בלאט 177 פון 179
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 6:56 pm
דורך whatever
פארוואס איז א סמארטפאון א טמא'נע כלי? ווייל מ'רירט עס אן איידער מ'גיסט נעגל וואסער...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 10:42 pm
דורך שמעקעדיג
whatever האט געשריבן: ↑
פארוואס איז א סמארטפאון א טמא'נע כלי? ווייל מ'רירט עס אן איידער מ'גיסט נעגל וואסער...
איך וויל עס נישט ספוילן אבער ארום 11 יאר צוריק האב איך שוין געזאגט דעם דזשאוק...
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 25#p115025
שוין, האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 11:49 pm
דורך whatever
איך האב עס נישט געמיינט צו זאגן פון מיך אליינס, כ'האב עס לעצטענס געהערט. סארי.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:51 am
דורך פאלאצ'ינטא
איינער קומט אריין אין א בית מדרש ווי קיינער קען איהם נישט און בעהט פון'ם גבאי אז ער וויל דאווענען מנחה ביים עמוד.
פרעגט איהם דער גבאי, ווער ביזטו?
ענטפערט ער, איך בין א הייליגער איד ממש א קדוש
וואס? פרעגט דער גבאי ווער זאגט?
דו שיק מיר נאר צו צום עמוד זאגט ער וועסטו זעהן דער גאנצער עולם ווייסט.
פיין זאגט דער גבאי לאמיר זעהן
ביי הויכע שמונה עשרה זאגט ער...
לדור ודור הללו-קה... אתה חונן לאדם דעת
פאנגט דער גאנצער עולם צו שרייען... אתה קדוש! אתה קדוש!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:07 am
דורך פאלאצ'ינטא
א גאליציאנער און אן אונגארישער זענען ל"ע ול"ע אומגעקומען ביי אן עקסידענט. זיי קומען ארויף צום בי"ד של מעלה ווי מען פאנגט אן בודק צו זיין זייערע מעשים, ווי זיי זעהן אז דער מצב איז געפערליך,
אינמיטן גייט דער אונגארישער צו צום מלאך וועלכער איז געווען דער גבאי בי"ד און גיבט איהם א הונדערטער און פרעגט איהם דאס וועט העלפן?
פאר דעם, זאגט דער מלאך, קענסטו צוריק גיין און צוריק ווערן לעבעדיג!
ער גיבט זיך א כאפ אויף און זעהט אז ער איז שוין געוועהן צוגעדעקט. ער זעצט זיך אויף און זעהט פאליציי און הצלה, און קיינער גלויבט נישט וואס דא גייט פאר. מען פרעגט איהם ווי אזוי קענסטו לעבן? מען האט דאך שוין באשטעטיגט אז דו לעבסט נישט?
דערציילט ער די גאנצע מעשה מיטן הונדערטער.
פרעגט מען מען איהם און ווי איז דיין חבר, דער גאליציאנער?
אה, זאגט ער, ער פראבירט נאך צו האנדלען אויף'ן פרייז
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2024 4:26 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א לויער קומט ארויף אויבן אין הימל און בשעת מען פרעגט איהם אויס רופט ער זיך אן... איין מינוט וואו איז די יושר? איך האב פונקט געהאלטען אין מיטן א שווערען פראצעס וועליכע וואלט מיר געברענגט מיליונען פארוואס האט מען מער פונקט אין מיטען צוגענומען?
רופט זיך אן דער ראש בית דין, איך ווייס נישט וואס דו האסט טענות, דו האסט געלעבט א גוטען לעבען און נפטר געווארען בשיבה טובה ממש אן אלטער איד.
וואס פרעגט ער בשיבה טובה? אלטער איד ? איך בין סך הכל געוועהן 34 יאהר?
