דורך פאלאצ'ינטא
ר חצקל איז געוועהן א איד אן עני ואביון ממש נישט געהאט קיין פרוטה
איין נאכט קומט דער מלאך המ** צו ר' חצקל און זאגט איהם.. ר חצקל, דערשרעק זיך נישט. איך בין דא ווייל איך וויל מאכען א געשעפט מיט דיר
וואס? פרעגט ר חצקל
ענטפערט דער מלאך המ**, איך וועל דיר געבען געלט און כבוד עד אין לשער אבער דו וועסט נישט קענען הערען גוט.
זאגט ר חצקל, גיב מיר אפאר טעג דאס איבער צו טראכטען.
גייט ער צו זיין רב און פרעגט צו מען מעג מאכען אזא געשעפט.
ענטפערט דער רב, ניין ח"ו הערען איז א מתנה פונם הייליגען באשעפער און וואס איז געלט? פאר אפאר דולר ווארפסטו צוריק א מתנה פונם באשעפער? און נאך דערצו האנדלען מיט'ן מלאך המ**? מען טאהר נישט
אבער ר חצקל עקשנט זיך אבער איך האב נישט קיין פרנסה און איך האב גארנישט און מיט דעם וועל איך קענען אויפטוהן אסאך
דער רב זאגט ווידער ניין, מען טאהר נישט אבער לאמיר ביידע גיין צום רבי'ן שליט"א און מען וועט איהם פרעגען
זיי קומען אריין און פרעגען דעם רבי'ן, מעג מען האנדלען מיט'ן מלאך המ** און אויפגעבען נישט צו קענען הערען פאר געלט און כבוד?
וואס? פרעגט דער רבי איך הער נישט רעד העכער
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:15 am
דורך פאלאצ'ינטא
דער ראש הקהל איז געפארן אויף א וואקאציע אבער ער האט געוואלט אז קיינער זאל איהם נישט דערקענען. האט ער זיך פארשטעלט און איז געפארן אויף קאליפארניע און געכאפט א שפאציר ביים ים.
אינמיטן באגעגענט ער צוויי אידן אנגעטוהן מיט א שווים הוין און זוהן בריללען מיט א קעפ. די צוויי גריסען איהם... גוט מארגן ראש הקהל
ווער קען מיך דא? טראכט ער צו זיך.
דעם קומענדיגע טאג פאסירט די זעלבע זאך. ער באגעגענט די צוויי און זיי גריסען איהם... גוט מארגן ראש הקהל
ער וואונדערט זיך ווער עס דערקענט איהם, ער איז דאך פארשטעלט
דעם קומענדיגע צופרי ווען ער באגעגענט זיי פרעגט ער זיי... פון ווי ווייסן ענק ווער איך בין?
רופט זיך אן איינער פון זיי, ראש הקהל, דו דערקענסט נישט דעם רבי'ן?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:28 am
דורך פאלאצ'ינטא
אין ירושלים איז געוועהן א איד וועליכע מען האט זיך דערוויסט אז פאר די לעצטע 70 יאהר האט ער נישט פארפאסט א שחרית מנחה מעריב ביים כותל.
האט מען געשיקט א ריפארטער איהם פרעען אפאר שאלות.
מען פרעגט איהם איז עס אמת אז טאקע איהר קומט דא צום וואנט און דאווענט איעדען טאג פאר 70 יאהר?
יא ענטפערט ער
און ווי אזוי פיהלט עס? פרעגט ווייטער דער ריפארטער
אזוי ווי מען רעדט צו א וואנט זאגט ער
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 8:24 am
דורך פוילישע פעפער
סאיז געוועהן אמאל א מאן וואס האט געזאגט פאר זיין ווייב היינט ביינאכט קענסטו ארויסגיין שאפינג מיט דיינע חבר חברטע'ס און איך נעם קיר פון אלע קינדער איך באד זיי און איך לייג זיי שלאפען
שוין די ווייב פרייט זיך זי גייט ארויס און זי קומט צרויק נאך א צוויי שעה זעהט זי ווי די גאנצע הויז איז איבערגעדרייט און קיינער האט זיך נאכנישט אפגעוואשען און קיינער שלאפט נאך נישט
פרעגט זיי די קינדער וואס גייט פאר ווי איז טאטי?
