בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 2:55 am
דורך כלבאשבוע
דער גרינפעלד איז מקיים רצחת וגם ירשת, לא די ער האט גע׳גזלט דעם דעמאקראטישן טיקעט פירט ער א געפערליכער פערזענליכער שמוציגע קאמפיין קעגן הייקינד

עפעס זאגט עס אויפן מענטש

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 1:07 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב אזא מאדנע שאלה, ביידע קאנדידאטן זענען מסכים אז ב"פ איז פול מיט פראבלעמען וואס מען דארף א לייזונג דערצו. אויב יעגער פאררופט זיך מיט זיין עקספיריענס פון יארן לאנג, איז דאך שווער, פארוואס האט ער נישט דעליווערט די אלע זאכן ביז היינט? פארוואס פארדינט ער א צווייטן שאנס בעפאר מען גיט יוני אן ערשטן?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 1:55 pm
דורך מוזיק עקספערט
לויט הערשי טישלער איז ער ערווארטעט צו זיגן די פארמעסט נאכדעם וואס ער האט אפירגעקראצט א ליבערמאן אנקעטע וואס האט אויסגעפרעגט 5000 מענטשן פאר וועם זיי גייען שטימען און פאלגנד זענען זיינע נומערן:

פון 1900 אויסגעפרעגטע פרויען:
טישלער: 39 פראצענט
יעגער: 36 פראצענט
הייקינד:21 פראצענט
און 4 פראצענט זענען undecided

פון 3100 אויסגעפרעגטע מענער
טישלער: 37 פראצענט
יעגער: 33 פראצענט
הייקינד: 22 פראצענט
און 8 פראצענט זענען undecided

ונראה מה יהיו חלומותיו....

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 1:57 pm
דורך ליפא
וועלכע ליבערמאן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 2:02 pm
דורך מוזיק עקספערט
ליפא האט געשריבן:וועלכע ליבערמאן

איך מיין אז ער ווייסט אויך נישט...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 2:37 pm
דורך כלבאשבוע
פאר ווער סווייסט, טישלערס קאמפיין (אויב מקען עס בכלל רופן קאמפיין) ווערט שטילערהייט געשטיצט דורך די יעגער חברה, זיי ניצען אים אוועקצונעמען וואוטס פון הייקינד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 2:46 pm
דורך berlbalaguleh
וועלכער ליבערמאן...?! אפשר דער וואס האנדלט מיט לייטס...!

אדער אפשר גאר ..."ראביי"...ליעבערמאן, וואס האט געהייסן אז ער איז דער ענגליש פרינסיפאל אין ----א ישיבה. און ער האט געטויגט אויף טישן ניינציג... און מ'האט איהם געוויזן די טיר...!

אדער אפשר גאר דער קאר סערוויס דרייווער...?!

אזוי זעהען אויס אונזערע היימישע פאוללסטערס. און זייערע אנקעטעס...! ס'איז נישט ווערד די בעטערי פונ'ם סעללפאון וואס מ'נוצט אויס...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 2:50 pm
דורך berlbalaguleh
מדי דברי: האביך מיך דערמאנט א דזשאוק וואס כ'האב געליינט אין דעם פארשאלטענעם ריעדער'ס דיידזשעסט (עפ"ל)...!

איינער האט געפרעגט אזא שאלה...פארוואס אלע פאליטישנ'ס דרייוון טעקסיס און שערן האר...?!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 9:58 pm
דורך איך אויך
ערעב בערעל, וואס האט דיר דער ר''ד שלעכטס געטוהן?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 11:02 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך: איך וויל נישט פארדרייען די נושא. אבער דער פארשטארבענער ריעדער'ס דיידזשעסט זענען געווען גרויסע אנטיסעמיטן. ס'זענען פארהאן אקטיווע שונאי ישראל און פאסיווע. די רעדאקטארס און בעלי בתים פון דעם זשורנאל זענען געווען קליינע אוהבי ישראל. בלשון המעטה. איך האב געהאט א מנהג צו קוקן אויף זייער מעסט באורד (די הויפט פעידזש) וואו אלע נעמען פון די משתתפים, שרייבערס און עורכים זענען אויסגערעכנט. דארט האט מען נאר געקענט טרעפן גוי'אישע שמות מובהקים. אפילו פאר א רפואה האט מען נישט געקענט געפונען א אידיש קלונגנדן נאמען. און איך האב ערגעץ געליינט, אז ווען זיי זענען געפאללן אויף שווערע צייטן (וואס זיי זענען געווען איינס פון די גרעסטע און מערסט פארשפרייטע מאגאזינען אין די וועלט.) האבן זיי די פאר געציילטע אידן (וועלכע האבן זיך אויכעט באהאלטן אונטער גוי'אישע נעמען) די ערשטע משלח געווען...!

