בלאט 20 פון 110
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 12:35 pm
דורך דענקער
קינות גירושין האט געשריבן:עניוועי, דיינע פרענדס גייען שרייבען פאר דיר א ס"ת, ס'וועט ליגען אין הצלה גאראדזש, אזוי וועט מען דיר אייביג געדענקען!
מען דאווענט דארט?
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 12:42 pm
דורך פרישער
יא מען דאווענט מנחה מעריב יעדן טאג
שחרית אויך אסאך,
ווען סעט זיין די ספר תורה וועט מען זיכער דאוואנען מער
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:25 pm
דורך זר זהב

- by rav shechter.jpg (25.26 KiB) געזען געווארן 2749 מאל
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 3:53 pm
דורך [NAMELESS]
ווען איך בין געוועהן א בחור אין ישיבה האט זיך גערידערט מיט עוזי משולם. ער האט געפירט א ריזיגע מערכה מיט די איזרעילי רעגירונג וועגן די געקידנעפטע תימנע קינדער. ער איז היינט נפטר געווארען.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=55916
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 4:16 pm
דורך קינות גירושין
ווער איז דער איד מיט די ווייסע קעפ וואס מעכי האט אזא הכנעה ?
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 4:21 pm
דורך לעמיל
פאר זר זהב׳ס רבי האב איך אויך אזא הכנעה
ער איז הרה״צ ר׳ יעקב מאיר שעכטער שליט״א
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 4:22 pm
דורך פרישער
הרב יעקב מאיר שעכטער שליט"א
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 5:35 pm
דורך קאווע טרינקער
ראשעקאל האט געשריבן:ווען איך בין געוועהן א בחור אין ישיבה האט זיך גערידערט מיט עוזי משולם. ער האט געפירט א ריזיגע מערכה מיט די איזרעילי רעגירונג וועגן די געקידנעפטע תימנע קינדער. ער איז היינט נפטר געווארען.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=55916
אמאל געליינט א גאנצע בוך וועגן דעם. פארגעסען די נאמען.
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 12:46 am
דורך שמעקעדיג
געווען אמאל באשריבן אין איינע פון די אויסגאבעס, דוכט זיך דער שטערן אדער שפאקטיוו.
ער האט געוואלט אביסל מגלה זיין וואס די חברה האבן אפגעטון מיט די תימנ'ער קינדער, ער האט געווידמעט זיין לעבן לקיים והוקע אותם נגד השמש, אבער זיי האבן אים געשטעלט שטיינער אין וועג.
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 10:31 am
דורך קרעקער
אינעם בליץ
סגעוועהן דארט א אינטעווייו מיט זיין זוהן וואס האט פארציילט אז מהאט פארגיפטעד זיין טאטע און ער איז געבליבען געלעמט זיין גאנצע לעבען פון דעם
און דער זוהן אליינס האט געמוזט אנטלויפען קיין קענעדע ווייל מהאט עם געסטראשעט
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 10:08 am
דורך מאראנצןזאפט
וואו זיצט פריעד שבעה?
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:59 am
דורך זר זהב
33 ווילסאן סט. ביז דאנערשטיג צופרי
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 10:04 pm
דורך זר זהב
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 10:24 pm
דורך קאווע טרינקער
אין דעם קליפ איז ער מרמז זיין טויט...(ואתה עתיד ליטלה ממנו..)
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 10:26 pm
דורך זר זהב
זיין לעצטן פרעפארמענס איז געווען עטליכע חדשים צוריק אין טאראנטא, שוין געווען נישט געזונט. כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון אים, ער איז א גוטער חזן געווען
יהא זכרו ברוך
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=AswebGDL3qg[/youtube]
בד"ה
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:41 pm
דורך זר זהב
ר' פנחס יעקב בעק פון קר"י, 61 יאר
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:42 pm
דורך אבגד
ווער איז דאס??
און וואס האט פאסירט?
נעבעך אזוי יונג
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 3:59 am
דורך ממתקים
א ירושליםער איד. געוואוינט אין קרית יואל.
ער איז געווען קעכער אין די ישיבה גדולה אין ק"י און אויך אין מחנה רב טוב.
ער אז לעצטענס שטארק קראנק געווען.
תנצבה
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 11:13 am
דורך שעפטל
הילדה חי' צפורה שינדל האלצער ע"ה (10 יאר) טאכטער פון יבלחט"א הרב יוסף שליט"א, סופר סת"ם פון וויליאמסבורג,
זי האט זיך נעבעך געמיטשעט מיינעך פונעם געבורטס מיט די ביטערע מחלה ה"י ל"ע.
לוי' 1:00 ביי יראים טשאפל, וועט קומען צו איר מנוחה אינעם סאטמאר'ן ביה"ח אין מאנרא
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 12:35 pm
דורך boxcover
בד"א:
חיים מרדכי בן שמואל שווארץ
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 12:48 pm
דורך גוטע פינטעלך
אוי וויי, אזא טייערע אינגערמאן, אזא דאווענען איעדען טאג. ברוך דיין האמת.
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 12:59 pm
דורך מ. גליקמאן
אוי וויי! ברוך דיין האמת!
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 3:39 pm
דורך boxcover
boxcover האט געשריבן:בד"א:
חיים מרדכי בן שמואל שווארץ
פאליציי פארדעכטיגען די מעשה. קערפער ליגט ביי די מעדיקעל עקזעמינאר. די לוויה דארף צו זיין 8 היינט אין קרית יואל.