בלאט 172 פון 179
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:09 pm
דורך קהל'ס נער
ר' יצחק לעבאוויטש מוואדירזש האט געזאגט ביים די גיוס מערכה אז די חילוק צווישן האחים האדמו״רים מסאטמאר איז אז:
מהר״א צינדט אן די בלינקערס אויף לינקס, אבער אייביג פארט ער רעכטס.
מהרז״ל צינדט אן די בלינקערס אויף רעכטס, אבער אייביג זעט ער זיך אויף די לינקע זייט.
יעצט ביי די פעטוועי מערכה איז די זעלבע!!!
@Krishkes
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:33 pm
דורך בני אהרן
חלק פין די גרויסען נס פורים איז, אין אסתר מגדת. אז אסתר האט גיקענט האלטן א סוד.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 12:18 pm
דורך קהל'ס נער
The hardest thing about a perpetual commotion machine is where to hide the batteries.
Hugh Rawson
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2024 3:34 am
דורך היום
דער ק******** רבי האט זיך געשטעלט שבת זכור מיט א הארבן קשיא,
וואס האט אונז אזוי שלעכט געטיען דער עמלק אז מען דארף עהם אזוי עוקר מן השורש זיין מיט זיינע פיר קוגלעך?
האט דער רבי מסביר געווען אז די תורה שרייבט קלאר דער סיבה דערביי… ווי עס שטייט אין פסוק, אשר קרך… אז די קוגלעך זענען נישט גענוג הייס…
און ווען דער אייבישטער וועט העלפן, מען ווען אויסמעקן דעם עמלק, דאן וועט די קוגל זיין הייס ווי עס דארף צו זיין…
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2024 3:45 am
דורך היום
היום האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 22, 2024 3:34 am

כידוע, איז דער רבי׳ס עבודה ביי די קוגלעך געווען עפעס גאר גרויס…
ווי ער האט זיך כמה פעמים אזוי אויסגעדריקט מיט השתוקקות,
אז ״הלואי ווען דער קוגל וואלט ווען געווען אזוי גרויס ווי דער מקוה, און דער מקוה אזוי הייס ווי דער קוגל״…
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2024 8:43 am
דורך פוילישע פעפער
כהער זאגן אז די נטורי קרתא האבן באקומען א הודעה אז פון האנט און ווייטער טאר מען נישט מאכען הבדלה אויף ביעור
ווייל סאיז חמר מדינה...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2024 8:46 am
דורך פוילישע פעפער
סאיז געוועהן איינער וואס האט פארלוירען זיין בערזעל
נאך א וואך צייט פון זיכען איז ער געוואר געווארן אז זיין ברידער האט עס
זייט דעמאלטס זיכט ער זיין ברידער...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2024 8:52 am
דורך פוילישע פעפער
שיח שרפי קודש: מעשה ונפגשו שני גדולי הדור, כבו"ק אדמו״ר הקדוש מסאדיגורה והכ"ק מגור. תחת אחד השיחים החלו השניים לפלפל כדרכם בדברי תורה בעומק העיון.
פתח כבו"ק הינוקא פיו בחכמה ואמר לאדמו״ר הקדוש מגור את שעלה ברעיונו:
מה הריבוי של במילה "את" בפסוק מחה תמחה את זכר עמלק?
אשתומם שעה חדא אך איהו מותיב לה ואיהו מפרק: הלא שנינו, את לרבות אחיך הגדול.
ענה לו כ״ק הגה״ק מגור ברגע כמימריה: והלא גמרא מפורשת היא, את לרבות תלמידי חכמים!
ואלו ואלו דברי אלוקים חיים
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2024 10:43 am
דורך זויער טייג
טרעף איך א בחור אין ביהמד ארויסנעמען די סטעפל'ס פונעם ברסלבע גליון, אויף מיין וואונדער פארוואס טוסטו דאס? זאגט ער מיר זייער פשוט, פין איעדע זאך קען מען ארויסנעמען עפעס א גוטע זאך...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2024 4:05 am
דורך היום
היום האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 22, 2024 3:45 am
היום האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 22, 2024 3:34 am
דער ק******** רבי האט זיך געשטעלט שבת זכור מיט א הארבן קשיא,
וואס האט אונז אזוי שלעכט געטיען דער עמלק אז מען דארף עהם אזוי עוקר מן השורש זיין מיט זיינע פיר קוגלעך?