זאגען זיי אז טאטי שלאפט
זי לויפט ארויף און וועקט אויף אירע מאן און פרעגט זי וואס גייט פאר מהאט דאך עפעס אפגערעדט?
ענטפערט ער זי יא טאקע, אבער לאמיר דיך מסביר זיין א נקודה
איך בין שוין געוועהן ביי אסאך חינוך שיעורים אז אלע מחנכים זאגען שטענדיג אז די בעסטע וועג צו מחנך זיין די קינדער איז דורעך ווייזען א אייגענע דוגמא...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 9:35 am
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 6:19 am
זיי קומען אריין און פרעגען דעם רבי'ן, מעג מען האנדלען מיט'ן מלאך המ** און אויפגעבען נישט צו קענען הערען פאר געלט און כבוד?
וואס? פרעגט דער רבי
איך הער נישט, רעד העכער
האב איך מיך דערמאנט א מעשה: א רב איז אויף די עלטערע יארן טויב געווארן. האבן מענטשן איהם געפרעגט, "ס'שטייט דאך אין די תורה לא תיקח שוחד כי השוחד יעור עיני חכמים"... דאמאלס פארוואס ביסטו געווארן טויב... האט זיי דער רב געענטפערט, "עטץ קענטס נישט די היינטיגע בעלי דינים, זיי געבן דען שוחד, זיי זאגן נאר צו"...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:16 am
דורך פאלאצ'ינטא
א מלמד פרעגט א אינגעל...
פארוואס האסטו צובראכען דעם פענסטער?
איך וועל אן ענטפער איך וויל דעם אמת
זאגט ער וועליכע וויל דער רבי ?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:21 am
דורך פאלאצ'ינטא
היינט צופרי ביי שחרית קומט צו צו מיר א שנארער, און איך גיב איהם א דולר. זאגט ער מיר אז ער נעמט נאר גרויסע בילס
פרעג איך איהם וועליכע ווילסטו מיין עלעקטריק בילל אדער מיין געז ביל? אפשר די שכר לימוד ביל?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 4:08 pm
דורך פאלאצ'ינטא
אן 747 עיראפלאן פון איראן הייבט זיך און נאך אפאר מינוט קראכט איינער פון די מאטארען.
נעמט דער פילאט דעם ראדיא און שרייט אריין.. העלף אונז! הילף אונז! איז דא א עירפארט אויסער איזראעל וואו אונז קענען לאנדען?
און קיינער ענטפערט נישט.
אפאר מינוט שפעטער קראכט דער צווייטער מאטאר.
נעמט ער ווידער דער ראדיא און שרייט אריין...
העלף אונז! הילף אונז! איז דא א עירפארט אויסער איזראעל וואו אונז קענען לאנדען? אונז האבען פארלוירען צוויי מאטארען.
און קיינער ענטפערט נישט.
גייט אדורעך נאך אפאר מינוט און דער דריטער מאטאר קראכט.
שרייט ער ווידער אריין אין דער ראדיא...
ראטעוועט! הילף! אונז דארפען א עיר פארט אפי' איזראעל. אונז מוזען שוין לאנדען אויב נישט גייען אונז קראכען.
רופט זיך אן בן גוריון עירפארט... איראן פלייט דא רעדט איזראעל עירפארט אונז קענען העלפען.
יא איזראעל וואס זאלען אונז טוהן? פרעגט דער איראנער עראפלאן
גאנז פשוט ענטפערט בן גוריון עירפארט... זאג מיר נאך ווארט ביי ווארט...
