בלאט 3 פון 12
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 7:06 pm
דורך קורקלענד
קאך_לעפל האט געשריבן:לאז געמאכט....
פיסטע שטורן אפפאל... אלטע העסליכע ווארע פונעם ביכל דער רבי מיטן שטן... פארווערס גרעפצערייען... ניטאמאל ווערט א נפוחה פאר אן ענפערט... מיר האבן שוין די אלע קרעפליך געהערט פון חיים ליבערמאן שר''י, און אלי וויזל... ...
אזא שטארקע ראציאנאלע תשובה. זייער שיין פארענטפערט........
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 7:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און טאמער דער קלויזענבורגער האט מען יא געגאלט און דער סאטמארער נישט, איז א ראיה אז ויואל משה אמת ותורתו אמת, ודברי יציב בדאי.
סתם לידיעה בלעמא, קלויזענבורגער רב איז אויך געבליבן מיט'ן אזויגערופענעם 'דיקנא קדישא'. און ביי איהם איז עס טאקע געווען מיט מסירות נפש.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 8:00 pm
דורך גדליה
איין זאך איז קלאר: דער קאלובער פון א"י האט זיכער נישט וואס אריינצורעדן אין ציונות.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 8:02 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יתכן אז סאטמארע רב איז געווען די גרעסטע בדורו, אבער ס'איז דא א מהלך אין פסק. אין גמרא זעהט מען שוין אז מ'נעמט לאו דוקא אן ווי די גרעסטע.
ס'שטייט אז די בית שמאי זענען געווען גרעסער ווי די בית הלל, און מיט דעם אלעם האט מען אנגענומען אז 'בית שמאי במקום בית הלל אינו משנה'.
און מ'זעהט אויך אז כאטש ר' אליעזר איז געווען דער גרעסטער בדורו, וואס קיינער אויסער איהם האט נישט געקענט מאכן אז א בת קול זאל זיך אננעמען פאר איהם, מיט דעם אלעם האט מען איהם געלייגט אין חרם פאר'ן זיך נישט מכניע זיין צום רוב.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 8:06 pm
דורך באנאנע
צוויי זאכן, קודם דער אלטער גבאי אין בעלז, רב פריעדמאן, שרייבט אין זיינע כתבים אז ווען דער סאטמארער רב איז געווען ביים בעלזער רב האט אים סאטמאר רב געפרעגט צו ער איז געבליבן מיטן בארד, און ווען ער איז ארויס האט בעלזער רב געזאגט אז ער וועט אים נישט צוריק גיין פאר א באזוך, וויבאלד "דער סאטמאר רב האט מיר ניטאמאל געפרעגט ווי אזוי איך פיל", ממילא הייסט עס נישט א באזוך. "ער איז מיר געקומען טשעפענען", דהיינו די בארד קשיא.
און דעם קלויזענבורגער רב האט מען יא אפגעשניטן די בארד, ווי ער פארציילט אליינס אין זיינע חומש רש"י שיעורים.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 8:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דו האסט איהם געהערט עס זאגן?
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 8:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און טאמער דער קלויזענבורגער האט מען יא געגאלט און דער סאטמארער נישט, איז א ראיה אז ויואל משה אמת ותורתו אמת, ודברי יציב בדאי.
סתם לידיעה בלעמא, קלויזענבורגער רב איז אויך געבליבן מיט'ן אזויגערופענעם 'דיקנא קדישא'. און ביי איהם איז עס טאקע געווען מיט מסירות נפש.
לידיעה בעלמא אז דער קלויזענבורגער רבי האט מען פיין אפגעגאלט די בארד, וזה פשוט.
ווען איך בין געווען א בחור, האט איינער מנדב געווען א ס"ת אין ישיבה. דער נדבן האט גערעדט ביים סעודה, און ער האט דערציילט אז ער האט אמאל גערעדט תשעה באב פון זיין איבערלעבעניש ביים קריג, ובתוך הדברים האט ער דערמאנט אז אין איין לאגער איז ער געווען מיט דער קלויזענבורגער רבי צוזאמען. איז איהם צוגעגאנגען א בחור נאכדעם און ער האט איהם געפרעגט צו עס איז אמת אז דער רבי האט געפראוועט הושע"ר ביז פינף אזייגער אין לאגער. דער דרשן האט זיך אפגערעדט ווי נאריש מענטשען קענען זיין און ווי ווייניג מ׳ווייסט פון דער קריג צו פרעגען אזא קשיא.
