בלאט 179 פון 179
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג יולי 12, 2024 4:07 am
דורך אלפא
א בחור איז אמאל איינגעשטאנען ביי א צווייטן אין שטוב, מאכט זיך א נאכט ווען ער איז אהיימגעקומען און ער האט אפען געלאזט די טיר (וועגן יחוד צו וואס), איז געקומען א גנב און געטון דאס זייניגע.
אינדערפרי ווען די עקרת הבית האט געזען וואס דער בחור'ל האט אנגעוואורטשאפט האט זי גענומען א שטעקן און אים אריינגעגעבן מנה אחת אפים - למען ישמעו ויראו.
קומען זיי צום רב פאר א דין תורה, די פרוי שרייט ער דארף באצאלן פאר די אלע חפצים זייערע נאכן לאזן אפען די טיר, און דער בחור שרייט ער דארף קאמפענסאציע פאר די קלעפ מיטן שטעקן.
רופט זיך דער רב אן, עס איז די ערשטע דין תורה זיינע ווי די פרוי טענה'ט 'פתח פתוח מצאתי' און דער מאן טענה'ט צוריק 'מוכת עץ אני'...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג יולי 12, 2024 9:21 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
דערמאנט מיר אז אמאל איז געקומען א אומוויסענדיגער בחור פון א"י צו העלפן א קעכער אין די קעטסקילס, דער בחור האט ליעב געהאט צו קלינען און שפריצן מיט’ן שלויך, דעם קעכער האט עס נישט געפאלן, און ער האט געשריבען צום בחור: " אסור לאחוז באמה - אבל מותר לסייע בביצים"... [שו"ע סימן ג’]
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג יולי 12, 2024 10:03 am
דורך [NAMELESS]
מיין טאטע זז"ג האט מיר דערציילט אז ווען די קעכערין פון די ישיבה איז אוועק האט דער מנהל איר מספיד געווען בקול בוכים און געזאגט = אזא חשוב'ע פרוי, פון איר עסען זענען דאך ארויס גדולים......
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 12:06 pm
דורך אלפא
וויאזוי זאגט מען 'גוטע העררינג' און לשון הקודש?
שמועות טובות!
_______
וויאזוי זאגט מען 'געצוויבעלטע העררינג' און לשה"ק?
בְצִלְצְלֵי שָׁמַע!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 12:21 pm
דורך [NAMELESS]
מענין לענין באותו ענין
מרדכי היהודי איז געווען אנ'אינטערנאציאנאלע הערינג סוחר
הה"ד ושמעו הולך בכל המדינות.....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 4:45 pm
דורך משה רבקש
רש''י וואונדערט זיך שוין אויף יתרו ''מה שמועה שמע ובא'' ?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 4:54 pm
דורך [NAMELESS]
אוודאי שמאלץ....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 4:59 pm
דורך משה רבקש
נאופס
רש''י ענטפערט עפעס וועגן אן עמלק קוגל
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 5:30 pm
דורך [NAMELESS]
עננטשולדיגט
די מאכסט דא א צימעס פון הערינג און קוגל....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 6:17 pm
דורך היום
דאס אריינשטעלן העריס אנשטאטס ביידן דורך די דעמאקרטישן פארטיי, דערמאנט מיר די מעשה פון יענקל שטינקאוויטש וואס האט זיך שטארק געשעמט מיט זיין נאמען און האט מחליט געווען צו טוישן צו משה שטינקאוויטש...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 6:15 am
דורך פאלאצ'ינטא
אלפא האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 21, 2024 12:06 pm
וויאזוי זאגט מען 'גוטע העררינג' און לשון הקודש?
שמועות טובות!
_______
וויאזוי זאגט מען 'געצוויבעלטע העררינג' און לשה"ק?
בְצִלְצְלֵי שָׁמַע!
מיט דעם זעלבען לש"ק ווי אזוי זאזגט מען tooth pick ?
שן חזיר
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 8:45 am
דורך שמן למאור
מנשסתר האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 12, 2024 10:03 am
מיין טאטע זז"ג האט מיר דערציילט אז ווען די קעכערין פון די ישיבה איז אוועק האט דער מנהל איר מספיד געווען בקול בוכים און געזאגט = אזא חשוב'ע פרוי, פון איר עסען זענען דאך ארויס גדולים......
אזוי ווי דער ליטווישע חבר הכנסת האט געזאגט:
בעצם הכנסת הוא מקום טמאה כמו בית הכסא, ואין לחרדי ליכנס שם, אבל מה אעשה, הגדולים לוחצים.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 12:38 pm
דורך [NAMELESS]
מענין לענין באותו ענין
א בריסקער איז אריין אין היכל שלמה
א חבר האט אים געפרעגט = היתכן ? ווייסטו דען נישט אז דער רב ז"ל איז געווען גאר שטארק אקעגען אריין געהן אין היכל שלמה ?
