בלאט 19 פון 179

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 5:39 pm
דורך zurich
zurich האט געשריבן:היכא תימצא א סלייס ברויט קאסט 2 דאללער?

תירוץ: די בדיקת חמץ סעט פון נר מצווה!!

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 12:06 pm
דורך וואלפה
יעצט אריין געקומען א שאלה: מיין ווייב איז אויסנאם רואיג, נישט ווי איך בין געוואוינט צו זעהן ביי יעדן. זי שרייט נישט ווען איך כשר, זי בונטעוועט נישט ווען מיין אינגעלע גיסט אויס זיינע טויס אויף די פסח'דיגע פאדלאגע, און פארפירט נישט אז "זי האלט נאך אין ערגעץ נישט", וכו'. מיין שאלה איז: דארף איך דאנקען דעם אייבערשטן אז איך האב א רואיגע ווייב? אדער דארף איך ערנסט נאכגיין איר יחוס צו זי שטאמט פון אידן?
ענטפער: גיס דיך אפ נעגל וואסער!

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 7:21 pm
דורך וואלפה
איינער וואס האט א קאר וואס די פייפער ארבעט נאך זאל ביטע קומען אויף ליע עוויניא מען דארף האבן ענקר העלפ

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 1:31 pm
דורך וואלפה
חיים און שרה א נייע קאפל, נאר וואס חתונה געהאט, און לעבן ווי צוויי שיינע טויבן צוזאמען.

איינמאל קומט חיים אהיים און קוקט צו ווי זיין ווייב בראט א אייער שפייז פאר פרישטאג , רעדט ער צו זיין געליבטער ווייב:

שרה גיב אכט לייגט צו נאך אויל..... אוי שרה גיב שטארק אכט.... איך מיין די לייגסט אריין צופיל אייער אויפאיינמאל....­ יעצט דריי עס שנעל ארום....

און חיים איז נישט פארטיג ער זאגט ווייטער:

אוי מיין גאט מען דארף נאך שמן, איך זאג דיר עס וועט זיך קלעבן צום פאן, גיב גיט אכט, איך כהאב דיר געזאגט זיי קערפול..... קיינמאל הערסטו זיך נישט צו מיר ווען די קאכסט, שנעל שנעל דריי ארום די אייער...... ביסטו משוגע..... האסטו פארלוירן דיין שכל..... פארגעסט נישט אריין לייגן קיין זאלץ, שנעל לייג זאלץ זאלץ זאלץ....

שרי קוקט איהם אהן מיט ווינדער: וואס איז געשעהן מיט דיר האסטו פארלוירן דיין שכל ????

ניין זאגט דער מאן. איך וויל דיר ווייזן וויאזוי עס פילט זיך ווען איך דרייוו און די זיצט נעבן
מיר...

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 1:34 pm
דורך זר זהב
איך האב נייעס פאר דיר, יענע חיים און שרה מאכן שוין לאאאאנג חתונה זייערע קינדער!

חחחחחח...

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 11:31 am
דורך זר זהב
Associated Press bans 'illegal immigrant'...

Leno: AP Replaces 'Illegal Immigrant' With 'Undocumented Democrat

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:11 pm
דורך וואלפה
א מאן און פרוי גט'ן זיך ל"ע. און קומען אן אין קאורט. זיי שלאגן זיך איבער ווער ס'זאל האבן די קינדער. די פרוי טענה'ט: איך האב דאס קינד געבוירן. ס'איז פון מיר ארויסגעקומען. דאס קינד געהער צו מיר!
דער שופט דרייט זיך אויס צום מאן: "נו, וואס זאגסטו דערויף? זי האט א גערעכטע טענה!.
"אדוני השופט" זאגט דער מאן: "ווען איך לייג אריין א דאלער אין א סאדע מאשין, און ס'פאלט ארויס א סאדע קען, צו וועמען באלאנגט עס? צו מיר אדער צו דער מאשין??