אה! ענטפערט מען איהם ווייל לויט די שעות וועליכע דו האסט געשיקט פאר דיינע קליענטען ביזטו אלט געוועהן 97
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2024 4:46 pm
דורך berlbalaguleh
ומעשה שהיה: איינער פון די (געוועזענע) פראסעקיוטארס אין דעם משפט אקעגן טראמפ אין דזשארדזשיע האט געשיקט א בילל פאר די רעגירונג פאר ארבעט וואס ער האט געטון. איין טאג האט ער געבילל'ט...24 שעה...! האבן די רעגירונגס מענטשן געפרעגט א קשיא. אזוי פלייסיג האסטו געארבעט? 24 שעות רצופות. האט ער זיך ארויסגעדרייט ווי א לאיער. די 24 שעה איז געווען פאר עטליכע טעג. נאר דער דאטום איז געשטאנען פאר איין טאג.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2024 10:47 pm
דורך פאסטעך
א בעל בשר האט אמאל געטראפן א מאגערע אינגערמאן, זאגטערעים, אז מען קוקט אויף דיר קוקט ליידער אויס ווי ס'איז דא א הונגער יאר, ענפערט אים דער דינער: און ווען מען קוקט אויף דיר פארשטייט מען פארוואס...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2024 6:02 am
דורך פאלאצ'ינטא
מענין לענין באותו ענין...
איך באקום אמאהל א טעלעפאון פון אן ארגעניזאציא אז ער נעמט צוזאם אלטע קליידער סוטס און בעקעטשע'ס פאר הונגעריגע מענטשען
האב איך איהם געזאגט אז... אויב פיט ער אריין אין מיין סוט... איז ער נישט הונגעריג
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:37 pm
דורך berlbalaguleh
א איד איז אמאל אדורכגעגאגנען א געשעפט וואס אין די דיספלעי ווינדאו איז געווען א גרויסער זייגער. גייט ער אריין אין געשעפט און פרעגט דעם בעה"ב... איהר פאררעכט זייגערס? זאגט דער בעה"ב ניין, איך בין א מוהל. נו, דאמאלס פארוואס האט איהר א זייגער אין די פענסטער?... וואס דען זאל איך ארויסלייגן...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 2:54 am
דורך שמעקעדיג
למעשה וואס האט ער פארקויפט אין יענעם געשעפט?...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 2:57 am
דורך berlbalaguleh
אפוינטמענטס:
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 1:04 pm
דורך berlbalaguleh
בעניין די תוכחה פון פ' בחוקותי: אמאליגע צייטן אינדערהעים אין יוראפ איז געווען אן איינרעדעניש און מענטשן האבן "מורא" געהאט פון די תוכחה. האט מען געדינגען א מענטש, געוויינליך אן ארעמאן וואס ער זאל עולה זיין די תוכחה.
איז געווען אמאל אין א ביהמ"ד וואו דער מענטש פון די תוכחה איז אנגעקומען. ער האט זיך זייער שטארק געאיילט. ער האט אונטערגעיאגט דעם בעל קורא. האט מען איהם געפרעגט...ר' איד וואס איילט איהר זיך אזוי שטארק? האט ער געענטפערט...איך האב נאך 2 פלעצער וואו איך דארף אנקומען. עולה צו זיין. עטץ מיינטס אז פון איין תוכחה קענמען מאכן פרנסה?!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 7:24 am
דורך פאלאצ'ינטא
סתם אזוי האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 2:15 am
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:26 pm
א איד איז אמאהל געקומען צו רב פרעגען...
איעדען טאג מאכט מען דריי ברכות...
שלא עשני
גוי
שלא עשני
עבד
שלא עשני
אישה
פארוואס מאכט מען נישט נאך א ברכה? שלא עשני
בהמה?
האט דער רב גע-ענטפערט... מחשש ספק ברכה לבטלה
ונ"ל אז דער רב האט גע-ענטפערט שיינערהייט...
Politically correct בלעז
ווייל באמת ווער עס פרעגט נאר אזא קשיא איז עס א ריכטיגע ברכה לבטלה
קרעדיט:ר מיילעך בידערמאן
נישט דער ונ"ל. דאס איז מיינס
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 12:45 pm
דורך [NAMELESS]
איינער האט גערופען זיין ווייב "בחוקותי"
זי איז געווען קליין און פול מיט קללות....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 12:57 pm
דורך היימלינד
מנשסתר האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 12:45 pm
איינער האט גערופען זיין ווייב "בחוקותי"
זי איז געווען קליין און פול מיט קללות....
טיעפ אינעווייניג איז באהאלטען ברכות...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 5:04 pm
דורך berlbalaguleh
מנשסתר האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 12:45 pm
איינער האט גערופען זיין ווייב "בחוקותי"
זי איז געווען קליין און פול מיט קללות....
