בלאט 18 פון 110

נשלח: מוצ"ש מאי 25, 2013 11:30 pm
דורך קאווע טרינקער
ברוך דיין האמת.

איין לויה האט ער שוין געהאט נאך אין די צייטן פון רבי'ן. ואכמ"ל.

איבערגעלאזט א זוהן א תלמיד חכם אין מאנסי.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:40 am
דורך זר זהב
די לויה קומט פאר יעצט איינס אזייגער ״אין״ ראדני ביהמד!

וועט קומען לקבורה אינעם ביה״ח דקהל יטב לב אין קר״י

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:43 am
דורך דענקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:
איבערגעלאזט א זוהן א תלמיד חכם אין מאנסי.

viewtopic.php?p=80765#p80765

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:20 am
דורך קאווע טרינקער
די עלצטע רביצין...
שעניצא רביצין, 105!

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:31 am
דורך אביגדור
קאווע טרינקער האט געשריבן:די עלצטע רביצין...
שעניצא רביצין, 105!

הרבנית ווייסבלום.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:32 am
דורך אביגדור
בייטש'ע רביצין היילפרין, נעכטן געוועהן די לויה.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 11:10 am
דורך ברעט מענינג
בד"ה ר' נחום דאנציגער ע"ה

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 12:10 pm
דורך שעפטל
ברעט מענינג האט געשריבן:בד"ה ר' נחום דאנציגער ע"ה

לעבט נאך. זייט ווייטער מתפלל פאר נחום בן טויבא לרפו"ש

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 1:00 pm
דורך שעפטל
היינט איז נפטר געווארען האשה הישישה מרת בילא ריכטער ע"ה אשת ר' משה ריכטער ע"ה די מוטער פון יבלח"ט ר' אברהם און ר' יעקב ריכטער (מיידל קעמפ)

זי פלעגט יארן אויסוואשען די טלית פון בעל דברי יואל זי"ע. אויכעט האט זי גענייט א קיטל פארן רבי'ן ז"ל און די קינדער פארבארגען עס יעדעס יאר פאר די הייליגע טעג פאר כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א.
IMG-20130527-WA015.jpg
IMG-20130527-WA015.jpg (73.7 KiB) געזען געווארן 1890 מאל

IMG-20130527-WA014.jpg
IMG-20130527-WA014.jpg (41.99 KiB) געזען געווארן 1890 מאל

די לוי' איז ביים סאטמאר'ן שוהל אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג, מ'טראגט איר קיין סאטמאר'ן חלקה אינען ניו דזשערסי ביה"ח.

ר' יעקב מאכט חתונה אן אייניקל די וואך.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 3:17 pm
דורך גאלד
..

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 3:19 pm
דורך זר זהב
:like :like :like

רפואה שלימה!!

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 9:33 am
דורך [NAMELESS]
דאנציגער איז אוועק היינט אינדערפרי. בד"ה

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:16 pm
דורך blauvelt
oy vey what happened to reb nuchem danzinger was he sick

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:34 pm
דורך גאלד
סטראוק לא עלינו, פלוצלינג פאריגע וואך,

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:40 pm
דורך קרעקער
אפשר קומט נאך באלד נאך א טעקסט פון עם?
לייג עם כאטש אריין די כלי אין גרוב ער זאל קענען מעסעדזשען און האבען וואס צו טוהן מיט די צייט דארט

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 3:42 pm
דורך זר זהב
יענע מעסעדזש איז נישט געווען פון אים

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 11:09 am
דורך מאראנצןזאפט
שווער זיך צוזאמצוקלויבן, עס פליסן די טרערן, אבער דער אלעמען באליבטן ר' שלמה יוסף איז טראגיש און גרויזאם פלוצים פארשניטן געווארן אין יונגן עלטער פון עטליכע צוואנציג יאר.
ר' שלמה יוסף, מיר וועלן זיך שטענדיג בענקען נאך דיר. כאטש מיר האבן זיך שוין נישט געזען פאר יארן, מיר האבן געוואוינט אין אנדערע קאנטינענטן האט אבער א הארץ געשפירט א הארץ.
דיין בריליאנטענעם באנעמונג צווישן די חברים, צו אלעמען אלעמאל, האט דיך אזוי באליבט געמאכט. אזעלכע גאלדענע מדות טובות, געלערנט מיט שוואכערע, שטענדיג א ליבליכן שמייכל, א טרעפליך הומאריסטישן ווארט, און אן אויפגעלייגטע גיסטע.
א הערליך בליענדע רויזעלע האט זיך השי"ת אויסדערוועלט, גזירה הוא מלפני ואין להרהר אחרי'.
אן עולה תמימה גאנץ אן א פעלער. א זעלטנהייט פון א גוטע נשמה.
דיין פארשטענדליכקייט, דיין געשמאקקייט, וועט אונז שטענדיג נאגן. מיר וועלן נאך דיר לעכצן, און דיין וועזנהייט וועט עקזיסטירן אין אונזערע הערצער אויף שטענדיג, וזכרו לא ימוש מאתנו לעד.
זכר צדיק לברכה, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 11:55 am
דורך שרייבער
אפשר זיינט איר זיך מסביר פון וועם איר רעדט

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 1:07 pm
דורך לבי במזרח
R'Moshe Goldman from Boro Park unfortunately passed away, the levaya was yesterday. He was a a Serete chosid, a real tayere yid, was 62 years, he nebech got sick with cancer about a year ago and held strong till his final days. He left behind a nice family wife and several sons and daughters. Just finnished Sheva Brochos for a grand child the day before. BD"H. Besoros Tovos.

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 1:26 pm
דורך היסטאריקער
שרייבער האט געשריבן:אפשר זיינט איר זיך מסביר פון וועם איר רעדט


ר' שלמה יוסף בערגער (27ׂׂׂ) איידעם פון ר' אליעזר לעוו (ברי"ז) מחסידי סאטמאר פון לאנדאן, איז נישט אויפגעשטאנען אינדערפרי. עפעס האט ער געהאט א טשעסט אינפעקטשאן אין דאס האט גורם געווען דאס ערגסטע.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 4:15 pm
דורך שעפעלע
היסטאריקער האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:אפשר זיינט איר זיך מסביר פון וועם איר רעדט


ר' שלמה יוסף בערגער (27ׂׂׂ) איידעם פון ר' אליעזר לעוו (ברי"ז) מחסידי סאטמאר פון לאנדאן, איז נישט אויפגעשטאנען אינדערפרי. עפעס האט ער געהאט א טשעסט אינפעקטשאן אין דאס האט גורם געווען דאס ערגסטע.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו

ר שלמה יוסף ז"ל (25 יאר) א תכשיט פון א אינגערמאן מלא חן לויט ווי איך הער גרייט מען זי אין סאטמארן קהלה אין לאנדאן צו לאזן שרייבן א ס"ת לעילוי נשמתו פאר איינע פון די סאטמארע בתי מדרשים יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 7:04 pm
דורך שרייבער
וועמענס זון?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 12:07 pm
דורך שעפטל
שרייבער האט געשריבן:וועמענס זון?

ר' בנימין אליעזר