וכ"ה לענין דיין הו"א אז דער קלויזענבורגער רבי האט דורכגעלעבט די קריג אן גאלען די בארד.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 8:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו האסט איהם געהערט עס זאגן?
די מעשה איז נישט ממש ווי ער דערציילט. די בוך 'זכור ימות עולם' פרק מ"א מעמ' 134 און ווייטער רעדט ארום דער סאטמארער רב און דער בעלזער רב. דארט דערמאנען זיי דעם ענין, אבער נישט וועגן די בארד.
קוקט׳ס אויף היברובוקס ותמצאו נחת.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 8:47 pm
דורך רביה''ק זי''ע
סתם לידיעה בעלמא. ר' חיים ויטאל האט אויך נישט צוגערירט צו זיין בארד, ווי ער שרייבט בפירוש אין שער רוה"ק. און ער האט געהאלטן אז די שלוש שבועות זענען נישט נוגע היינטיגע צייטן, אזויווי ער שרייבט בפירוש אין הקדמה צום ספר עץ חיים. סא קאט די קרעפ.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 9:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער עס איז ריכטיג אז תלמידי אריז"ל שבחו"ל האבען געגאלט די בארד, לכאורה האט ר׳ חיים וויטאל אויך אזוי געטוהן ווען ער איז געגאנגען וואוינען אין דמשק.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 9:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ר' חיים ויטאל שרייבט אז זיין רבי האט איהם אנגעווארנט ער זאל נישט אויסרייסן אפילו איין האר פון זיין בארד "אפילו דרך עסק". בפשטות קען מען אננעמען אז ער האט איהם געפאלגט.
איך געדענק נישט פונקטליך וואו ער שרייבט עס, אויב געדענק איך גוט, איז עס אין שער רוה"ק דארט וואו ער שרייבט אפאר אזהרות פאר אזעלכע וואס זענען משורש נשמת קין.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 9:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער עס איז ריכטיג וואס די תלמידים שרייבען, אז חו"ל איז אנדערש, וועט מען מוזען מוקים זיין די שער רוה"ק אין א"י, ולק"מ.
מ'רעדט אלס אויף יענע צד, וואס דער חת"ס ברענגט אראפ, כידוע.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 9:56 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קען זיין אז אנדערע תלמידים האבן אזוי געהאלטן, עכ"פ ר' חיים ויטאל האט נישט אזוי געהאלטן, ווען יא וואלט ער געדארפט רעדן וועגן דעם.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 10:48 pm
דורך שמעון וואלף
מר"א מבעלז האט זיך נישט דערוואגט ארויסצוקומען עפענטליך קעגן די ויואל משה וויסענדיג אז ער איז נישט ראוי זיך צו דינגן מיט איינער וואס איז געבליבן מיט א בארד. די היינטיגע בעלזע רב האט זיך דאך אבער קיינמאל געשוירן די בארד, האט ער די רעכט זיך צו דינגן.
איך האב נאר א פראגע צום לב אהרן. די סאטמאר רב האט מען אריינגעפירט שבת אין שפיטאל מיט אן אמבולנס, וואס חילול שבת איז עניטיים אזוי הארב ווי זיך שערן די בארד. וואס טיט זיך מיט וה' עמו? אסאך אנדערע גדולים זענען געווען וואס זיי האבן נישט מחלל שבת געווען כל ימיהם
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 11:29 pm
דורך קפה נמס
ס'ווינדערט מיר ווי יעדער (אפי' @ארי נוהם) איז פארנומען נאר צו אפווענדן די לעכערליכע 'בארד' ראי', און קיינער רעדט נישט פון די שרעקליכע טאקטלאזע זלזול און חוצפה צו זיך גרויסהאלטן מיט אזא זאך.
יעדער ווייסט וואס דאס האט געמיינט פאר די צדיקים נבג"מ צו פארלירן זייער בארד. ס'איז זיכער אז פאר בעלזער רב ז"ל איז דאס געווען ערגער ווי מ'וואלט אים אראפגענומען א האנט, דאס האט אים מסתמא מאראליש צוקלאפט מער ווי די אנדערע פארלוסטן וואס ער האט געהאט.
צו קומען און מאכן פון דעם א 'גערעכט' שפיל ווער ס'איז געווען גרעסער איז אומסענסעטיוו, אומעטיש און מיאוס, און עס קומט מיר פאר ווי איינער זאל טשעפען און זיך גרויסהאלטן קעגן איינעם אז יענער האט פארלוירן א קינד נעבעך...