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:14 pm
דורך זר זהב
אויב איך בין די שופט זאג איך ווען דעם מאן אז ס'א חילוק, דער סאדע מאשין האט זיך נישט געמוטשעט 9 חדשים ארויסצוגעבן דעם סאדע

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:20 pm
דורך וואלפה
א קשיא אויף א מעשה,
אבער למעשה וואס איז ער שילדיג אז די מאשין איז ציבראכען
...

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:22 pm
דורך וואלפה
פארוואס גנב'ט מען די אפיקומן?
אויסצולערנען די קינדער אז פון גנב'נען האט מען גאארנישט..

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:43 pm
דורך שמעקעדיג
וואלפה האט געשריבן:פארוואס גנב'ט מען די אפיקומן?
אויסצולערנען די קינדער אז פון גנב'נען האט מען גאארנישט..

קרעדיט: אייוועלט

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 3:27 pm
דורך קעצעלדיג
א פארפאלק פון מינעסאטע האט באשלאסן צו גיין אויף ווינטער וואקאציע קיין פלארידע צו די זעלבע האטעל ווי זיי האבן פארברענגט זייער האנימון מיט 20 יאר פריער. און וויבאלד זיי זענען געווען אריינגעטון אין די געיאגטע הכנות איז זיי שווער געווען צו קאמיוניקירן די פלענער פונעם נסיעה. אלס רעזולטאט האט די מאן פארלאזט מינעסאטע און געפלויגן צו פלארידע אום דאנערשטאג, און די ווייב האט געזאלט נאכפליען דעם קומענדיגן טאג.

די מאן טשעקט אריין אינעם האטעל. און זעהט אז זיין צימער איז שוין מער סאפיסטיקירט און איז אויסגעשטאטעט מיט א קאמפיוטער, באשליסט ער צו שיקן אן אימעל צום ווייב, און נישט באמערקט אז ער האט בטעות אויסגעלאזט איין אויס פון זיין ווייבס אימעיל אדרעסס.

אין די זעלבע צייט... ערגעץ אין יוסטען איז א נארוואס געווארענע אלמנה אהיים געקומען פון איהר מאן'ס -וועלכער איז געשטארבן פון א הארץ-אטאקע- לוי'. די אלמנה האט אפגעמאכט צו טשעקן איר אימעיל, ערווארטענדיג טרייסט מעסעדזשעס פון קרובים און באקאנטע, ווען נאכ'ן ליינען די ערשטע אימעיל איז זי אנידערגעפאלן צו די ערד א פארחאלישטע.

די אלמנה'ס זוהן לויפט אריין אין צימער און זעהט די מאמע ליגן אויסגעשטרעקט אויף די ערד א מאכטלאהזער, און זעט די קאמפיוטער סקרין וואס האט זיך געליינט אזוי:

To: My Loving Wife
Subject: I've Arrived
Date: 16 May 2003
I know you're surprised to hear from me. They have computers here now and you are allowed to send e-mails to your loved ones. I've just arrived and have been checked in. I see that everything has been prepared for your arrival tomorrow. Looking forward to seeing you then! Hope your journey is not as uneventful as mine was.
P.S. Sure is hot down here!

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:45 pm
דורך וואלפה
פארוואס פארט בין הזמנים אזוי שנעל!?
ווייל טויזענטע בחורים שטיפן עס!

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:28 pm
דורך בעל הבית
http://www.jdn.co.il/news/208169
ווי לאנג נעמנט די ברכה לאילנות אז די סידור מיז זיין אויף א שטענדער

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:31 pm
דורך קאווע טרינקער
שרגא, פאר וואס דאווענסטו אין בית המדרש דק"ק ******* ? ביסט דאך א מתנגד פון רב..
שרגא: וואו נאך ווי דא זענען פארהאנען אזא גרויסע קיבוץ מתנגדים אויף איין פלאץ...