האט דער רבי מסביר געווען אז די תורה שרייבט קלאר דער סיבה דערביי… ווי עס שטייט אין פסוק, אשר קרך… אז די קוגלעך זענען נישט גענוג הייס…
און ווען דער אייבישטער וועט העלפן, מען ווען אויסמעקן דעם עמלק, דאן וועט די קוגל זיין הייס ווי עס דארף צו זיין…
כידוע, איז דער רבי׳ס עבודה ביי די קוגלעך געווען עפעס גאר גרויס…
ווי ער האט זיך כמה פעמים אזוי אויסגעדריקט מיט השתוקקות,
אז ״הלואי ווען דער קוגל וואלט ווען געווען אזוי גרויס ווי דער מקוה, און דער מקוה אזוי הייס ווי דער קוגל״…
און אודאי מיז מען דערמאנען די מעשה הידוע מיט דער גרויסער ירושלמי שטריימל קוגל וואס מען האט איין פרייטאג צונאכטס אראפ געלייגט אויפן טיש, פארנט פונם רבי׳ן.
און פלוצלינג איז געשעהן א בלעק-אוט און ס׳איז געווארן טינקל, נאך א קורצע וויילע ווען די לעקטער האט זיך צוריק גע׳עפנט איז נתגלה געווארן א ליידיגע קוגל טאץ אהן א ברעקל איבער געבליבן.
זאגט דער רבי, איך וועל אייך מגלה זיין וואס איז געשעהן דא בשעת ס׳איז געווען טינקל, אז מלאכים ושרפים זענען געקומען כאפן הייליגע שיריים פון מיין קוגל, און עס איז גארנישט געבליבן….
רופט זיך אהן א יוד דארט ביים עק טיש, ״רבי אינטרעסאנט אז די מלאכים ושרפים האבן אהין געלייגט אפאר געבליבענע לאקשען פארקניפט אין דעם רבי׳נס בארד״…
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2024 11:41 am
דורך שמן למאור
פון וואו ווייסט מען אז אחשורוש איז געווען א גערער חסיד?
שטייט אין די מגילה אז אסתר האט געזאגט:
ואני לא נקראתי לבוא אל המלך זה שלושים יום...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2024 1:35 pm
דורך שפילער
שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 24, 2024 11:41 am
פון וואו ווייסט מען אז אחשורוש איז געווען א גערער חסיד?
שטייט אין די מגילה אז אסתר האט געזאגט:
ואני לא נקראתי לבוא אל המלך זה שלושים יום...
באלאנגט אין מאחורי...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2024 4:52 pm
דורך סקעפטיקער
דיין מגילה ליגט אויך מאחורי?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2024 5:04 pm
דורך berlbalaguleh
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 22, 2024 8:43 am
כהער זאגן אז די נטורי קרתא האבן באקומען א הודעה אז פון האנט און ווייטער טאר מען נישט מאכען הבדלה אויף ביעור
ווייל סאיז חמר מדינה...
כידוע: די נטורי קרתא קלאפן נישט ביי המן. זיי זענען דאך געפארן צו איהם פאר אן אוידיענץ. און זיי האבן זיך געקושט מיט איהם. וואו זאג איך נישט.
נאר זייער פוסק הדור ישראל דויד ווייס האט געפסקנ'ט אז מ'דארף קלאפן ביי "מדינה". א יעדעס מאל דאס ווארט מדינה ווערט דערמאנט אין די מגילה קלאפט מען.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:14 pm
דורך היום
האסט אמאל פארבארגט פאר א בייקאנטער א צוואנציגער און פון דאן איז ער מער נישט צום טרעפן…?
זאלסטו כאטש וויסן צו מחשיב זיין ווי גיט דער צוואנציגער איז דיר געניצט געווארן….
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 12:18 am
דורך berlbalaguleh
היום: נישט (ח"ו) קאליע צו מאכן דיין דזשאוק. נאר איך קען איינעם. א געוועזענער שכן מיינער. א גוי. א ביסל א צודרייטער .