האט ער געזאגט = אוודאי געוויס ! אבער דער רב ז"ל איז נאר געוועהן אקעגען אריין געהן אין היכל שלמה, אבער נישט אקעגען ארויס געהן אין היכל שלמה.....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 7:03 pm
דורך אפטימיסטיש
יואלי לעבאוויטש זאגט: וויאזוי זאגט מען "פאר גארנישט און פארנישט" אין ענגליש?
די ענטפער איז: ס'דא צוויי אויסדרוקן דערפאר:
1. due to covid
2. due to inflation
אצינד איז איראניש אז פרעזידענט ביידען האט באקומען COVID,
due to inflation...
הדא הוא דכתיב: "פאר גארנישט און פארנישט"
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 11:10 pm
דורך שמעקעדיג
אלפא האט געשריבן: ↑
וויאזוי זאגט מען 'גוטע העררינג' אין לשון הקודש?
שמועות טובות!
דערמאנט מיר
(שוין ווידער...) פון די שאלה, וועלכע ברכה מאכט מען אויף שלעכטע הערינג?
דיין האמת.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 6:51 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א ליטוואק קומט אהיים אין א תענית טאג און זאגט פאר זיין ווייב...
שפרינצא? איך פיהל נישט אזוי גוט. איך בין אינגאנצען פארחלש'ט איך מוז שוין אויספאסטען.
פיין ענטפערט זיין ווייב. נעם אביסעל וואסער מיט א קליין שטיקעל לקח
ח"ו זאגט דער ליטוואק עס איז דאך פיקוח נפש זיי מוחל גרייט מיר צו א סעודה כסעודת שלמה בשעתו.
איך וויל פיש זופ קניידלך קוגל פלייש א פלעשעל בירה א פלעשל סודה
בשעתן צוגרייטן האט די ווייב אנגעפאנגיען פילען נישט אזוי גוט פארשטייט זיך אז דו שמעק פון די מאכלים. רופט זי זיך אן צו איהם...
משה ? איך פיהל אויך נישט גוט איך דארף אויך עסען
פיין ענטפערט ער נעם אביסעל וואסער מיט א קליין שטיקל לקח.
פארוואס פרעגט זי פארוואס מעגסטו עסן וואס דו ווילסט און איך מעג נאר עסען אביסעל לקח מיט וואסער?
עס איז דאך א תענית ענטפערט די מאן און פרויען דארפען נישט מחמיר זיין
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 1:03 pm
דורך [NAMELESS]
א בריסקער האט אריין געווארפען טשאלענט אין בית הכסא
ער האט געזאגט = דאס איז א קיום דין פון שעבודא דרבי נתן....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 5:43 pm
דורך berlbalaguleh
להבדיל ביי די גויים איז דא אן ענליכער מהלך:...אז מ'בארגט נאר ביר...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 6:11 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א סענעטאר גייט שפעט ביינאכט אויפ'ן גאס אין וואשינגטאן. אין מיט'ן קומט צו איינער מיט ביקס און זאגט איהם... שוין גיב אהער דיין געלט!
טוה דאס נישט צו מיר ענטפערט ער איך בין א דעמאקראט
ענטפערט יענער איז שוין גיב אהער מיין געלט
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 7:56 pm
דורך נעקסט לעוועל
נייע סעריע פון מחניים ביכלעך
לימיטעד עדיטשן
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2024 1:19 pm
דורך Yesh
נעקסט לעוועל האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 30, 2024 7:56 pm
נייע סעריע פון מחניים ביכלעך
לימיטעד עדיטשן
פליז ברענג די גאנצע, נישט נאר די קאווער.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2024 1:27 pm
דורך [NAMELESS]
איינער פראטעסטירט אויף דעם רויטען פלאץ = דער פרעזידענט איז משוגע! דער פרעזידענט איז משוגע!
קומען צוויי פאליציאנטען און ארעסטירען אים פאר באליידיגען פרעזידענט פוטין
זאגט ער זיי = איר האט א טעות, איך מיין דער אוקריינער פרעזידענט זעלענסקי....
זאגען זיי = דריי נישט קיין קאפ, מיר ווייסען גענוי וועלכע פרעזידענט איז משוגע....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:50 am
דורך תרמב
זיי זאגן אז העריס איז מרומז אין די מגילה
מהודו ועד כוש...