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 1:14 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
א גר פאר זיין ברית איז געווען זייער נערוועז בפרט וועגן מציצה בפה, פרעגט ער זיין חבר א חסיד: -זאג נאר משה, די גאנצע ברית דארטן מיטן מציצה בפה, טוט עס וויי ? ס'דא פארוואס מורא צו האבן ?
זאגט אים משה: - אוי, ווען איך האב געהאט מיין ברית האב איך נישט געקענט רעדן און וואקן פאר א יאר צייט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 10:06 pm
דורך petergrifin
ביום העצמאות נכנס מזרחיסט לבוש חגיגי לביכנ"ס סאטמער ניגש לארון הספרים, חיפש ומצא ספר, התישב ולמד במשך שעה ארוכה.
אחד המתפללים שסקרנותו גברה עליו ניגש וראה שהלה לומד בספר "ויואל משה". לאחר שסיים, שאל אותו הסטמרי, תוכל להסביר לי מה זה?!

אני בא ממשפחה חסידית אמר המזרחיסט, ואבי ז"ל צווה עלי ללמוד בכל חג ומועד בספרי חסידות, וספר החסידות היחידי שבו מוזכר חג העצמאות הוא הספר "ויואל משה"... ולכן אני בא בכל שנה ללמוד בו

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:06 am
דורך אוי טאטי
ווער עס פארט אויף ל״ג בעומר זאל זאגן וישלח און ווער נישט זאל זאגען גם זו לטובה
ווער ס'פאהרט מיט די ווייב זאל זאגן ביידע..

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:47 am
דורך בעל הבית
געזיצן אמאל עטליכע קריגס פארבליבענע יודן אין געשמוסט וואס זיי פארמאגן איינער האט געזאגט אפאר דיימאנטן, איינער אפאר הייזקלעך ,

איינער איז געזעצן שטיל פרעגט מען עם וואס טוט זיך מיט אייך ? וואס האט איר ?

איך האב יארצייט

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 7:21 pm
דורך טאמבל סאס
כ'האב מיך געווארפן היינט.
כ'זיץ אויפ'ן באראפארק באס היינט, זיצט אנטקעגן איבער מיר א איבערוואגיקע מיטל יעריגע מענטש. ער האט נעבעך א אומגעהויערע בויך וואס הענגט אים פון די פלייצע. איך קען אים שוין א שטיק צייט. און כ'האב באמת רחמנות אויף אים. ווען ער גייט אטעמעט ער געפערליך שווער. ער ריקט זיך קוים. בקיצור. ער זיצט קעגן איבער מיר, און איך הער ווי ער רעדט מיט זיין ווייב אויפ'ן סעלפאון.
איד: האלאוי, שפרינצא, איך בין פריער אדורך מעקסי העלט ווייטאמינס, און אינדרויסן איז געשטאנען א אדווערטייזמענט אז זיי האבן עפעס א מין ווייטאמין ס'קומט בערך 150 טאבלעטן פאר 50 דאלער און טאמער נעמט מען פון דעם צוויי א טאג מאכט עס אז מ'זאל קענען לויפן.... סאו האב איך עס געקויפט.
ס'איז שטיל א מינוט... ס'קוקט אויס ווי זי זאגט עפעס פאני. און ער געט זיך א צעלאך... ניין! נישט אין איין מינוט. ס'נעמט א שטיקל צייט..
כ'האב מיך פארגעשטעלט ווי זיין ווייב פרעגט אים מיט תמימות "נו, ס'העלפט שוין? דו האסט זיך שוין איבערגעדרייט פון אזוי שנעל לויפן?..