אויך האבן זיי געהאט אויסגאבעס אין זייער א סאך שפראכן. אפילו אין אראביש. אבער אין אידיש אדער עברית נישט...!

קיינער פאר יעגער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 1:10 am
דורך איסר האטלקי
כלבאשבוע האט געשריבן:פאר ווער סווייסט, טישלערס קאמפיין (אויב מקען עס בכלל רופן קאמפיין) ווערט שטילערהייט געשטיצט דורך די יעגער חברה, זיי ניצען אים אוועקצונעמען וואוטס פון הייקינד

איך ווייס נישט אז עס ווערט דירעקט אויסגעהאלטן דורך יעגער, אבער ער נעמט זיכער צו פון הייקינד.

אגב, סאטמאר 52 האט דעם שבת דערקלערט אן אפיצעלער אינדראסירונג פאר יונה הייקינד - צוריקציענדיג פון זייער אינדראסירונג פאר יעגער. זאגנדיג דערביי אז ביז יעצט האט אויסגעקוקט ווי הייקינד האט נישט קיין ערנסטע שאנסן צו זיגן, די לעצטערע טעג האט זיך עס אבער א שאקל געגעבן, זיין מאמענטום איז געוואקסן ריזיג און זיי ווילן אים יא זען אין סיטי האולל.

אין 52 שול הענגען בלויז הייקינד פלאקאטן. כעת האט הייקינד די פאלגענדע גרויסע קהילות: סאטמאר 52, באבוב 45, צאנז קלויזנבורג, באיאן, צאנז, בית חיים יהושיע, אייזנבערגער, און רוב חברי קהילה פון סאטמאר 53 - וואס פאלגן ר' אהרן וועלץ מנהל המודות אנשטאט רנ"מ אינדיג - וואס פרעדיגט פאר יעגער, און א גרויסער ציבור פון בעלזא בעז"ה, און נאך...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 1:13 am
דורך ליפא
איסר, 52 האט קיינמאל עכט אינדארסט יעגער.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 1:14 am
דורך איסר האטלקי
ליפא האט געשריבן:איסר, 52 האט קיינמאל עכט אינדארסט יעגער.

איך ווייס, אבער צו שרייבן אז מען האט צוריקגעצויגן פון יעגער צו שטיצן הייקינד הערט זיך מאכטפולער ווי זאגן אז ס'איז געווען א פאלשע צעטל....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 1:19 am
דורך איסר האטלקי
והאמת ניתן להיאמר אז משה דוד נידערמאן האט באקומען שווערע דרוק פון גרינפעלד אז מען זאל אינדראסירן יעגער. דער פלאן איז געווען במחשבה תחילה צוריקצודרייען צוויי-דריי טעג בעפאר די וואלן. והך קאווע.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 1:32 am
דורך קורקלענד
די חברה וואס פירן די הייקינד קאמפיין זעהן אויס גאנץ רואיג. ווידער די יעגער חברה זענען שטארק אנגעצויגן און זייער נערוועז, הערן נישט אויף צו סטראשן און שרייען, ס'האלט שוין דארט ווי זיי פארפירן די וויילער מיט אזעלכע נערישע מעשיות ווי אז צד הייקינד איז אפאר יחידים וואס זענען דא אויסצורייסן אונזער חינוך הטהור און אונז אראפצופירן פון וועג.