ער האט ביי מיר "געבארגט" א צוואנציגער. א וואך שפעטער איז ער געקומען נאכאמאל און "שעמעוודיגערהייט" אט ער "געבארגט נאכאמאל א צוואנציגער. ער האט פרובירט א דריט מאל אויך "שעמעוודיגערהייט". נאר דאמאלס האב איך שוין געזאגט נישט שעמעוודיגערהייט אז איך האב נישט.
דער גוי (אן איטאליענער) איז געווען אזוי צודרייט אז ער האט זיך אפילו אנגעטון א קאפל מיט א טלית קטן. וואס ער האט פארשאפט פון ערגעץ (אפשר געגנב'עט.) ווייל ס'האט נישט אויסגעזעהן ניי.
מסתמא האט ער געוואלט גיין שנארן אין די בתי מדרשין. ווייל איינער פון זיינע פרענדס האט איהם געזאגט אז ביי די אידן איז דא א סאך געלט.
איך האב געזעהן איינעם אזא (פאררוקטן) גוי אין ביהמ"ד שומרי שבת. ער האט געהאט א פאני טעיל. אויך א קאפל. ווען ס'איז געקומען צו נקדישך האט ער זיך אזויפיהל אויסגעלערנט. ער האט זיך אוועקגעשטעלט גלייך ווי א יעדער. און ער האט געזאגט הויעך...קדוש קדוש קדוש..דאס איז אלעס וואס ער האט געקענט.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 5:48 am
דורך פאלאצ'ינטא
צוויי ירושלמים שמועסען.
משה, דו ווייסט? אז פסח נוץ איך נישט קיין געקויפטע זאכען.
וואס האקסטו אין חיים? ענטפערט משה, וואס איז מיט מצות?
ניין זאגט חיים, איך קויף נישט
און וויין ? פרעגט ער
איך האב דיר שוין געזאגט פסח נוץ איך נישט קיין געקויפטע זאכען
וואס איז מיט פלייש? פרעגט ער
ניין דאס אויך נישט זאגט ער
און וואס איז מיט מילכיגס? פרעגט ווייטער משה
איך האב דיר שוין געזאגט ענטפערט חיים פסח נוץ איך נישט קיין געקויפטע זאכען... גארנישט
ווי אזוי באווייזטו דאס? עס מוז זיין זייער שווער
ניין עס איז גארנישט ענטפערט ער
איך קויף גארנישט... איך נעם אלס פון די גרויסע חלוקה
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:17 am
דורך היום
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 12:18 am
היום: נישט (ח"ו) קאליע צו מאכן דיין דזשאוק. נאר איך קען איינעם. א געוועזענער שכן מיינער. א גוי. א ביסל א צודרייטער .
ער האט ביי מיר "געבארגט" א צוואנציגער. א וואך שפעטער איז ער געקומען נאכאמאל און "שעמעוודיגערהייט" אט ער "געבארגט נאכאמאל א צוואנציגער. ער האט פרובירט א דריט מאל אויך "שעמעוודיגערהייט". נאר דאמאלס האב איך שוין געזאגט נישט שעמעוודיגערהייט אז איך האב נישט.
דער גוי (אן איטאליענער) איז געווען אזוי צודרייט אז ער האט זיך אפילו אנגעטון א קאפל מיט א טלית קטן. וואס ער האט פארשאפט פון ערגעץ (אפשר געגנב'עט.) ווייל ס'האט נישט אויסגעזעהן ניי.
מסתמא האט ער געוואלט גיין שנארן אין די בתי מדרשין. ווייל איינער פון זיינע פרענדס האט איהם געזאגט אז ביי די אידן איז דא א סאך געלט.
איך האב געזעהן איינעם אזא (פאררוקטן) גוי אין ביהמ"ד שומרי שבת. ער האט געהאט א פאני טעיל. אויך א קאפל. ווען ס'איז געקומען צו נקדישך האט ער זיך אזויפיהל אויסגעלערנט. ער האט זיך אוועקגעשטעלט גלייך ווי א יעדער. און ער האט געזאגט הויעך...קדוש קדוש קדוש..דאס איז אלעס וואס ער האט געקענט.
די האסט אן אינטרעסאנטע מנהג.