מ'האט אמאל אנגעטראן א שידוך פאר א בחור. דער שדכן האט געזאגט אז די כלה איז א "יפת תואר". דער חתן האט זיך זייער שטארק געפרייט. ביז ער האט געזעהן די מדוברת. איז איהם שלעכט געווארן. רופט ער אן דעם שדכן און געט איהם א פסק...היתכן דו האסט געזאגט ליגנט... זאגט דער שדכן...איך האב געזאגט אז זי איז א יפת תואר...ברייט ווי א פאס. און זי האט א מויל ווי א טויער...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 5:20 pm
דורך היימלינד
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 5:04 pm
מנשסתר האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 12:45 pm
איינער האט גערופען זיין ווייב "בחוקותי"
זי איז געווען קליין און פול מיט קללות....
מ'האט אמאל אנגעטראן א שידוך פאר א בחור. דער שדכן האט געזאגט אז די כלה איז א "יפת תואר". דער חתן האט זיך זייער שטארק געפרייט. ביז ער האט געזעהן די מדוברת. איז איהם שלעכט געווארן. רופט ער אן דעם שדכן און געט איהם א פסק...היתכן דו האסט געזאגט ליגנט... זאגט דער שדכן...איך האב געזאגט אז זי איז א יפת תואר...ברייט ווי א פאס. און זי האט א מויל ווי א טויער...!
זייער שיין
נאך א פשט, א יפת תואר נאך די 30 טעג פראסעס
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 5:51 pm
דורך berlbalaguleh
א איד אין ניו יארק האט אמאל באשלאסן אז ער גייט ארבעטן פאר די קעי. דזשי. בי. ער האט געהערט אז זיי צאלן זייער גוט.
איז ער געגאנגען צו די רוסישע עמבעססי און ער האט זיך אנגעטראגן אז ער וויל ארבעטן פאר זיי. זיי האבן איהם אנגענימען און געזאגט אז ער זאל זיך פארבינדן מיט זייער שפיאן, מר. גאלדבערג. אלס סימן אז ער איז דער ריכטיגער מענטש האבן זיי איהם געזאגט ער זאל זאגן דעם פאלגענדן סענטענס..."ס'איז א קאלטע נאכט אין בוקארעסט"... זיי האבן אים געגעבן אן אדרעס אין בראנקס. ער קומט אן צו די אדרעס זעהט ער אז דאס איז אן אפארטמענט בילדינג און ס'זענען דא 5 משפחות מיט דעם נאמען. האט ער אריינגעקלינגען צו איינעם פון זיי. ווען יענער מאכט אויף די טיר זאגט ער דעם "פסוק"...זאגט איהם יענער..אה, דו זוכסט דעם שפיאן גאלדבערג. ער וואוינט אויפ'ן דריטן שטאק אין די בעק...!
(געליינט אין דזשואיש פרעס מיט א סאך יארן צוריק.)
נ.ב.: ווער ס'שטאמט פון אונגארן און ער האט נאכנישט געכאפט דעם דזשאוק קען איך עס מסביר זיין...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:48 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א פרוי קומט צום רב שבת צופרי און פרעגט איהם אז זי האט בטעות אריין געלייגט פעקל פוטער אין די טשולענט.
פרעגט איהר דער רב וויפיהל טשולענט איז אין טאפ?
און וויפיהל פוטער?
נאך הערען וואס זי זאגט ענטפערט ער אז עס איז בטל בשישים און מען מעג עס עסען.
נאך אפאר וואכען קומט זי צוריק צום רב געבען א יישר כוחך.
פארוואס? פרעגט דער רב
עעטפערט זי ווייל זייט זי לייגט אריין די בטל בשישים אין די טשולענט קומט עס אויס אסאך בעסער
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:59 pm
דורך berlbalaguleh
די פאלגנדע מעשה איז אמת'דיג געעהן ביי ר' שמואל סאלנט, אב"ד ירושלים.
איין טאג ווען ער האט געהאלטן אינמיטן פארלערנען זין שיעור פאר די תלמידים קומט אריין א אידענע (פרוי/אשה) און זי פרעגט א שאלה...זי האט געהאט א לעבער פון א טשיקן אויף די פענצטער אין א טעללער. די קאץ האט אויפגעגעסן די לעבער. צי מעג מען עסן די טשיקן...די תלמידים האבן זיך איינגעהאלטן פון לאכן. די רבי האט זיי געווינקען אז זיי זאללן נישט לאכן. ער האט ארויסגענימען ספרים. אריינגעקוקט. פארמאכט. און ארויסגענימען אנדערע ספרים. נאך א שטיק צייט רופט ער זיך אן צו די פרוי...די טשיקן איז כשר צו עסן. נאר איהר זאלט נישט איבערלאזן די לעבער אז די קאץ זאל דאס קענען אויפעסן.