ווייטער הער איך ווי ער זאגט: אבער דער געשעפטסמאן האט מיר אנטפלעקט א סוד, (און דא פאנגט אן זיין קול צו ווערן שטילער) אז באמת אויב עסט מען צוויי שטיקלעך גאלע א טאג, טוט דאס אויף די זעלבע ווי די צוויי טאבלעטן. און ס'איז שוין עכט דא אזא מין ווייטאמין, אבער וויבאלד ס'האט נאכנישט קיין הכשר קען מען עס נישט נוצן. אבער הערסטע.. כ'האב א שטארקע פחד, אז אויב וועל איך אנפאנגען מיט די גאלע וועל איך מיר נישט קענען איינהאלטן און איך וועל אריינרוקן די גאנצע טעלער. זיין פנים האט געשריגן תמימות. אבער ער האט אזוי הויעך גערעדט, אז אויב האט עמיצער נישט געהערט וואלט איך אים דיאגניזירט אלץ א טויבער געבוירענער. רבותי כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן כ'האב געשאסן מיט געלעכטער. וואס טוט מען נעקסטע מאל אין אזא סיטועישן. ?!. כ'האף אז דער איד לייענט נישט דא.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 7:25 pm
דורך זר זהב
כאב טאקע פונקט געזען איין אזא באס היינט ווארפט זיך הין און צוריק!..

דאס איז איינע פון די ריזענס פארוואס מ'האנדעלט זיך איין אן אייגענעם קאר

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 8:02 pm
דורך מאטי
מאן: וואס זענען די אלע בעגס מיט קליידער דא אין דיינונג רום ?
פרוי: סאיז געווען גאר א גרויסער סעיל ביי זשעיסי פעני פשוט געווען אן עבירה איבערצולאזן.

קומענדיגע טאג
מאן: וואס זענען די אלע נייע בעדגעוואנט דא אין בעדרום?
פרוי: ס׳איז געווען א בלויאוט ביי בעט בעד ענד ביאנד ממש א שאד נישט צי נעמען

קומענדיגע טאג
פרוי: וואס זענען די דיווארס פאפירן דא אויפן טיש?
מאן: כ׳האב געזען א גרויסע סיין אויף די גאס דיווארס אנלי $299 פאר אזוי ביליג פשוט אן עבירה צו בלייבן.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 4:31 am
דורך יואב
עס איז א געווענדליכע פרימארגן אין בית מדרש, די בית כסא'ס זענען איבערגעפילט, די ריח איז ענדליך צו די נאכווייען פון מכת דם, און דער געדיכטן לופט איז ערגער ווי טשערנאביל נאכן נוקלערן אויפרייס. די אנגעפירקעלטע בית כסא טירלעך, פון נישט ליינען קיין שמוציגע מאגאזינען, ביז איינער וואס רייכערט איז א רוצח, זענען מער ווייניגער פארשלאסן, און דא אין דארט זעהט זיך ארויס אן איבערגעווארפענעם טלית קטן.

שפאצירט זיך א בעל תשובה אריין אין בית כסא נישט מער און נישט ווייניגער מיט א הייס גלעזל פרישע קאווע, און שפארט צו דעם טירל אינטער זיך.

דאס איז פארשטייט זיך נאכגעפאלגט געווארן מיט ווינדערדיגע בליקן דורך א גרופע אינגעלייט וועלעכע זענען געוועזן פארטיפט איבער היציגע טענה'רייען כלפי ציונות, אזש עטליכע האבן אפילו צוגעדריקט דעם מיטעלסטן פינגער אין צענטער פון די ברילן, זיכער מאכן אז מ'זעהט טאקע גוט.
א קאווע! ריבונו של עולם.

לאנגע מינוטן גייען פארביי, אין דער בעל תשובה קומט ארויס שוין מיטן לינקן ארבל אריינגעבינדן אונעם רעקל, גרייט צו לייגן תפילין.

א אינגערמאן האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און שפאצירט צו צום בעל תשובה, און פרעגט וואס איז פשט.
דער בעל תשובה האט זיך פארלוירן א מינוט, און זיין פנים האט זיך גערויטלט.
דאן האט ער פארשטיין געגעבן, אז ער האט באמערקט חשובע אידן אריין גיין אין בית כסא מיט גלעזלעך וואסער.
איך אבער געט ער צו פארשטיין, גלייך מער קאווע! טא פארוואס איז דאס אזוי מאדנע?