ס'מיר נישט מעגליך צו פארשטיין וויאזוי דער גרינפעלד איז געזעצן אויפן בענקל זעקס יאהר, גארנישט אויפגעטאן. און די גאנצע עולם לויפט און וויילט איבער די זעלבע זאך ווייל די יחידי סגולה וואס האבן יא פארדינט אויף איהם שרייען יעצט אז ער איז דער וואס ראטעוועט אונזער חינוך הטהור......... און די עולם קויפט עס.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 1:34 am
דורך איסר האטלקי
איך האב שוין כהיום באקומען צוויי פאון קאלס צו וועלן פאר הייקינד. פון 45, און קלויזנבורג. די חברה ארבעטן, יוני האט גוטע שאנסן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 10:58 am
דורך [NAMELESS]
יעגער מאכט זייער קלאר וועם ער וויל געפעלען. די ריזיגע רעבעס מיט ברענטשעס וואס דארפען פערמיט'ס פאר חתונות וכו', צו בויען ריזיגע בילדינגס אויף רעזידענטשעל גאסן, וכו' וכו'

פלעינע מענטשען קענען פארגעסן פון אייגענע פארקינג און נעיבאר פראבלעמען

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 12:35 pm
דורך berlbalaguleh
מוריי ורבותיי. גדולי הרבנים ומאורי החסידות. פאר ענקער אייגענע טובה און די טובה פון די טויזנטער חסידים ואנשי מעשה ווערט עטץ אויפגעפאדערט צו וואוטן פאר דעם תלמיד חכם מופלג, גאון הגאונים, מחבר פון ספרים, וועלכער האטציך געווייקט ביי די גרעסטע רעבעס. (פון ווייקן זיך אין מקוה א יעדן טאג פאר'ן דאווענען רעדט מען דאך אפילו נישט.). ער איז שוין זעקס דורות א גערער-נאנאשער חסיד נאך פון דערהיים. זיינע קינדערלעך שיחיו גייען אין די הייליגע מוסדות און שערן זיך נאר מיט א טריפל זירא. און ביי איהם אין שטוב קומט נאר אריין בשר בהמה פון די פאלעסטינער שחיטה. ואיהו גופיה צורבא מדרבנן (האמיר שוין געזאגט). לעומת דער צד שכנגד איז אן אלטער בחור וואס דאוונט נאך אן א טלית. אויכעט ווייסט ער נישט פון וועלכע זייט מ'מאכט אויף א גמרא (דאס איז אויך א גראבער שקר. ווייל ער האט געלערנט אין מירער ישיבה.)...און ווען מ'וועט דארפן געבן דעם טעגליכן שיעור אין גמרא תוספות (נישט חלילה דף היומי, רח"ל) אין סיטי האלל וועט ער נישט וויסן וואו מ'הייבט אן. אבער אני הקטן, ווי עטץ ווייסטץ קען דאך יא גאר גוט לערנען. איך זיץ על התורה ועל העבודה כמעט א גאנצן טאג. (אויסער ווען ס'זענען דא די וואוירלד סיריעס און די סופערבאלל.)...דעריבער בעט איך און איך ווארן ענק אז עטץ זאלטץ וואוטן פאר מיר... ולהשומע יונעם ותבוא עליו ברכת טוב...מנאי הרב הצדיק קלמן הנקרא בפי כל, יעגער...(שליט"א)...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 3:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך שטים יעגער פאר גערער קאמאנדאנד. א שאד אזא חשובע גורע יונגערמאן זאל פארפאטשקענען די צייט מיט פאליטיק. יוני דער באחנטער שטים איך פאר באס רבי אויף מיין אינגעל'ס באס, אזא צוגעלאזענער.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 4:46 pm
דורך סמבטיון
און טישלער? אלטס קענדי מאן?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 11:14 pm
דורך כלבאשבוע

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 1:59 am
דורך טרויבן88
אומגלויבליך, שלעגערייען צווישן הייקינד'ס און יעגער'ס באצאלטע מענטשן, איך ווייס נישט ווער וואס ווען ווי, אבער עס איז גרויליג, בנוסף אז עס איז דא בחורים וואס האבן נעבעך נישט וואס צי טון מיטן טאג, גראבע בריונים ראלן ארום די גאסן, פעך יו-טוב

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 12:11 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט אז ווען שמחה פעלדער אעז נאך געוווען קאנסילמאן איז אלעס געווען שא שטיל און ווי נאר דוד גרינפעלד איז אריינגעקומען אין אפיס האט זיך אנגעהויבן קולות וברקים, מחאות קללות און מסירות, מיט מחלוקת וואס ב"פ האט קיינמאל געזען ביפאר? איז עס טאקע אזוי, אדער ס'פעלט מיך עפעס?