אייגנטליך איז שוין געווען טאקע אמאל א רבי וואס האט געמאכט אזא 'גערעכט' שפיל ווען עטליכע משפחות האבן פארלוירן ליידער יונגע קינדער/ בחורים אויף א טראגישע אופן...
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 11:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וועגען דעם האט ער נישט גע'חתמ'עט אז מ'זאל גיין צו די בחירות. מ'האט דאך מזייף געווען זיין חתימה, כידוע כידוע.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 11:49 pm
דורך גדליה
קפה נמס האט געשריבן:
יעדער ווייסט וואס דאס האט געמיינט פאר די צדיקים נבג"מ צו פארלירן זייער בארד. ס'איז זיכער אז פאר בעלזער רב ז"ל איז דאס געווען ערגער ווי מ'וואלט אים אראפגענומען א האנט, דאס האט אים מסתמא מאראליש צוקלאפט מער ווי די אנדערע פארלוסטן וואס ער האט געהאט.
האלטסט איין מינוט אז דער בעלזער רב וואלט אויפגעטוישט א האנט (אדער גאר א זון) פאר א בארד?
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 11:53 pm
דורך קפה נמס
איך האלט אז דאס האט אים פיל מער צוקלאפט מאראליש.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 12:19 am
דורך Avrom
בעניין תלמידים פון ארי און שערן די בערד אין חוץ לארץ די מקור איז אין תשובת באר עשק וועגן
רמ ""ע מפאנו אז ער פלעגט שערן זיין בארד און די רמע איז גיוון א תלמיד פון רבי ישראל סרוג די ערשטע תלמיד פין ארי פאר רבי חיים ויטל איז געקומן מ
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 12:24 am
דורך ארי נוהם
קפה נמס האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר ווי יעדער (אפי' @ארי נוהם) איז פארנומען נאר צו אפווענדן די לעכערליכע 'בארד' ראי', און קיינער רעדט נישט פון די שרעקליכע טאקטלאזע זלזול און חוצפה צו זיך גרויסהאלטן מיט אזא זאך.
יעדער ווייסט וואס דאס האט געמיינט פאר די צדיקים נבג"מ צו פארלירן זייער בארד. ס'איז זיכער אז פאר בעלזער רב ז"ל איז דאס געווען ערגער ווי מ'וואלט אים אראפגענומען א האנט, דאס האט אים מסתמא מאראליש צוקלאפט מער ווי די אנדערע פארלוסטן וואס ער האט געהאט.
צו קומען און מאכן פון דעם א 'גערעכט' שפיל ווער ס'איז געווען גרעסער איז אומסענסעטיוו, אומעטיש און מיאוס, און עס קומט מיר פאר ווי איינער זאל טשעפען און זיך גרויסהאלטן קעגן איינעם אז יענער האט פארלוירן א קינד נעבעך...
אייגנטליך איז שוין געווען טאקע אמאל א רבי וואס האט געמאכט אזא 'גערעכט' שפיל ווען עטליכע משפחות האבן פארלוירן ליידער יונגע קינדער/ בחורים אויף א טראגישע אופן...
קפה נמס, דו ביסט גערעכט.
ווען מיר רעדן מיט מאטשור מענטשן, איז דיין טענה וואליד. אבער זיי ליידן דאך אויף אוממאטשוריטי,
וכמשנת"ב במקו"א.
אלזא פארבלייבט אונז נאר די מעגליכקייט צו נעמען זיינע אייגענע הבל'דיגע דיבורים, זיינע חוצפה'דיגע אומסענסיטיווע ווערטער, און עס צוריקפאטשן אין פנים.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 5:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קפה נמס, אי משום הא, לא איריא. ווען בעלזער רב לעבט נאך, האסטו א טענה. אבער יעצט, ווער ווערט געטשעפעט דערפון?
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:18 am
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער עס איז ריכטיג אז תלמידי אריז"ל שבחו"ל האבען געגאלט די בארד, לכאורה האט ר׳ חיים וויטאל אויך אזוי געטוהן ווען ער איז געגאנגען וואוינען אין דמשק.
עס איז דא די באקאנטע מעשה מיט די רמ"ע מפאנו, מיט דער בילד פין אים אהן א בארד.
אמאהל זענען אידען און גוים געגאנגען מיט בערד, ווען גוים האבן אנגעהויבן שניידען דער בארד איז געווארן אידיש חרדיש צו האלטען דער בארד, פאר די גוים האבן געשוירן די בארד האט מען נאך געמעגט שניידן די בארד. ודו"ק.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:54 am
דורך Avrom
לא תשחית את פאת זקנך