צו קומען מיט אן ערנסטע מעשה אינטערצושטיצן ווערטלעך…
די פארשטייסט אז ממש רוב ווערטלעך זענען געבויט אויף עפעס אמת?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 3:54 pm
דורך berlbalaguleh
היום: דאס ווייזט אז ווערטלעך זענען זייער ערנסט און חשוב. די גמ' האט געלייגט גרויס חשיבות אויף א מילתא דבדיחותא. דאס עפנט דעם קאפ און מאכט דעם מענטש גרייט צו לערנען תורה.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 4:06 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 5:48 am
צוויי ירושלמים שמועסן.
משה, דו ווייסט? אז פסח נוץ איך נישט קיין געקויפטע זאכן.
וואס האקסטו אין חיים? ענטפערט משה, וואס איז מיט מצות?
ניין זאגט חיים, איך קויף נישט
און וויין ? פרעגט ער
איך האב דיר שוין געזאגט פסח נוץ איך נישט קיין געקויפטע זאכען
וואס איז מיט פלייש? פרעגט ער
ניין דאס אויך נישט זאגט ער
און וואס איז מיט מילכיגס? פרעגט ווייטער משה
איך האב דיר שוין געזאגט ענטפערט חיים פסח נוץ איך נישט קיין געקויפטע זאכען... גארנישט
ווי אזוי באווייזטו דאס? עס מוז זיין זייער שווער
ניין עס איז גארנישט ענטפערט ער
איך קויף גארנישט... איך נעם אלס פון די גרויסע חלוקה
פאלאצ'ינטא: איך מיין מ'האט עס שוין אמאל פארציילט דא. (דער בעל מסורת הש"ס פון קאווע שטיבל וועט שוין באלד צולינקען וויפיל מאל און ווער ס'האט עס אלץ פארציילט) נאר חזרה איז אייביג גוט. והנה:
אן אמעריקאנער איד וואס האט געוויילט אין ארץ ישראל פאר פסח האט אמאל באמערקט ווי א טשאלמער שלעפט א וועגעלע איבערגעפילט מיט סחורה און ער שטעלט זיך אפ א יעדע פאר טריט פארסאפעטערהייט, זיך אפצורוען. גייט ער צו צו דעם איד אןן פרעגט איהם וואס ער שלעפט דארט, זאגט איהם דער טשאלמער... "ס'העיסט"? די חלוקה פאר פסח. פרעגט איהם דער אמעריקאנער איד אזא שאלה.. "וואס וואלט איהר געטון אויב איהר געווינט דעם גרויסן געווינס פון די לוטו"? ענטפערט ער... איך וואלט געדינגען 2 בחורים זיי זאלן מיר העלפן אהיימשלעפן די חלוקה...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 5:23 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
איך בין נישט די בעל מסורת הש"ס, אבער...
קאמארנער אין
2022
רעב בערעליינו אין
2023
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 5:47 pm
דורך berlbalaguleh
ייש"כ: אפילו דו ביסט נישט דער בעל מסורת הש"ס.
דו האסט אן אנדערע מעלה. דו ביסט נאך אן עניו אויך...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 5:59 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑
כ'האב אויך געהערט א קליפ פון א בדחן אין ארץ ישראל וואס האט "געגנב'ט" א ווערטל פון מיר, וואס איך (מיין) איך האב מחדש געווען און ארויפגעלייגט דא אויף קאווע שטיבל.
ס'אמאל געווען א איד וועלכער איז געפארן אויף ראש השנה קיין מירון און ל"ג בעומר קיין אומאן. האט מען איהם געפרעגט... "פארוואס פארדרייט איהר די יוצרות?" האט ער געענטפערט "כדי לערבב את השטן"...!
ס'זעהט אויס אז ער ליינט (אויך) קאווע שטיבל. פון דארט נעמט ער סחורה פאר זיין בדחנות...!
אז רעב בערל זוכט א בעל מסורת הש"ס, האב איך נאר געוואלט צוצייכענען די ווערטל וואס איר רעדט זיך אפ אז מ'האט פון אייך גע'גנב'ט.
איז אזוי:
פויער אין
2012
אתא קלילא אין
2014
זקינינו היקר בשם "איינער פון די חשוב'ע ניקס" אין
2014
זקינינו קען שוין די איד אין
2022
זקינינו נאכאמאל אין
2022
זקינינו אין
2023
זקינינו אין פעברואר
2024