בלאט 3 פון 3
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:21 am
דורך שלום על ישראל
דו האסט בכלל נישט קיין רעכט פאר קיין רוגזא. זילטש!
דו האסט געשריבן אן ארטיקל און אונזערס אן אדמין האט עס ארויפגעלייגט מיט קרעדיט פאר דיין נאמען.
ווילסט עס אנדערש?
ווילסט א לינק אויך?
ס'שטערט דיר עפעס?
רעד ווי א נארמאלע מענטש!
עס האט א שיעור וויפיהל מיליטאנטישע פירקלעריי איך קען פראבירן צו פארענטפערן פאר מיינע אדמינען פאר זיי וועלען עס אינגאנצן איגנארירן און קאפירן אהן קיין זארג. איך בין נישט ריספאנסעבל פאר יעדע עוולה.
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:25 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
The nuremberg defence
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:26 am
דורך [NAMELESS]
ממש זילטש רעכטן אין מיינע ארטיקלן? האלטסט טאקע אזוי?
צו ארויף לייגן דעם ארטיקל אין שטיבל האב איך יא געהאט רעכט אדער כ׳וואלט דיר געברויכט פרעגן?
נאך איין קשיא, וואס איך זאל עסן פאר פרישטאג האב איך רעכט צו באשליסן אדער איך ברויך אנפרעגן ביי דיינע אדמינס?
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:50 am
דורך כוכב
איך בין שוין סיק ענד טייער פון שלום על ישראל'ס העסליכע אטאקעס און גניבה'רייען און יעדעס מאל איינער האלט אים פאר שפילט ער דעם קאזאק הנגזל און בלעים דע וויקטים, פארוואס עפעס מ'קישט אים נישט די פאלעס און מ'האט די חוצפא צו רעדן צו אים נייס.
אדער איז ער אן אוממאראלישער מענטש און א גנב, אדער ליידט ער פשוט א פערסאנעליטי דעסארדער וואס ווייסט נישט דער חילוק צווישן גוטס און שלעכטס, קומטס זיך נישט אויס מיט מענטשן. אז יעדער איז אים אלעמאל שולדיג און ער איז אלעמאל גערעכט. וואלט עס געווען בידי וואלט איך געהאלטן אז מ'זאל אים אויסשפארן, זאל ער ווייטער גנב'ענען אבער עט ליעסט נישט קענען שיקאנירן און אטאקירן אונזערע חברים און נאך וויינען קראקאדייל טרערן אלס דער בא'עוול'טער.
אגב געפעלט מיר די זיסע שפראך פון די אדמינס און די יוצר משרתיו וואס פאלן צום באפעל פאר דעם מעכטיגן עקזעקוטיוו פון די ריזיגע זשואיש מידיע פירמע.
גראו אפ.
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:52 am
דורך כוכב
שלום על ישראל האט געשריבן:ד איך בין נישט ריספאנסעבל פאר יעדע עוולה.
פרייע לעסאן: א געזונטער מענטש ענטפערט ווי פאלגנד.:אנטשולדיגט, טאקע נישט גערעכט, איך האב עס פערזענליך נישט געטון און איך וואלט עס נישט געטון, לאמיך א קוק טון ווער פון די אדמינ'ס האבן עס ארויפגעלייגט און צולייגן קרעדיט און א לינק פאר קאווע שטיבל. נאכאמאל אנטשולדיגט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:53 am
דורך שלום על ישראל
דארפסט נישט אויסשפארן, איי עם אוט אוף העיר. יעצט גייטץ פייטן סיטי האל.
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:47 am
דורך סאשי פיש
שפאר צו די טיר אונטער דיך די קעלט זאל נישט אריינגעקומען.
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 10:56 pm
דורך סאשי פיש
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 8:35 am
דורך נעגעל וואסער
כאטשיג איז דא א לינק אהער
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 8:28 am
דורך קפה נמס
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 10:32 pm
דורך קפה נמס
@ליטוואק פון בודאפעסט,
איך זעה אז דארטן האסטו מוחה געווען אויפ'ן נישט געבן קרעדיט. ער ענטפערט דיר דארט אז ער האט יא געשריבן אויבן אז די שרייבער איז 'קפה נמס', עס קוקט דארט אויס אזויווי קפה נמס האט געשריבן א 'גאסט עדיטאריעל' פאר 'אידישע נייעס'.
עס איז באמת א עוולה, ער האט נישט קיין שום רעכט צו קאפירן א גאנצע ארטיקל וואס איך האב געשריבן פאר קאווע שטיבל, אפגעזען צו ער שרייבט אויבן 'קפה נמס' אדער נישט...
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 11:04 pm
דורך קורקלענד
ס'איז א ערנסטע דעבאטע וואספארא רעכטן א שרייבער האט אויף זיינע ארטיקלען איינמאל ס'איז יוצא לאור. מ'קען דן זיין פון א לעגאלע אדער עטישע/מאראלישע און מעגליך אפי' הלכה'דיגע שטאנדפונקט.
אונזער וועטעראן שרייבער ראובן און אנדערע האבן אנגענומען אז געבן קרעדיט איז גענוג. אנדערע דא האבן געזאגט אז ס'אינטערעסירט זיי נישט, ווידער זענען דא אזעלכע וואס ס'טוהט זיי וויי אזוי אויך.
ווי איך פארשטיי איז אזוי. ווען איינער שרייבט עפעס אויף קאווע שטיבל, גייט די רעכטן דעראויף אריבער צו 'קאווע שטיבל'. און ווי איך פארשטיי געט קאווע שטיבל רעכט צו קאפירן אויב מ'גיבט קרעדיט. איך האב נישט נאכגעקוקט די תנאים, אבער ס'דאכט זיך מיר אז אזוי איז.
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 11:30 pm
דורך קפה נמס
קורקלענד האט געשריבן:און ווי איך פארשטיי געט קאווע שטיבל רעכט צו קאפירן אויב מ'גיבט קרעדיט. איך האב נישט נאכגעקוקט די תנאים, אבער ס'דאכט זיך מיר אז אזוי איז.
אויף וואס בויעסטו דאס ?
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 12:05 am
דורך קורקלענד
בינעך טאקע סורפרייז'ד אז ס'נישט געדרוקט אין ערגעץ וואס די רעכטן זענען. די גבאים וואלטן עס געדארפט קלאר מאכן.
לכתחילה האב איך עס געבויט באזירט אויף די פאזיציע וואס די גבאים האבן גענומען אינעם עבר ווען זיי האבן זיך געלאזט הערן אויף די נושא. ס'קען זיין אז איך געדענק נישט גוט. אדרבה זאל מען עס קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל.
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 12:19 am
דורך קפה נמס
איך זעה בכלל נישט פארוואס קאווע שטיבל זאל אויפגעבן אויף אירע קאפירייט רעכטן און פאדערן א בלויזע דערמאנונג אז עס קומט פון קאווע שטיבל.
אפשר זאל ער אויף די זעלבע וועג ווי ער שרייבט אונטער יעדע נייעסל פון 'פיינע נייעס' "גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס", זאל ער אונטער יעדע ארטיקל גע'גנב'עט פון דא שרייבן "גענומען אהן רשות פון קאווע שטיבל"...