יתגדל ויתקדש שמיא רבה
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 4:44 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:16 am
א מלמד פרעגט א אינגעל...
פארוואס האסטו צובראכען דעם פענסטער?
איך וועל אן ענטפער איך וויל דעם אמת
זאגט ער וועליכע וויל דער רבי ?
דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד האט אמאל געהאט א שווערע קאורט קעיס. פאר דעם טאג פונ'ם משפט איז ער אריין מיט א קוויטל צו זיין רבי'ן. דער רבי א שטארק תמימות'דיגער איד האט איהם אנגעווינטשן..."דער אייבישטער זאל העלפן אז דער אמת זאל ארויסקומען. זאגט דער איד. ניין. רבי דאס טויג נישט...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 5:09 pm
דורך פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 4:44 pm
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:16 am
א מלמד פרעגט א אינגעל...
פארוואס האסטו צובראכען דעם פענסטער?
איך וועל אן ענטפער איך וויל דעם אמת
זאגט ער וועליכע וויל דער רבי ?
דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד האט אמאל געהאט א שווערע קאורט קעיס. פאר דעם טאג פונ'ם משפט איז ער אריין מיט א קוויטל צו זיין רבי'ן. דער רבי א שטארק תמימות'דיגער איד האט איהם אנגעווינטשן..."דער אייבישטער זאל העלפן אז דער אמת זאל ארויסקומען. זאגט דער איד. ניין. רבי דאס טויג נישט...!
דאכט זיך אז דאס איז אן אמת'ר מעשה. מען דערציילט עס אויף'ן סאטמר'ר רב ר יואל
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 5:15 pm
דורך berlbalaguleh
דער סאטמאר'ער רב ר' יואל איז נישט געווען אזא תמים. ער האט געקענט זיין עולם.
ס'איז דא געניג רעבעלעך אויף וועים מ'קען ארויפשמירן אזא מעשה'לע
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 6:10 pm
דורך היום
קאלמיש, איז שוין ב"ה אפיציעל ארויס פון כולל, פאר פרנסה האט ער זיך עדווערטייזט פאר א שיינעם טאלאנפולן בדחן און אויך א געריבענער שדכן.
טרעף איך עהם איין טאג אזוי אביסל נישט אזוי איי איי,
געב איך עהם א פרעג, וואס מאכסטו אזוי? ווי אזוי גייט די צוויי נייע פאסטענס?
"ב"ה ב"ה", זאגט ער מיר, "עס הייסט אהן צוביסלעך צו אויפפיקן",
אבער, זאגט ער "איך בין אביסל צומישט פארוואס זאכן גייען פארקערט ווי נארמאל, נאך יעדע שידוך וואס איך טראג אן לאכן מענטשן, און ווען איך מאך א ווערטל הערט מען מיר ערנסט אויס און מען זאגט מען גייט עס איבערטראכטן"...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:49 pm
דורך berlbalaguleh
און די מעשה מיט דעם איד וואס איז געפארן ל"ג בעומר קיין אומאן. און אויף ר"ה איז ער געפארן קיין מירון. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער פארדרייט די יוצרות האט ער געזאגט..."כדי לערבב את השטן"...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:09 pm
דורך עלינו
א גאליציאנער האט באמערקט אן אונגערישער איד וואס זיין קאפ האט זיך קוים ארויסגעשטעקט פון זיינע הויזן וואס האבן דערגרייכט ביז'ן הארץ.
א טאג שפעטער האט דער גאליצאנער געעפנט א הויזן געשעפט און געהאנגען אינדערויסן א גרויסן טאוול ''קויפט אן אונגערישע הויזן און שפארט אייך א העמד''.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:13 pm
דורך עלינו
די ערשטע פראגע אויף יענע וועלט :
קבעת עתים לתורה ?!
אין די צווייטע :
וואס קעקעצטו יא אדער ניין ?!..........
קרעדיט ר' אברהם מרדכי מלאך