ווען זי איז ארויס האבן די תלמידים אויסגעשאסן אין א געלעכטער. זיי האבן זיך אויך געוואונדערט פארוואס זייער רבי האט גענימען די שאלה ערנסט. האט ער זיי מסביר געווען...אויב איך וואלט נישט גענימען ערנסט די שאלה פון די פרוי וואלט זי אויפגעהערט קומען פרעגן. אפילו ווען זי וועט האבן אן ערנסטע שאלה...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2024 8:47 am
דורך [NAMELESS]
א מעשה ביי רבי חיים עוזר
איין מאהל ווען ער האלט אין מיט'ן געבען א שיעור, קומט אריין א פשוטע איד און ער פרעגט = רבי, איך בין א כהן, קען איך נעמען א גרושה?
ער ענטפערט = אוודאי, קענסט רוהיג נעמען א גרושה....
ער גייט ארויס און די תלמידים פרעגען פשט = היתכן?
זאגט ער זיי = איר דארפט אלעמאהל באטראכטען דער מצב, דער איד האט געהאט הויכע שטיוועל און א קיינטשיק, זעהט מען אז ער איז א בעל-עגלה
ער האט מסתמא געדאווענט ערגענץ ווי מנחה מעריב און ביים משניות שיעור הערט ער אז א כהן מעג נישט נעמעןן קיין גרושה, האט ער מורא געהאט אז ער מעג נישט נעמען א גרושה אויף א וועג, האב איך אים געזאגט = קענסט רוהיג נעמען.....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 5:18 pm
דורך berlbalaguleh
מנשסתר: דאס איז איינס און א גוטס. איך האב מיך געקוילערט פאר געלעכטער.
דאס דערמאנט מיך די מעשה פון די גמ' אין מס' פסחים. רב מתנא (וועלכער איז געקומען פון ארץ ישראל) האט אמאל ביי די שבת הגדול דרשה אין די שטאט פפוניא געזאגט אז מ'דארף נעמען מים שלנו פאר די מצות. צו מארגנס זענען אלע פרויען פון שטאט געקומען צו איהם אהיים מיט זייערע כלים און געבעטן אז די רבי זאל זיי געבן פון זיין וואסער. די רביצין האט נישט געוויסט וואס צו טון האט זי געפרעגט פון איהר מאן...וואס גייט דא פאר. פארוואס קומען אלע פרויען בעטן וואסער פון די רבי? האט ער זיך צולאכט...אוי, איך האב נעכטן ביי די דרשה געזאגט אז מ'דארף נעמען מים שלנו (איבערגענעכטיגט וואסער) האבן זיי פארשטאנען אז איך וויל מ'זאל נעמען אונזער וואסער...!
נאר די מעשה האט א המשך: פארוואס פארציילט אונז די גמרא די מעשה? די גמרא איז נישט געמאכט צו פארציילן פאני מעשיות. נאר די גמ' וויל אונז לערנען וואס הייסט אמונה פשוטה/אמונת חכמים. אפילו לויט זייער מיינונג האט די רבי געזאגט א זאך וואס מאכט נישט קיין סענס. דאך האבן זיי געפאלגט.
נאכדעים איז דא א מעשה (להבדיל פון די מעשה פון די הייליגע גמרא). אן אמת'ע מעשה שהיה. אין בארא פארק. פאר די לעצטע סטאפ פון מאנסי טרעילס באס, איז א פרוי צוגעקומען צו דעם דרייווער און זי זאגט איהם אז זי ווייסט נישט אויב זי מעג בלייבן אויפ'ן באס וועגן איסור יחוד. דער באסדרייווער, א שטיקל לץ האט איהר געזאגט זי זאל ווארטן איין מינוט. ער האט אנגעצינדן די לייט און אנגעטון זיינע ריעדינג גלעזער און איהר אנגעקוקט. און ער זאגט, ניין ס'איז נישט דא קיין חשש פון איסור יחוד...!